מיין קינד, בענטש מיך! מיט וואס?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

מיין קינד, בענטש מיך! מיט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

און א געווענדליך זונטאג, (אזוי ווי איך דארף נישט אריין גיין צו די ארבעט) בין איך א ביסל מוסיף צו די נאכט שעה׳ן און בין אביסל משלים דאס וואס די זון איז אונטער געגאנגען פרי פאר יעקב אבינו.
היינט אבער האט מיר די אידענע דערוועקט פריער ווי געווענדליך וואס איז? די קינדערלעך האב פארשפעטיקט די באס און מען דארף זיי נעמען און חדר אריין,
נו באין בריריה וואס טוט מען נישט פאר די קינדערלך?.
בין איך ארויס געקראכן פון מיין באקוועמער בעט. און זיך געמאכט גרייט צו גיין.

אזוי אינמיטן זיך גרייט מאכן איז מיר געקומען און קאפ אריין די באקאנטע ניגון פון תניא. און עס האט זיך מיר אונטער געזינגען פון זיך אליין,


תניא....אמר רבי ישמעאל בן אלישע.....

האבן מיר געלערנט...... האט געזאגט די הייליגער רבי ישמעאל בן אלישע,

פעם אחת נכנסתי, להקטיר קטורת לפני ולפנים, וראיתי אכתריאל י-ה ד' צבאות שהוא יושב על כסא רם ונשא,
ואאאאאמר לי:
ישמעאל בני, ישממממעאל בני אוי בני אוי בני ברכני! -

אמרתי לו:
יהי רצון מלפניך שיכבשו רחמיך את כעסך ויגולו רחמיך על מדותיך ותתנהג עם בניך במדת הרחמים ותכנס להם לפנים משורת הדין ....,
ונענע לי בראשו, (ברכות דף ז ע"א)



אזוי זינגענדיג איז מיר שווער געווארן א קשיא.

כביכל אליין בעט רישכ״ג זאל אים בענטשען. מיט וואס בענטשט ריכ״ג כביכול? גארנישט פרעזענדליך פאר כביכל אליין, אלעס נאר פאר כלל ישראל,

שיכבשו רחמיך את כעסך, דער אייבישטער זאל איין האלטן זיין כעס אויף כלל ישראל,!
ויגולו רחמיך על מדותך, אויף אידישע קינדער! . ותתנהג עם בניך במדת הרחמים, ווייטער פאר אונז אידעלעך הנקראים בנים למקום!

און אזוי ווייטער. ותכנס להם לפנים משורת הדין, איז דאך די זעלביגע זאך אלעס נאר פארן אונז אידן!

אלזוי וואס איז דאס א ברכה פאר כביכל אליין וואס דער אייבישטער האט געבעטן ברכני, בענטשט מיר ??

נאך איז מיר שווער געווען. וואס איז פשט אז כביכול אליין בעט א ברכה פון א בשר ודם?,

דער אייבישטער איז דאך די מקור הברכה. אלע ברכות קומט דאך פון אים.
יעדעס מאל ווען א איד וואונטש איינעם דעם צווייטען הייבט ער אן די ״אייבישטער זאל העלפן״,
נו וואס איז שייך אז דער אייבישטער אליין בעט מען זאל אים בענטשטן?.
קוקט עפעס אויס ווי א עושר בעט א ארעמאן זאל אים געבן א נדבה,

די גמרא לערנט טאקע ארויס דערפון ״וקמשמע לן שלא תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך.״
אבער דאך איז עס אביסל שווער,

נאר וואס׳זשדען,
אוודא און אוודא זענען מיר נישט מסיג די ברייתא וואס איז אסך טיפער און ברייטער פון מענטשעס מוח.
אבער צו ערלויבן זאגן פשט אין גמרא מעג מען דאך.
איז מיר בייגעפאלן היינט אזוי.

די גרעסטע ברכה פאר א טאטע איז. אז עס גייט גוט פאר זיינע קינדער, און עס הערשט א מידת הרחמים פאר זיי,
אז מען וויל בענטשטן די עלטערן איז די גרעסטע ברכה אז עס זאל גוט גיין פאר זייערע קינדערלעך.

במילא דאס האט ריכ״ג געבענטשט כביכל.
ווילסט א ברכה?,
יהי רצון מלפניך, אז דיינע קינדער זאלן האבן רחמים אנשטאטס דין.
זאלסט גובר זיין דיין כעס אויף דיינע קינדערלעך אפילו ח״ו אידן זענען נישט ווערד צו רחמים זאלסטו איבער דרייען דין צו רחמים.
און דאס וועט זיין די גרעסטע ברכה פאר דיר אליין.

ווייטער די צווייטער קשיא פארוואס השי״ת האט געבעטן פון ריכ״ג זאל אים בענטשטן קען אפשר זיין.

אמאל איז דא א זמן ווען כביכל וויל משפיע זיין רחמים אבער דער אייבישטער ווארט אז עס זאל זיין א אתערותא דלתתא. מען זאל געבען א שאקל פון אונטען. דערנאך וועט קומען די אתערותא דלעילא,

און אמאל אז עס קומט נישט די בקשה פון אונטן. געט דער אייבישטער אליין אונז א שלעפ ביים ערמעל און בעט ״בני ברכני״,
״מיין קינד וועקט אויף מיין רחמנות אויף דיר״,

אולי איז דאס פשוט און גמרא.,


כלפי מה דברים אמורים: פארוואס זאג איך אייך דאס?

עס טוט זיך לעצטענס א שטארקע אויפוואכונג וועגן דירות קריזיס. יעדער פארשטייט אז עס קען נישט אזוי ווייטער גיין.

אבער איין זאך דארף ווען אביסל מער ארויס געברענגט ווערן.

אז די עלטערן וואלטן געהאט שכל און געמוטיגט די קינדער צו מופן צו נייע ישיבים וואלט דאך געווען די בעסטע זאך פאר זיי אליין,
די גרעסטע ברכה וואס קען זיין פאר עלטערן איז אז די קינדער מיטשענן זיך נישט,
איז עס נישט די גרעסטע צער פאר א טאטע-מאמען אז זיי זען ווי זייער קינדערלעך קוים 18 יאר אלט קענען קוים קוים אריבער דעכענען דעם טאג?,
און רוב מאל קענען די עלטערן נישט צופיל העלפן ווייל זיי זענען אליין מטפל מיט חובות.

וואלט נישט געווען די גרעסטע נחת פאר די עלטערן ווען זייערע קינדער וואוינען מיט הרחבת הדעת און די אייגענע דירות.??
אנשטאטס דעם פארטמ׳ט מען די געפילן פאר די כלומפערשט אייגענע הנאה פון האבן די קינדער נעבן זיך!
פארוואס זאל דאס זיין אזוי???,

און דא קומט אריין די צווייטע פשט,
נישט אייביג קענען די עלטערן approachin די קינדער מיט די טעמא. אמאל דארף קומען א אתערותא דלתתא פון די קינדער אליין,
און די עלטערן דארף זיין ״ונענע לי בראשו״ זאלן מיטשטימען און צושטופען די קינדער דערצו.

און אמאל דארפן די עלטערן געבן א קליינע שלעפ. ״בני ברכני״.
מיין קינד טו וואס איז ריכטיג פאר מיר, פאר דיר ,און פאר דיינע קינדערלך.


שוין איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען מיינע געדאנקען.


בכל אופן זאל יעדער געבענטשט ווערן מיט די אלע גוטע ברכות פונעם הייליגער באשעפער.

האטסט מיר און בלייבסט מיר!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אוי זענט איר טייער גערעכט איך ווייס פון א נערישע טאטע וואס די טאכטער האט געוואלט אוועק מופן פאר א ביליגע דירה און די טאטע האט זייער אפגערעד און געראטן אז די איידעם זאל זיך שאפן א דזשאב וואס ברענגט אים מער געלט צו קענען אויסצאלן וואס די לענדלארד בעט אוי איז דאס א נערישע טאטע...
פריי דיר אז דיין קינד האט שכל און איז גרייט צו טון וואס מען דארף.. ניין.. פלאג דיר אביסל מער און בלייב דערשטיקט... ווער זאגט דיר אז דער איידעם וויל נישט א בעסער באצאלטע דזשאב...?? און אויב טרעפט ער עס יא.. פארוואס זאל די געלט גיין צום לענדלארד און נישט פאר א נייע שיכ'ל אדער קליידל פאר די קינדערלעך... אבער ליידער זענען מיר געשלאגן מיט די מכה וואס נאר עפעס א נס קען העלפן
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שיינע הארציגע שפראך טיפע געדאנק ש'כח
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון הגאונים »

זייער גוט!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מען דארף דאס ארויספרינטן און צושפרייטן אין די בתי מדרשים.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@גיי שוין גיי הערליך דיט בעסטע זאך פאר א טאטע איז צו זעהן ווי ס'גייט גיט פאר זיינע קינדער! טאטע זיסע טי שוין טאקע נאר גיטס פאר אינז, און טאקע אזאלעכע גיטס וואס מיר זאלען זעהן מיט די אייגענע אויגן, ווייל מיר זענען דאך דיינע קינדער!

אהההה אזא געשמאקע און זיסע פשט!

און אויך די אויספיהר צו די דירות קריזיס, איז אויך זייער זייער טרעפליך. נעם וואס ס'קימט דיר ;l;p-

#גיי און גיי אן!
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

שכח יעדער איינער פאר די גרינע חיזוק,
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זייער גוט!
#גיי און גיי אן!
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”