תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג ינואר 06, 2017 11:25 am
פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר שטעלן, אז די אלע זאכן וואס איך גיי זאגן זענען נישט גלייך בכלל, אבער דער יסוד, דער נאטור, די גורמים ווערן אייביג איבערגעשפילט, אסאך מאל איז עס אפילו נישט "ראנג" אבער פיזיקס האט נאטורן, אז א קאר זאל זיך רוקן דארף עס ענערדזשי, דאס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, אמאל איז עס א מאטאר מיט גאזאלין, אמאל איז עס מענטשן וואס שטופן, אבער אן ענערדזשי פארט עס נישט, פארשטייט זיך אז די צוויי זאכן (א מאטאר, און א מענטש וואס שטופט) זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב אבער ס'איז דומה אז ס'איז ענערדזשי וואס שטופט א קאר.
יעצט לענינינו, קודם מוז איך נאך אמאל חזר'ן אז איך שרייב נישט צו מ'זאל יא אדער נישט מאכן תקנות אין קרית יואל, מען פרעגט אונז סייווי נישט, איך שרייב נאר דעם קאנצעפט און לאמיר עס ערקלערן: פאר א מענטש זעט אז מ'דארף אים ל"ע אראפנעמען א פיס ווייל דער קערפער איז ל"ע פאר'סמ'ט, דארף אים קיינער נישט מסביר זיין ווי גרויס דער פראבלעם איז אן א פיס דאס ווייסט ער אליין, מען דארף אים נאר מסביר זיין ווי גרויס דער סכנה איז אן דעם.
טאמער רעדט זיך עס אבער פון א אינעווייניגסטע אבר וואס מ'זעט נישט אן און מען פילט עס נישט תיכף, עס איז אבער זייער וויכטיג אויפן לאנג טערמיניגן געזונט פונעם מענטש דארף מען אים מסביר זיין, אויב דער מענטש וועט פילן דער חלק אין גוף מאכט אים פראבלעבמען קען ער קומען צום דאקטער און זאגן שנייד מיר עס ארויס און פטור פון די אינפעקשאנס, דאן דארף דער דאקטער אים קומען און מסביר זיין. לאמיר זען ווי ערנסט דער אינפעקשאן איז, קען זיין מ'מוז טאקע, אבער זאלסט וויסן דו רעדסט איבער טיפע שניטן וואס קען איבערלאזן א אייביגע חסרון אינעם קערפער.
יעצט וויל איך איבער'חזר'ן צום צענטן מאל, יעדע קאנטראל אויפן פרייע מארקעט איז א טיפער שניט בגוף הסאסייעטי, און, די מענטשהייט האט עס שוין צענדליגע מאל פרובירט און עס איז אלץ דורך געפאלן, און איך וויל זאגן פארוואס.
ווייל יעדעס מאל וואס מען טיילט איין (איך רעד יעצט וועלטליך, ביטע נישט פאליטיזירן)ווער ס'באקומט וועלכע רעכט, מי יחי' ומי ימות, וויפיל מעג מען בעטן, ווער מעג בעטן, ווער מעג באקומען, וועט אייביג זיין גורמים וואס וועלן פרובירן אויסצושפילן דעם סיסטעם, (משלים איז איבעריג) עס איז דא א פראצענט פון די מענטשהייט וואס זוכט נישט צו שפילן ביי די רולס, און עס מוז זיין א "העכערע אויטאריטעט" וואס קאנטראלירט און מאכט באשלוסן און האלט ארדענונג.
דער סדר העולם איז אז אנצוקומען צו אזא אויטאריטעט פאדערט זיך געוויסע אייגנשאפטן, שטארקייט, קוראזש וכדו', און נאטור צו מאניפולירן, געווענליך אויך געלט צו דער זייט. און די קאמבינאציע פון די אלע נאטורן ליגט געווענליך נישט ביי די בעסטע איידלסטע און חשוב'ע מענטשן.
עס איז אמת אז דאס איז נוגע אין א געוויסע זין יעדע סארט פירערשאפט, און מען דארף טאקע אלץ שוקל זיין וואס איז ערגער אינגאנצן נישט קיין פירערשאפט אדער פירערשאפט וואס האט געוויסע חסרונות, ובכלל אויף פירערשאפט וואס איז נישט אזא גרויסע קאנטראל אויף די גאנצע מארקעט איז שייך צו פארקוקן פון ביידע צדדים ויש בזה אריכות אבל נוגע רק מן הצד.
אבער, אויב די פירערשאפט דארף צו זיין אויף אזאך וואס נארמאל ווערט עס קאנטראלירט דורך א פרייע מארקעט, און דא וועל איך נוצן אלץ משל (ליין נאכאמאל די הקדמה) קאמוניזים/סאציאליזים פאדערט זיך גאר שטארק די שארפע נאטור פירערשאפט, און אז נישט צופאלט עס תיכף פון זיך אליין, און איינמאל דו דארפסט דאס האבן האסטו שוין דעם פראבלעם פאר די אויגן, און געווענליך ליידן די מיטל קלאס די מערסטע פון אנפאנג, ווייל די פירער וועלן פרובירן צופרידן שטעלן רוב (וויאזוי ראמני האט עס אנגערופן די רוב וואס צאלט נישט קיין שטייער) די גאר רייכע מאכטפולע זענען ביים שטייסל און האבן זיך אינזין, און דער נידריגער שטאפל המון עם איז צופרידן.
שפעטער אבער ווען דער סיסטעם צופאלט, ווייל דער מיטל קלאס ווערט אויס פון זיך אליין, מען נעמט פון זיי מער און מער צו, און זיי ווערן ארים, און די גאר געלונגענע ריקן זיך ארויף און ס'איז מער נישטא פון וועם צו נעמען, דעמאלטס ליידן די ארימע ווייטער דאס מערסטע ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און זיי גייען מן הפח אל הפחת זיי האבן נישט קיין עקספיריענס וויאזוי צו ארבעטן ווען מען גיבט זיי נישט און זיי ליידן צום סוף עד הסוף.
איך בעט אז קיינער זאל נישט קומען זאגן צו איינער איז יא אדער נישט ווי א קאסטרא אדער א פוטין, איך האב נאר געשריבן בנוגע די נושא פון קאנטראל אויף א מארקעט וואס מען דארף האבן אז ס'זאל ארבעטן (אין די וועלט, ביטע נישט פאליטיזירן, כ'רעד ריין סאסייעטי אויס, נישט אינדיווידועל פעלער)
און נאכאמאל קען זיין אז דא איז דער פאציענט אזוי קראנק אז מען מוז שניידן וויכטיגע אברים, מיינע תגובות דא איז נאר צו זאגן: מיין נישט אז מען רעדט דא פון אפשערן האר און נעגל, מען רעדט פון אקציעס וואס איז שניידן נעבן הארץ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען