דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:05 pm

נישט געהערט גארנישט אז דער דיין זאל האבען צירוגעצויגן, ס'וואלט געווען א באמבע נייעס אויב ס'וואלט געווען אמת

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:00 pm

יא שילדיג זענען די פיר טויזענט איינוואוינער פון קרית יואל, און אויך די צען טויזענט איינוואוינער פון וויליאמסבורג, (עיין בדברי רויט)
אבער ווי לאנג די אומצאליגע שילדיגע זענען גרייט צו צאלען דעם פרייז, כדי צו וואוינען אויף גארפילד, דארף דער מוכר זיין משוגע נישט צו בעטן דעם פרייז, ווייל אויב ווילען די שילדיגע עס באצאלען, מיינט עס אז דאס איז די פרייז, דאכט זיך אז ביי פיש שטייט אין שו''ע אז מהאט געפטר'ט אידען פון קויפען פיש אויף שבת, כדי די מוכרים זאלען נישט קענען רייסען די פרייז, אבער מען האט נישט געזאגט אז פיש מוז איך האבען, און ''די'' זאלסט אראפ לאזען די פרייז די פרייז,און פארשטייט זיך ביי דירות קען מען נישט זאגען וואוין נישט
''אויב איז דא א טענה'' איז דאס אויף די הנהלת הקרי' והקהלה פארוואס שטעלסטו נישט צו פאר דיינע מענטשען ווי צו וואוינען,???
לויט זייער בודשעט, נישט לויט דיין בודשעט, דאס גאנצע שטעטל איז איין שטיק שפעקולאנט מארקעט וד''ל,
רעגולעיטען קען מיינען, אז דו שטעלסט צו סופליי פאר ביליג, און דאס געשעהט נישט,
די איינציגסטע עצה איז אז אידען מיט גרעסערע משפחות הייבט פיס און גייטס ימה וקדמה צפונה ונגבה און פאר די אינגע קאפעלס וואס מוזען וואוינען נעבען די עלטערן וועט אויטאמאטיש זיין מער פלאץ, כנלענ''ד

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:31 pm

קרית יואל האלט שוין היינט ביי 5,600 משפחוה קיעה"ר! נישט ביי פיר טויזענט

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:51 pm

נישט יעדער האט אונטערגעשריבן. אנדערש ווי מאנכע שרייבן, איזעס נישט עטליכע יחידים. ס'איז דא פלענטי וואס זענען קעגן תקנות. זיי זענען נישט ארגענעזירט און מאכן נישט קיין טומל, פשוט זיי זענען אקעגן די גאנצע געדאנק און האבן נישט צוריקגעשיקט די בויגן.

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תקנות אפדעיט

תגובהדורך הגאון » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:19 am

אזוי ווי איך האב דא געזעהן אז מ'רעדט אז הרה"ג ר' געציל זאל האבן צוריקגעצויגן, און אויך זענדיג אז דערווייל איז נאך קיין שום קול קורא נישט פארשפרייט, וואס לפי השמועה האט עס נאך געדארפט זיין אויף ר"ה, האב איך געמאכט אביסל ריסערטש, און נאכגעפרעגט ביי גאר קראנטע מקורות ווי עס האלט.

די מעשה איז, אז איינע פון די בילדערס האבן געשטעלט א גאר שטארקע ווידערשטאנד איבער די תקנות, און געזיצן ביים בי"ד און פארפירט אז ער גייט דערלייגן אויב די תקנות גייען אריין אין קראפט, ועוד ואכמ"ל

נאכדעם וואס בי"ד האט געזען די געוואלדיגע ווידערשטאנד, און נישט האבענדיג מיט זיך קיינער פון די ראשי הקהילה וואס זאל זיי שטיין צו די האנט (אפי' די וועד וואס איז געשטעלט געווארן פון קהל וואס נאכן אדורכגיין אלע צדדים און זיצן מיט בילדערס און פראפעשאנעלס געקומען צו די החלטה אז דאס איז אויסגעהאלטן האט צוליב פרעשור ארויסגעבעקט) האבן די רבנים בלית ברירה מיט גרויס ווייטאג באשלאסן אז אזוי ווי דער בילדער האט פארשפראכן אז ער וועט פארקויפן פאר "בלויז" 210-215 א סקווער פיס וועט מען לעת עתה זיין א בוחר הרע במיעוטו און נישט ארויסקומען מיט די קול קורא'ס.
אזוי אויך האט דער ווילידזש אנטשפראכן זיך מער צו פארלייגן אויף די אלטע געזעץ פון "עפארדעבל" וואס איז ביז יעצט געווארן אויסגעשפילט.
אבער אויב וועט זיך דער מצב פארערגערן וועט מען דעמאלט זיך פריש צוזאמזעצן זען וואס מען קען טון.

במילא היוצא לנו מכל זה, קיינער האט נישט צוריקגעצויגן, די מיינונוג פון אלע רבנים איז נאך ווייטער אז דאס איז די אויסגעהאלטענע וועג, הן עפ"י תורה, והן עפ"י דרך ארץ, נאר בלית ברירה נישט האבענדיג דעם כח זיך אנטקעגן צושטעלן די פרעשור פון די "מייקרי השער" זענען זיי געווען א בוחר הרע במיעוטו און באשלאסן אנצונעמען די פארשלאג פונעם בילדער אז ער וועט פארקויפן פאר "בלויז" 210-215 א סקווער פיס, און דער ווילידזש וועט אינפארסירן די "עפארדעבל".

ווען איך האב פארגעשטעלט די שאלה, אז אויב זענען די רבנים ביי די מיינונג אז ווען דער ציבור נעמט זיך צוזאם האט עס א תוכף הלכה און ווער עס איז עובר דערויף איז א ריכטיגער "מייקר השער" וואס די גמרא זאגט דערויף אז איז עס איז פונקט ווי "מלווה בריבית", איז אויב אזוי דא איז דאך געווען א וואוט פון רוב אנשי העיר דערויף?
איז די תשובה דערויף אז אין הכי נמי, זיי זענען טאקע ביי די מיינונג אז עפ"י הלכה האט עס א תוכף, אבער "ליידער" מפני תוכף הגלות האבן מיר נישט קיין כח דאס צו זאגן, ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.

עס איז בלי שום ספק אז ווען דער ציבור וואלט זיך געלאזט הערן העכער, און פארלאנגט פון די ראשי הקהלה והמוסדות והקרי', אז מיר וועלן דאס נישט צו לאזן אז די אלע מייקרי השער (בילדערס, פליפערס, בראוקערס, רענטערס) זאלן רייטן אויפן חשבון פונעם ציבור, און זיך נישט געלאזט פארפירן פון אלע נערישע תירוצים וואלטן מיר געשטאנען אסאך בעסער.

אבער ווי פריער געזאגט, מיר זענען נאך נישט פארפאלן, כאטשיג א ישועה פורתא, א בוחר הרע במיעוטו האבן מיר כאטש פארדינט.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:06 am

סארקאזי האט געשריבן:יא שילדיג זענען די פיר טויזענט איינוואוינער פון קרית יואל, און אויך די צען טויזענט איינוואוינער פון וויליאמסבורג, (עיין בדברי רויט)
אבער ווי לאנג די אומצאליגע שילדיגע זענען גרייט צו צאלען דעם פרייז, כדי צו וואוינען אויף גארפילד, דארף דער מוכר זיין משוגע נישט צו בעטן דעם פרייז, ווייל אויב ווילען די שילדיגע עס באצאלען, מיינט עס אז דאס איז די פרייז, דאכט זיך אז ביי פיש שטייט אין שו''ע אז מהאט געפטר'ט אידען פון קויפען פיש אויף שבת, כדי די מוכרים זאלען נישט קענען רייסען די פרייז, אבער מען האט נישט געזאגט אז פיש מוז איך האבען, און ''די'' זאלסט אראפ לאזען די פרייז די פרייז,און פארשטייט זיך ביי דירות קען מען נישט זאגען וואוין נישט
''אויב איז דא א טענה'' איז דאס אויף די הנהלת הקרי' והקהלה פארוואס שטעלסטו נישט צו פאר דיינע מענטשען ווי צו וואוינען,???
לויט זייער בודשעט, נישט לויט דיין בודשעט, דאס גאנצע שטעטל איז איין שטיק שפעקולאנט מארקעט וד''ל,
רעגולעיטען קען מיינען, אז דו שטעלסט צו סופליי פאר ביליג, און דאס געשעהט נישט,
די איינציגסטע עצה איז אז אידען מיט גרעסערע משפחות הייבט פיס און גייטס ימה וקדמה צפונה ונגבה און פאר די אינגע קאפעלס וואס מוזען וואוינען נעבען די עלטערן וועט אויטאמאטיש זיין מער פלאץ, כנלענ''ד

און פארוואס שטעלט נישט די וומ"ס קהילה צו פאר זייערע מענטשען? געהערט א קשיא
די תירץ איז אז די הנהלה אין קרית יואל ארבעט שוין יארן פאר די איינציגסטע לעזינג וואס הייסט ענעקסעשען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:58 am

עס זענען פארהאנען נאך לעזונגען, וואס וואלטן פיין געארבעט... ווצב"ש עפענען עטליעסט נאך פינף שטעטלעך, יעדעס איינע מיט צוואנציג משפחות ... (פארשטייצעך מיט א שטופ פון אונטן פון די פירער....]
אין וומבס"ג איז צו פארדאנקען אז די רענט פרייזן האבן זיך היבש פארלאנגזאמט פון איר וועג ארויף, אלעס א דאנק די נייע שטעטלעך אלל אווער....
די אלע מייקרי השער, ווי נאר ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועלן זיי זיך אלע צאמלייגן....
אויב וועט מען ווארטן אויף ענעקסעשאן, וועט עס זיין אזוי ווי די מייסע מיט די סגולות פאר די הינדלעך כידוע.... וואס אלע הינדלעך זענען אויסגעשטארבן נאך בעפאר מען האט עספיעט צו סגולה'צען.....

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:22 am

איך האב געזען איינעם דערמאנען די איידיע אויבן, אינטערסאנט אז קיינער האט זיך נישט צוגעכאפט צום פלאן.

די גרינגסטע וועג ארויס וואלט געווען צו מאכן רענטל תקנות מיט פרייזן פער ס.פ. דאב וועט ארויסשטויסן אינוועסטארס. זיי וועלן נישט קענען קאווערען זייער מארטגעדזש. אויב איינער וויל קויפן פאר זיך געזונטערהייט, אבער קום נישט שפעקולירן ביי אורז אין שטאט. אנא תקנה איז סאך גרינגער דורכצופירן.

Sorry , my Yiddish typing is not so good.

The gist is basically to control rent and not the purchase price. If rent is controlled then the purchase price will adjust. It's MUCH easier to make tekunes for rent control. No bank needs to approve it.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:08 am

nishtkushe האט געשריבן:איך האב געזען איינעם דערמאנען די איידיע אויבן, אינטערסאנט אז קיינער האט זיך נישט צוגעכאפט צום פלאן.

די גרינגסטע וועג ארויס וואלט געווען צו מאכן רענטל תקנות מיט פרייזן פער ס.פ. דאב וועט ארויסשטויסן אינוועסטארס. זיי וועלן נישט קענען קאווערען זייער מארטגעדזש. אויב איינער וויל קויפן פאר זיך געזונטערהייט, אבער קום נישט שפעקולירן ביי אורז אין שטאט. אנא תקנה איז סאך גרינגער דורכצופירן.

Sorry , my Yiddish typing is not so good.

The gist is basically to control rent and not the purchase price. If rent is controlled then the purchase price will adjust. It's MUCH easier to make tekunes for rent control. No bank needs to approve it.


יעצט איז נישדא קיין דירות בכלל

נישטא קיין רענטאלס

שטאטישע מענטשן וואס מופן ארויס ציען ארויף די רענט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:14 am

זבחי צדק האט געשריבן:עס זענען פארהאנען נאך לעזונגען, וואס וואלטן פיין געארבעט... ווצב"ש עפענען עטליעסט נאך פינף שטעטלעך, יעדעס איינע מיט צוואנציג משפחות ... (פארשטייצעך מיט א שטופ פון אונטן פון די פירער....]
אין וומבס"ג איז צו פארדאנקען אז די רענט פרייזן האבן זיך היבש פארלאנגזאמט פון איר וועג ארויף, אלעס א דאנק די נייע שטעטלעך אלל אווער....
די אלע מייקרי השער, ווי נאר ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועלן זיי זיך אלע צאמלייגן....
אויב וועט מען ווארטן אויף ענעקסעשאן, וועט עס זיין אזוי ווי די מייסע מיט די סגולות פאר די הינדלעך כידוע.... וואס אלע הינדלעך זענען אויסגעשטארבן נאך בעפאר מען האט עספיעט צו סגולה'צען.....

דאס קומט טאקע צופארדאנקען זייער שטופ פרעג יעדער וואס גייט אריין מיט א קוויטעל.
וואו די רבי הייסט מופען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:21 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:עס זענען פארהאנען נאך לעזונגען, וואס וואלטן פיין געארבעט... ווצב"ש עפענען עטליעסט נאך פינף שטעטלעך, יעדעס איינע מיט צוואנציג משפחות ... (פארשטייצעך מיט א שטופ פון אונטן פון די פירער....]
אין וומבס"ג איז צו פארדאנקען אז די רענט פרייזן האבן זיך היבש פארלאנגזאמט פון איר וועג ארויף, אלעס א דאנק די נייע שטעטלעך אלל אווער....
די אלע מייקרי השער, ווי נאר ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועלן זיי זיך אלע צאמלייגן....
אויב וועט מען ווארטן אויף ענעקסעשאן, וועט עס זיין אזוי ווי די מייסע מיט די סגולות פאר די הינדלעך כידוע.... וואס אלע הינדלעך זענען אויסגעשטארבן נאך בעפאר מען האט עספיעט צו סגולה'צען.....

דאס קומט טאקע צופארדאנקען זייער שטופ פרעג יעדער וואס גייט אריין מיט א קוויטעל.
וואו די רבי הייסט מופען.

שוין ווייטער מיט דיין רבי קאמפלעקסן...
איך האב דאך נישט געשריבן 'ער זאל הייסן' איך האב געשריבן 'ער זאל עפענען' [ווצב"ש זיין ב.. (בשכמל"ו) האט געטוהן און טוהט, און ביידע קענען נאך טוהן מער], און נישט נאר 'ער' נאך אויך אלע וואס פירן דעם רעדל......
ווער סי'ז מחולק אויף די עצה, יביא ראיה לדבריו לסתור

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:38 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:יא שילדיג זענען די פיר טויזענט איינוואוינער פון קרית יואל, און אויך די צען טויזענט איינוואוינער פון וויליאמסבורג, (עיין בדברי רויט)
אבער ווי לאנג די אומצאליגע שילדיגע זענען גרייט צו צאלען דעם פרייז, כדי צו וואוינען אויף גארפילד, דארף דער מוכר זיין משוגע נישט צו בעטן דעם פרייז, ווייל אויב ווילען די שילדיגע עס באצאלען, מיינט עס אז דאס איז די פרייז, דאכט זיך אז ביי פיש שטייט אין שו''ע אז מהאט געפטר'ט אידען פון קויפען פיש אויף שבת, כדי די מוכרים זאלען נישט קענען רייסען די פרייז, אבער מען האט נישט געזאגט אז פיש מוז איך האבען, און ''די'' זאלסט אראפ לאזען די פרייז די פרייז,און פארשטייט זיך ביי דירות קען מען נישט זאגען וואוין נישט
''אויב איז דא א טענה'' איז דאס אויף די הנהלת הקרי' והקהלה פארוואס שטעלסטו נישט צו פאר דיינע מענטשען ווי צו וואוינען,???
לויט זייער בודשעט, נישט לויט דיין בודשעט, דאס גאנצע שטעטל איז איין שטיק שפעקולאנט מארקעט וד''ל,
רעגולעיטען קען מיינען, אז דו שטעלסט צו סופליי פאר ביליג, און דאס געשעהט נישט,
די איינציגסטע עצה איז אז אידען מיט גרעסערע משפחות הייבט פיס און גייטס ימה וקדמה צפונה ונגבה און פאר די אינגע קאפעלס וואס מוזען וואוינען נעבען די עלטערן וועט אויטאמאטיש זיין מער פלאץ, כנלענ''ד

און פארוואס שטעלט נישט די וומ"ס קהילה צו פאר זייערע מענטשען? געהערט א קשיא
די תירץ איז אז די הנהלה אין קרית יואל ארבעט שוין יארן פאר די איינציגסטע לעזינג וואס הייסט ענעקסעשען.


וואס מאכט אייך טראכטן מיט אזא זיכערקייט אז דאס איז די "איינציגסטע לעזונג"?

אפשר דאך איז דא נאך א לעזונג צו דעם קריזעס?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:38 am

עס וועלן אייביג צוריק ארויפשווימען אזעלכע טעמעס נאך א 3 טעג יו"ט...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:44 am

מיין קליינע קאפ וואס פארשטייטט נישט צופיל זאגט מיר אז וויפיל מ'זאל נאר וועלן וועט זיין א תקנה וואס איז (ליידער) שטערקער פון יעדע אנדערע תקנה. דאס איז "סופליי ענד דעמענד", וואס דאס איז א תקנה מימות עולם און דער כלל אידאך שאין בית דין יכול לבטל דברי בית דין חברו עד שיהיה גדול ממנו בחכמה ובמנין, און ליידער פעלט היינט דער בית דין.

קען מיר איינער זאגן פארוואס דער נגיד ושוע וואס האט פארקויפט דעם ריזן שטח צו בויען קרוב צו צוויי אלפים דירות האט געבעטן דעם ריזן סכום פארן שטח? פארוואס איז נישט בית דין ארויס אז דער פרייז טאר נישט זיין מער פון כך וכך? איז דאס נישט א לעבנ'ס וויכטיגע זאך וואס מ'זאל נישט מעגן ארויפציען די פרייזן און פראפיטן עד לב השמים?

וואו גענוי הייבט זיך אן דער שער מייקר צו זיין, ביים בילדער וואס שטייט חדשים און ארבייט צו מאכן זיין געלט, מיט קאנסטראקשען לאונס וכו', אדער ביים פליפער וואס האט איינגעשטעלט א פופציג אלפים, אדער גאר ביי דער קונה וואס לייגט אריין א טענענט פאר גרויס געלט?
אפשר גאר ביי דער וואס פארקויפט די ערשטע דעם שטח פאר צענדליגע מאל די פרייז וואס ער האט געצאלט?

כ'ווייס אליין נישט, אלענפאלס, דאס איז דער מציאות, די פרייזן זענען הויך עד לב השמים, צו דינגען א דירה עפעס לייטיש פאר א נארמאלע פרייז איז נישט צום האַבן, תכלית, וואס קען באמת געטוהן ווערן דערפאר???
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:48 am

אויף א ליידיגן פראפערטי צאלט מען נישט שטייערן?

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:50 am

איינע פון די עצות איז מזאל פארשפרייטען אין אלע בתי מדרשים די נעמען פון בראוקערס וואס ציען ארויף די פרייזען פאר גארנישט און פאר נישט, מזאל זיי פארהאלטן דערפאר

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:51 am

לא לנו האט געשריבן:אויף א ליידיגן פראפערטי צאלט מען נישט שטייערן?


לכאו' יא, איז וויפיל זענען געווען די שטייערן מיט אינטרעסט?
אפגערעדט אז מ'האט שוין געקענט פארקויפן דעם שטח יארן פריער און עס וואלט נישט געדארפט אנקומען צו אזא מצב בכלל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:57 am

nishtkushe האט געשריבן:איך האב געזען איינעם דערמאנען די איידיע אויבן, אינטערסאנט אז קיינער האט זיך נישט צוגעכאפט צום פלאן.

די גרינגסטע וועג ארויס וואלט געווען צו מאכן רענטל תקנות מיט פרייזן פער ס.פ. דאב וועט ארויסשטויסן אינוועסטארס. זיי וועלן נישט קענען קאווערען זייער מארטגעדזש. אויב איינער וויל קויפן פאר זיך געזונטערהייט, אבער קום נישט שפעקולירן ביי אורז אין שטאט. אנא תקנה איז סאך גרינגער דורכצופירן.

Sorry , my Yiddish typing is not so good.

The gist is basically to control rent and not the purchase price. If rent is controlled then the purchase price will adjust. It's MUCH easier to make tekunes for rent control. No bank needs to approve it.

איך האב טאקע נישט פארשטאנען פארוואס מהאט נישט אריינגעשטעלט קיין תקנות אויף רענטעלס,
סנישט געשטאנען פארוואס ממאכט נישט יעצט,
פארדעם האב איך טאקע נישט צוריקגעשיקט די תקנות צעטל
איך געפילט אז דא ליגט עפעס באהאלטן וואס מוויל נישט מיט מיר מיטטיילן אדער איינער וויל נישט סזאל פאסירן משום נגיעות ממונו

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:07 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איינע פון די עצות איז מזאל פארשפרייטען אין אלע בתי מדרשים די נעמען פון בראוקערס וואס ציען ארויף די פרייזען פאר גארנישט און פאר נישט, מזאל זיי פארהאלטן דערפאר

פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס מנעמט נישט אזוי בילדער אין מאיז מפרסם זיין נאמען אז ער וויל זיך נישט צושטעלן און נישט נאר דאס ער האט נאך די חוצפה פון א בלאקן אונגאנצן, קודם זאל דער עולם וויסן ווער די באנדיט איז און זיכער מאכן אז ער באקימט אויף א איידעלע אופן פרעשער פונעם עולם.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:18 pm

פון וועם איז די רעדע?
אין אישי איז אויך גיט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:33 pm

נאר לשון הרע ביסטו מסכים אין אישי, אדער רכילות ניבול פה און ליצנות אויך?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:36 pm

הגאון האט געשריבן:אזוי ווי איך האב דא געזעהן אז מ'רעדט אז הרה"ג ר' געציל זאל האבן צוריקגעצויגן, און אויך זענדיג אז דערווייל איז נאך קיין שום קול קורא נישט פארשפרייט, וואס לפי השמועה האט עס נאך געדארפט זיין אויף ר"ה, האב איך געמאכט אביסל ריסערטש, און נאכגעפרעגט ביי גאר קראנטע מקורות ווי עס האלט.

די מעשה איז, אז איינע פון די בילדערס האבן געשטעלט א גאר שטארקע ווידערשטאנד איבער די תקנות, און געזיצן ביים בי"ד און פארפירט אז ער גייט דערלייגן אויב די תקנות גייען אריין אין קראפט, ועוד ואכמ"ל

נאכדעם וואס בי"ד האט געזען די געוואלדיגע ווידערשטאנד, און נישט האבענדיג מיט זיך קיינער פון די ראשי הקהילה וואס זאל זיי שטיין צו די האנט (אפי' די וועד וואס איז געשטעלט געווארן פון קהל וואס נאכן אדורכגיין אלע צדדים און זיצן מיט בילדערס און פראפעשאנעלס געקומען צו די החלטה אז דאס איז אויסגעהאלטן האט צוליב פרעשור ארויסגעבעקט) האבן די רבנים בלית ברירה מיט גרויס ווייטאג באשלאסן אז אזוי ווי דער בילדער האט פארשפראכן אז ער וועט פארקויפן פאר "בלויז" 210-215 א סקווער פיס וועט מען לעת עתה זיין א בוחר הרע במיעוטו און נישט ארויסקומען מיט די קול קורא'ס.
אזוי אויך האט דער ווילידזש אנטשפראכן זיך מער צו פארלייגן אויף די אלטע געזעץ פון "עפארדעבל" וואס איז ביז יעצט געווארן אויסגעשפילט.
אבער אויב וועט זיך דער מצב פארערגערן וועט מען דעמאלט זיך פריש צוזאמזעצן זען וואס מען קען טון.

במילא היוצא לנו מכל זה, קיינער האט נישט צוריקגעצויגן, די מיינונוג פון אלע רבנים איז נאך ווייטער אז דאס איז די אויסגעהאלטענע וועג, הן עפ"י תורה, והן עפ"י דרך ארץ, נאר בלית ברירה נישט האבענדיג דעם כח זיך אנטקעגן צושטעלן די פרעשור פון די "מייקרי השער" זענען זיי געווען א בוחר הרע במיעוטו און באשלאסן אנצונעמען די פארשלאג פונעם בילדער אז ער וועט פארקויפן פאר "בלויז" 210-215 א סקווער פיס, און דער ווילידזש וועט אינפארסירן די "עפארדעבל".

ווען איך האב פארגעשטעלט די שאלה, אז אויב זענען די רבנים ביי די מיינונג אז ווען דער ציבור נעמט זיך צוזאם האט עס א תוכף הלכה און ווער עס איז עובר דערויף איז א ריכטיגער "מייקר השער" וואס די גמרא זאגט דערויף אז איז עס איז פונקט ווי "מלווה בריבית", איז אויב אזוי דא איז דאך געווען א וואוט פון רוב אנשי העיר דערויף?
איז די תשובה דערויף אז אין הכי נמי, זיי זענען טאקע ביי די מיינונג אז עפ"י הלכה האט עס א תוכף, אבער "ליידער" מפני תוכף הגלות האבן מיר נישט קיין כח דאס צו זאגן, ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.

עס איז בלי שום ספק אז ווען דער ציבור וואלט זיך געלאזט הערן העכער, און פארלאנגט פון די ראשי הקהלה והמוסדות והקרי', אז מיר וועלן דאס נישט צו לאזן אז די אלע מייקרי השער (בילדערס, פליפערס, בראוקערס, רענטערס) זאלן רייטן אויפן חשבון פונעם ציבור, און זיך נישט געלאזט פארפירן פון אלע נערישע תירוצים וואלטן מיר געשטאנען אסאך בעסער.

אבער ווי פריער געזאגט, מיר זענען נאך נישט פארפאלן, כאטשיג א ישועה פורתא, א בוחר הרע במיעוטו האבן מיר כאטש פארדינט.

שכח פאר'ן אפדעיט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:40 pm

סך הכל פון דיין תגובה ליין איך אזוי קהל און די דיין זענען געוואר געווארן עפעס וואס אונז ווייסן נישט און זיי האב צוריק געצויגן.
מיט פרעשער פונעם עולם וועלן זיי זיך אפשר ברעכן און אינטערשרייבן די תקנות כאטש יעצט האבן זיי צירוק געצויגן פאר א אימבאקאנטע סיבה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:38 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:עס זענען פארהאנען נאך לעזונגען, וואס וואלטן פיין געארבעט... ווצב"ש עפענען עטליעסט נאך פינף שטעטלעך, יעדעס איינע מיט צוואנציג משפחות ... (פארשטייצעך מיט א שטופ פון אונטן פון די פירער....]
אין וומבס"ג איז צו פארדאנקען אז די רענט פרייזן האבן זיך היבש פארלאנגזאמט פון איר וועג ארויף, אלעס א דאנק די נייע שטעטלעך אלל אווער....
די אלע מייקרי השער, ווי נאר ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועלן זיי זיך אלע צאמלייגן....
אויב וועט מען ווארטן אויף ענעקסעשאן, וועט עס זיין אזוי ווי די מייסע מיט די סגולות פאר די הינדלעך כידוע.... וואס אלע הינדלעך זענען אויסגעשטארבן נאך בעפאר מען האט עספיעט צו סגולה'צען.....

דאס קומט טאקע צופארדאנקען זייער שטופ פרעג יעדער וואס גייט אריין מיט א קוויטעל.
וואו די רבי הייסט מופען.

שוין ווייטער מיט דיין רבי קאמפלעקסן...
איך האב דאך נישט געשריבן 'ער זאל הייסן' איך האב געשריבן 'ער זאל עפענען' [ווצב"ש זיין ב.. (בשכמל"ו) האט געטוהן און טוהט, און ביידע קענען נאך טוהן מער], און נישט נאר 'ער' נאך אויך אלע וואס פירן דעם רעדל......
ווער סי'ז מחולק אויף די עצה, יביא ראיה לדבריו לסתור


יענעמס ברודער האט צוגעשטיפט עקיבא הערש קליין צו דעם דיעל אין שכינות ויואל משה

און טאקע הונדערטער יודן פון אלע שיכטן און סאטמארע קרייזן קויפן דירות פאר 200 א סקווער פיס ווי מהר"א האט גערעדט דערפון כ"ו אב תשע"ו דערוועגן און זייט דעמאלס האבן אפאר הונדערט יודן געקויפט דירות פאר 200 א סקווער פיס

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:15 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איינע פון די עצות איז מזאל פארשפרייטען אין אלע בתי מדרשים די נעמען פון בראוקערס וואס ציען ארויף די פרייזען פאר גארנישט און פאר נישט, מזאל זיי פארהאלטן דערפאר
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט