איבערעדן דאס ב"ב זיך אוועקצוציען פון די שטאט - גוטע פוינטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Fear of the unknown

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

איך דריי מיך שוין לאנג ארום מיט די מהלך, איך וואונדער מיך אז איך האב נאכנישט געזען אנדערע רעדן דערפון (#מתבונן.... וכו')

לענ''ד איז א גרויסע פעקטאר פון אפהאלטן פון מופן דאס מורא פון די אומבאוויסטעניש, אנגערופן אין ענגליש Fear of the unknown

און וויבאלד ביי פרויען איז מער שכיח אויף א בולט'דיגן אופן די Fear of the unknown ווערט עס אנגערופן אז "זיי" ווילן נישט מופן, אבער באמת איז ביי מענער אויך שכיח.

א נייע פלאץ מיינט אז מען דארף ארבעטן אויפצובויען נייע רילעשאנס, אין איך ווייס נישט צו עס גייט געלונגען,
איך דארף איינקויפן אין א נייע גראסערי, און איך ווייס נישט וועם איך גיי דארט טרעפן.
איך דארף גיין אין א נייע ביהמ''ד אין איך ווייס נישט וואס ער ווארט מיך אפ.
אויב האט דער מענטש נאך קיינמאל נישט געמופט, קען ער מורא האבן פון מופן אליין. אויב איז ער נאך קיינמאל נישט געגאנגען דאווענען אין א פרעמדע ביהמ''ד קען ער מורא האבן פון דעם אליין. אויב האט ער נאך קיינמאל נישט גע'קויפט א הויז, קען ער מורא האבן פון דעם אליין.
וכהנה איז דא א געוואלד זאכן וואס די מח שפילט אויף אין די בעקגראונד וואס זאגט אז וויבאלד איך ווייס נישט וואס עס ערווארט מיך דערפאר האלט איך מיך אפ פון אריינגיין אין די מצב.

די עצה פאר דעם איז guided imagery דאס מיינט אויפשפילן אין מח כמה וכמה פעמים ווי אזוי עס פילט אין יענע מצב און פיעלן ווי גלייך מען איז יעצט דארט און זעהן און פיעלן וואס עס געשעהט יעצט, נאכ'ן עס טוען כמה פעמים הייבט מען פלוצלינג און צו פיעלן און זעהן אז עס איז נישט אזוי שרעקעדיג.
למשל, טראכט ווי מ'האלט שוין נאכ'ן מופן אין מ'גייט און גראסערי די ערשטע מאל. איך וואק יעצט אריין, און..... איך......, און ........ איך......., און איך טרעף ........ און איך פרעג .......... און איך זאג....... און איך וויל אהיימגיין און איך קאל די קאר סערוויס נומבער 999-999-9999 אין איך......בין צוריק אינדערהיים.
כהנה וכהנה. איך לאז איבער פאר #מתבונן צו שרייבן אן ארטיקל איבער דעם.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום זונטאג מארטש 27, 2016 6:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיסטעריעז האט געשריבן:יעצט פרעג איך דיר, וויפיל מאל א וואך טרעפט זי זיך פיזיש מיט א חבר'טע?


אפילו דריי מאל א וואך איז אויך גענוג

רעדסט פון גיין צו פארטיס שמחות שאפפינג וכדומה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אפענע

פון ווי נעמסטו אז פרויען האבן מער מורא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

שאינו יודע האט געשריבן:אפענע

פון ווי נעמסטו אז פרויען האבן מער מורא

פאר סעם ריזען איז די בלעימען רוב מענער די פרויען פארן נישט ארויסמופן.

גראדע ווייס איך 2 פעלער ווי די פרויען ווילן מופן, און די גרויסע שטארקע טאטע האט מורא...
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

שאינו יודע האט געשריבן:אפענע

פון ווי נעמסטו אז פרויען האבן מער מורא


ליין גוט איבער וועסטו זעהן ווי איך שרייב אנדערע ווערטער, "און וויבאלד ביי פרויען איז מער שכיח אויף א בולט'דיגן אופן די Fear of the unknown ווערט עס אנגערופן אז "זיי" ווילן נישט מופן, אבער באמת איז ביי מענער אויך שכיח"
יישר כח
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

שאינו יודע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יעצט פרעג איך דיר, וויפיל מאל א וואך טרעפט זי זיך פיזיש מיט א חבר'טע?


אפילו דריי מאל א וואך איז אויך גענוג

רעדסט פון גיין צו פארטיס שמחות שאפפינג וכדומה


באמת איז דאס אויך א חלק פון די מורא פון די אומבאוויסטעניש. ווייל די וואס האבן שוין געמופט און ענזדשויען זייער הויז בהרחבה גדולה פיעלן נישט די געברויך צו לויפן אזויפיל צו די אויבענדערמאנטע, ווי חבר'טע שפילט א גרעסערע ראלע, און טרעפן פארגעניגען און אסאך אנדערע זאכן אין לעבן וואס זיי האבן נישט געוויסט אפילו אז עס עקזיסטירט, און דארטן שפילט די מאן א גרעסערע ראלע), נאר א משל, אסאך אידענעס וועלן פאר א יו''ט זיין "ביזי" וואספארא נייע זאך צו קויפן פאר די "הויז" צ.ב.ש. פעינטן, קאוטש, פסח קאך, טשילאר, דיינעט, בעטן, וכדו' ווי איידער וועלעכע סטאר צו גיין שאפינג פאר קליידער וכדו', נאר א משל)
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:אפענע

פון ווי נעמסטו אז פרויען האבן מער מורא

פאר סעם ריזען איז די בלעימען רוב מענער די פרויען פארן נישט ארויסמופן.

גראדע ווייס איך 2 פעלער ווי די פרויען ווילן מופן, און די גרויסע שטארקע טאטע האט מורא...

גראדע די צוויי פעלער יא, עס איז אבער קלאר די יוצא מן הכלל. און עס איז טאקע א חידוש. (די מעשה מיטן אינגען לייב וואס האט געזען א בילד ווי א מענטש צורייסט א לייב, ואכמ"ל).

די סיבות פארוואס פאר פרויען איז שווערער, אפילו פאר פרויען וואס טרעפען זיך נישט מיט קיין חברטעס משבת לשבת.
1. פרויען ליידן מער אויפן פארטוך סינדראם. די בעסטע ראיה ווען דער חתן קומט פון איין יישוב און די כלה פון אן אנדערע, ווי גייט דאס פארפאלק וואוינען...??
2. פרויען דארפן נישט קאווערן דעם באנק. פינטעל.
3. פרויען זענען אסך מער דערשראקן פון וואס יענער יאכטשע יענטע וועט מעגליך געבן א קנייטש מיט די נאז, והמפורסמות א"צ ראיה.
4. פאר פרויען וואס גייען יא פארברענגען מיט חברטעס קומט צו נאך א זאך. אבער באמת איז דאס שייך פארן מאן אויך, וואס אין א געוויסען זין טרעפט ער זיך מער אפט "פערזענליך" מיט זיינע חברים, ווערסאס די פרויען וואס 90% פון די חברותאשפט באשטייט דורך דעם שמועסן על הטעלאפאון.

עד כאן די אונטערלאגע פון די סיבות.

וואס צו טוען למעשה צו אדרעסירן דעם פראבלעם? @חיים של פרנסה'ס מהלך דא אויבן איז עפעס געוואלדיג, איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין. צומאל שוינט מען די בני בית, און מען וויל איר נישט "דערשרעקן" און זאגן אז מען איז "באזארגט" און דורך דעם צושטערן איר פאסיווע מנוחה אז אלעס קלאפט, אבער דאס קאסט א זייער טיייייייייערע פרייז.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: איבערעדן דאס ב"ב זיך אוועקצוציען פון די שטאט - גוטע פוינטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

א יונגערמאן זאגט מיר אז ער האט אנדעפאנגען אהיימצוברענגען בראשורן פון די הייזער און פרייזן פון די שטאט ווי ער וואוינט ( און זיין ב''ב איז איינגערעדט צו קויפן) נאך עטליכע וואכן אזוי איז זי שוין מסכים צו גיין קוקן הייזער אין לינדען...
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”