בלאט 1 פון 1
זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:06 pm
דורך כוכב
מיט כמעט הונדרעט יאר צוריק האט געלעבט א בארימטער גוי א גרויסע פראפעסאר און שטודירער 'הענרי פארבער' האט ער געהייסן, (ער האט געווינען די נאוועל פרייז אין די אנהייב 1990)
ער האט אמאל געמאכט זייער א אינטערעסאנטע שטודיע.
ס'קען זיין אז איהר האט דאס שוין אמאל באמערקט אז די סדר פון קעטערפיללערס איז: אז זיי גייען אייביג אין גראדע שורות ממש אזוי א פאראדע ס'קען שפאצירן הונדרטער קעטערפיללערס איינער אונטער אין צווייטען און יעדער וועט נאכגיין דעם צווייטען קיינער וועט זיך נישט דערוואגען זיך ארויסצוריקן פון די ליניע, יעדער וועט נאכגיין די פירער וואס גייט ערשט, אזוי גייען זיי פון איין פלאץ צום צוויטען אדער ווען זיי זוכן עסן, (עס קען זיך אמאל דאכטען אז ס'איז איין לאנגע חיה אזוי גראד גייען זיי נאך) קומענדיגע מאל איהר זענט אין אייער באנגעלו באטראכט עס...
דער הענרי פרבער האט געוואלט זעהן ווי שטארק די קעטערפיללערס גייען טאקע נאך זייער פירער און ווען זיי רייסן זיך יא אויס האט ער געטוהן זייער א אינטערסאנטע זאך ער האט גענומען א פלאוער פאט (flower pot) און דאס איבערגעדרייט און ארום די גאנצע פלאוער פאט האט ער ארום געלייגט קעטערפיללערס און א רינג, אזוי איז אויסגעקומען אז עס איז נישט דא קיין פירער ס'איז נישט דא קיינער וואס גייט ערשט... יעדער קעטרעפיללער גייט נאך דער וואס גייט פארענט פון אים און יענער גייט נאך דער וואס גייט פאר אים און אזוי ווייטער...
הענרי איז געגאנגען און ער האט אינמוטען די איבערגדרייטע פלאוער פאט ארויף געלייגט עסן וואס די קעטערפיללערס האבן ליב! און ער האט געוואלט זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר די קעטערפיללערס זיך אויסצורייסן פון די צירקול צו גיין נעמען די עסן!
ס'איז דורך א טאג אין הענרי איז געווען איבעראשט צו זעהן אז נאך גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט זיך קיין איינער נישט ארויסגערוקט פון די רינג! אפילו זיי זענען געווען שטערבליך הונגערוג! ער האט געדולדיג געווארט צו זעהן וואס גייט געשעהן די קומענדיגע טאג! און יא אויך נאך די צווייטע טאג נאך 48 שעה זענען נאך אלע קעטערפיללערס געבליבן אין די צירקול קיינער ברעכט זיך נישט אפ אפילו זיי זעהן און שמעקן די עסן אפאר אינטשעס אוועק!!! און ווי שאקירט איז ער געווען אז אויך נאך די דריטע טאג זענען זיי אלע אין די שורה!
אזוי איז דורך גאנצע זיבן טעג!!! און נאך זיבן טעג האט הענרי געזעהן א שריקדיגע צענע: איין קעטערפיללער נאכן צווייטען שטארבן אוועק פון הונגער אדער דארשט!!!
יא! יא! זייער עסן איז געווען בלויז עטליכע טריט אוועק זיי האבן דאס קלאר געזעהן! אבער די קעטערפיללערס האבן זיך נישט געוואלט אויסרייסן פון צירקול און מאכן די Move! זיי וועלן ליבערשט אויסגיין!!!
הערט זיך מאדנע??? נערישע קעטערפיללערס??? זיכער לאכט עטץ פון זיי!!! אזאליכע נער'נים פארוואס לאזן זיי זיך אויסגיין??? פארוואס האט קיינער נישט געהאט די שכל קוראזש זיך אויסצורייסן???
אבער פאר מיר לאכן פון די קעטערפיללערס דארפן מיר טראכטן צו מיר מענטשן זענען נישט אביסל ענדליך צו די קעטערפיללערס!!! מיר וואוינען צוקוועטשט ווי די סארדינס! אן קיין הרחבת הדעת! מיר צאלן געשוואלנע רענט! מיר גייען ממש אויס מיט די דירות קריזעס! אבער מיר ווילן נישט מאכן די Move ! פארוואס? ווייל מיר מוזן בלייבן אין צירקול! איי דער עולם גייט אויס מיר טראגן עס נישט איבער!
אשריכים די אידן וואס האבן יא געהאט די קוראזש און זיך ארויסגעריסן פון די נערישע רינג! און יא געמאכט די Move! זיי זענען העלדן!
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
חוץ וואס די געדאנק איז זייער שטארק, א עקסטערע דאנק פאר די אינטערעסאנטע געשיכטע!! נאכגעקוקט, זייער אינטערעסאנט.
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:31 pm
דורך ענדע צדיק!
שיינע געדאנק.
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:09 pm
דורך לאמפ
א פאסיגער געדאנק, שיין געשריבן.
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:39 pm
דורך זאכליך
שטארקע נקודה!
קפ
The story has been endlessly retold by inspirational speakers who see in it the folly of blindly following the crowd, striking off with neither a goal nor a leader, or confusing activity with progress.
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:43 pm
דורך אויסגערעכנט
וויי וויי ווען די נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 9:43 pm
דורך פרידן
שטארקע דיבורים גוטע פעדער הרב כוכב
סתם פארנייגעריקייט הרב כוכב די ביזט פין וויליאמסבורג/בארא פארק אין די האסט/גייסט מופן?
אדער ביזט פין מאנסי/מאנרוי וכד' אין ביזט בכלל נישט אין די מצב?
אדער ביזט פין וויליאמסבורג/בארא פארק אין גייסט ביז דערוויל נישט מופן?
פארוואס איינער מופט נישט אויף מאנסי וכד' ביזטי שטארק גערעכט אבער די נייע שטעט איז נישט דומה למשל ווייל קענסט נישט זאגן אז עס איז דא די עסן ווייל אלץ יודן דארף מען טאקע אז אסאך מענטשן זאלן דיר נאכוואקען אז עס זאל זיך אויסארבייטען א יוד דארף מוסדות וכ' ועיין בבעיסוואטער
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 9:49 pm
דורך פארבינדן
אמת'ע דיבורים רב כוכב, א ביטער געלעכטער
געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:09 pm
דורך שוועמל
איבערגעזאגט אין שטוב.
ס'האט זיי נאך אלץ נישט געכאפט
געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:00 am
דורך verveist
יא דאס איז װי לאנג זיי זענען נאך קעטערפיללערס, אבער אז דער אויבשטער העלפט און מען איז נישט אויסגעגאנגען פאר הונגער אלץ קעטערפּיללער, און מען דערלעבט געזינטערהייט, נעמט מען זיך דערנאך ארום מיט א קעקון (אידיש קענער; װי זאגט מען עס אויף אידיש?) מען איז טאקע פאליזירט פאר א שטיק צייט אבער דערנאך װאקסען צו פליגעל און מען נעמט זיך פליען !!!
ענד דאה רעסט איז היסטערי...
געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2018 10:44 am
דורך גרויסע עם הארץ
כוכב האט געשריבן:מיט כמעט הונדרעט יאר צוריק האט געלעבט א בארימטער גוי א גרויסע פראפעסאר און שטודירער 'הענרי פארבער' האט ער געהייסן, (ער האט געווינען די נאוועל פרייז אין די אנהייב 1990)
ער האט אמאל געמאכט זייער א אינטערעסאנטע שטודיע.
ס'קען זיין אז איהר האט דאס שוין אמאל באמערקט אז די סדר פון קעטערפיללערס איז: אז זיי גייען אייביג אין גראדע שורות ממש אזוי א פאראדע ס'קען שפאצירן הונדרטער קעטערפיללערס איינער אונטער אין צווייטען און יעדער וועט נאכגיין דעם צווייטען קיינער וועט זיך נישט דערוואגען זיך ארויסצוריקן פון די ליניע, יעדער וועט נאכגיין די פירער וואס גייט ערשט, אזוי גייען זיי פון איין פלאץ צום צוויטען אדער ווען זיי זוכן עסן, (עס קען זיך אמאל דאכטען אז ס'איז איין לאנגע חיה אזוי גראד גייען זיי נאך) קומענדיגע מאל איהר זענט אין אייער באנגעלו באטראכט עס...
דער הענרי פרבער האט געוואלט זעהן ווי שטארק די קעטערפיללערס גייען טאקע נאך זייער פירער און ווען זיי רייסן זיך יא אויס האט ער געטוהן זייער א אינטערסאנטע זאך ער האט גענומען א פלאוער פאט (flower pot) און דאס איבערגעדרייט און ארום די גאנצע פלאוער פאט האט ער ארום געלייגט קעטערפיללערס און א רינג, אזוי איז אויסגעקומען אז עס איז נישט דא קיין פירער ס'איז נישט דא קיינער וואס גייט ערשט... יעדער קעטרעפיללער גייט נאך דער וואס גייט פארענט פון אים און יענער גייט נאך דער וואס גייט פאר אים און אזוי ווייטער...
הענרי איז געגאנגען און ער האט אינמוטען די איבערגדרייטע פלאוער פאט ארויף געלייגט עסן וואס די קעטערפיללערס האבן ליב! און ער האט געוואלט זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר די קעטערפיללערס זיך אויסצורייסן פון די צירקול צו גיין נעמען די עסן!
ס'איז דורך א טאג אין הענרי איז געווען איבעראשט צו זעהן אז נאך גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט זיך קיין איינער נישט ארויסגערוקט פון די רינג! אפילו זיי זענען געווען שטערבליך הונגערוג! ער האט געדולדיג געווארט צו זעהן וואס גייט געשעהן די קומענדיגע טאג! און יא אויך נאך די צווייטע טאג נאך 48 שעה זענען נאך אלע קעטערפיללערס געבליבן אין די צירקול קיינער ברעכט זיך נישט אפ אפילו זיי זעהן און שמעקן די עסן אפאר אינטשעס אוועק!!! און ווי שאקירט איז ער געווען אז אויך נאך די דריטע טאג זענען זיי אלע אין די שורה!
אזוי איז דורך גאנצע זיבן טעג!!! און נאך זיבן טעג האט הענרי געזעהן א שריקדיגע צענע: איין קעטערפיללער נאכן צווייטען שטארבן אוועק פון הונגער אדער דארשט!!!
יא! יא! זייער עסן איז געווען בלויז עטליכע טריט אוועק זיי האבן דאס קלאר געזעהן! אבער די קעטערפיללערס האבן זיך נישט געוואלט אויסרייסן פון צירקול און מאכן די Move! זיי וועלן ליבערשט אויסגיין!!!
הערט זיך מאדנע??? נערישע קעטערפיללערס??? זיכער לאכט עטץ פון זיי!!! אזאליכע נער'נים פארוואס לאזן זיי זיך אויסגיין??? פארוואס האט קיינער נישט געהאט די שכל קוראזש זיך אויסצורייסן???
אבער פאר מיר לאכן פון די קעטערפיללערס דארפן מיר טראכטן צו מיר מענטשן זענען נישט אביסל ענדליך צו די קעטערפיללערס!!! מיר וואוינען צוקוועטשט ווי די סארדינס! אן קיין הרחבת הדעת! מיר צאלן געשוואלנע רענט! מיר גייען ממש אויס מיט די דירות קריזעס! אבער מיר ווילן נישט מאכן די Move ! פארוואס? ווייל מיר מוזן בלייבן אין צירקול! איי דער עולם גייט אויס מיר טראגן עס נישט איבער!
אשריכים די אידן וואס האבן יא געהאט די קוראזש און זיך ארויסגעריסן פון די נערישע רינג! און יא געמאכט די Move! זיי זענען העלדן!
דאכצעך מיר אז ס'איז געווען אויף #קול_מבשר....
געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2018 1:17 pm
דורך אויפגעפרישט
זיי האבן עס גענומען פון דא, ניין?
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: זונטאג יולי 10, 2022 6:00 pm
דורך אלט מאנרא
שיינע געדאנק.
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 12:39 pm
דורך הקולמוס שלי
יא; ריכטיג!
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 1:11 pm
דורך Bissli
און אזוי ביי יעדע זאך.
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 1:29 pm
דורך טשעירמאן
זייער גרינג צו לאכן פון יענעם און אוועקמאכן יענעמס פחדים און שרעק ווי א גרויסע צולייגער.. יא לאמיך זעהן, גיי אריין מארגן אין ביהמ''ד געהעריג אנגעטון נאר איין קליינע חילוק דיין ראפפורט \ עקא שיך זאל זיין געפארבט בלוי אדער גרין הא?.. נעה?.. לאמיר כאטשיג טרייען אויף ליכטיג ברוין? דאס איז איין חלק פון די נקודה פארוואס מענטשען זענען באקוועם און טוען נאך אלעס וואס זייער קרייז טוט.
און די צווייטע חלק - דאס וואס מען מאכט אלטס חוזק - קוק אן,אזוי טוט דער עולם גולם, סארי איך בין נישט דא פאר אייביג, און כהאב נישט קיין צייט אויספורבירען אלע מינע איידיעס און ברענדס, ממילא ווי סכאפט גוט טו איך נאך.. יא איר ליינט גוט.. איך טו נאך רעכל מיט מעכל.. זיי פארן אין קאנטרי און דרייווען א סיענע אין מיין ווייב דרייווט א באגעבאו איך זאל מיך יעצט שטעלן אויסטרייען אלע מינע קעריזשעס?
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 1:59 pm
דורך i follow
טשעירמאן האט געשריבן:זייער גרינג צו לאכן פון יענעם און אוועקמאכן יענעמס פחדים און שרעק ווי א גרויסע צולייגער.. יא לאמיך זעהן, גיי אריין מארגן אין ביהמ''ד געהעריג אנגעטון נאר איין קליינע חילוק דיין ראפפורט \ עקא שיך זאל זיין געפארבט בלוי אדער גרין הא?.. נעה?.. לאמיר כאטשיג טרייען אויף ליכטיג ברוין? דאס איז איין חלק פון די נקודה פארוואס מענטשען זענען באקוועם און טוען נאך אלעס וואס זייער קרייז טוט.

אויב קענסטו עס באצאלן דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם נאכצומאכן, און אויב נישט...
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 5:03 pm
דורך טשעירמאן
i follow האט געשריבן:טשעירמאן האט געשריבן:זייער גרינג צו לאכן פון יענעם און אוועקמאכן יענעמס פחדים און שרעק ווי א גרויסע צולייגער.. יא לאמיך זעהן, גיי אריין מארגן אין ביהמ''ד געהעריג אנגעטון נאר איין קליינע חילוק דיין ראפפורט \ עקא שיך זאל זיין געפארבט בלוי אדער גרין הא?.. נעה?.. לאמיר כאטשיג טרייען אויף ליכטיג ברוין? דאס איז איין חלק פון די נקודה פארוואס מענטשען זענען באקוועם און טוען נאך אלעס וואס זייער קרייז טוט.
און די צווייטע חלק - דאס וואס מען מאכט אלטס חוזק - קוק אן,אזוי טוט דער עולם גולם, סארי איך בין נישט דא פאר אייביג, און כהאב נישט קיין צייט אויספורבירען אלע מינע איידיעס און ברענדס, ממילא ווי סכאפט גוט טו איך נאך.. יא איר ליינט גוט.. איך טו נאך רעכל מיט מעכל.. זיי פארן אין קאנטרי און דרייווען א סיענע אין מיין ווייב דרייווט א באגעבאו איך זאל מיך יעצט שטעלן אויסטרייען אלע מינע קעריזשעס?
אויב קענסטו עס באצאלן דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם נאכצומאכן, און אויב נישט...
סאו - העלף מיר ארויס- אויף די שאלה צו מיר זענען ענדליך צו די קעטערפיללערס? איז די ענטפער א היליכיגע יא, והא ראיה מען טוט זיך נאך - אפי' מבלוטיגט אויס פינאנציעל
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 7:34 pm
דורך i follow
איך דיסעגרי נישט, אבער עס איז מער ווייטאגלעך ווען מענטשן מאכן נאך אנדערע מיט זאכן וואס זיי קענען נישט באצאלן,
Re: זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?
געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 8:41 pm
דורך Bissli
טשעירמאן האט געשריבן:זייער גרינג צו לאכן פון יענעם און אוועקמאכן יענעמס פחדים און שרעק ווי א גרויסע צולייגער.. יא לאמיך זעהן, גיי אריין מארגן אין ביהמ''ד געהעריג אנגעטון נאר איין קליינע חילוק דיין ראפפורט \ עקא שיך זאל זיין געפארבט בלוי אדער גרין הא?.. נעה?.. לאמיר כאטשיג טרייען אויף ליכטיג ברוין? דאס איז איין חלק פון די נקודה פארוואס מענטשען זענען באקוועם און טוען נאך אלעס וואס זייער קרייז טוט.
און די צווייטע חלק - דאס וואס מען מאכט אלטס חוזק - קוק אן,אזוי טוט דער עולם גולם, סארי איך בין נישט דא פאר אייביג, און כהאב נישט קיין צייט אויספורבירען אלע מינע איידיעס און ברענדס, ממילא ווי סכאפט גוט טו איך נאך.. יא איר ליינט גוט.. איך טו נאך רעכל מיט מעכל.. זיי פארן אין קאנטרי און דרייווען א סיענע אין מיין ווייב דרייווט א באגעבאו איך זאל מיך יעצט שטעלן אויסטרייען אלע מינע קעריזשעס?
איך האב טאקע א שטיק צייט געגאנגען מיט קראקס א שיינע פאר חדשים, אין ארבעט און אין שול און איבעראל, איך האב עס געהעריג איבערגעלעבט.
איך רעד פון גרויסע קהלישע בתי מדרשים אין קרית יואל, גארנישט פאסירט. אז דו דארפסט אדער ווילסט עפעס טון און עס איז נישט קיין עבירה, פארוואס זאלסטו קוקן וואס יענער טוט?