זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

כוכב
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 20, 2014 5:25 pm

זענען מיר ענדליך צו די קעטערפיללערס?

תגובהדורך כוכב » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 4:06 pm

מיט כמעט הונדרעט יאר צוריק האט געלעבט א בארימטער גוי א גרויסע פראפעסאר און שטודירער 'הענרי פארבער' האט ער געהייסן, (ער האט געווינען די נאוועל פרייז אין די אנהייב 1990)
ער האט אמאל געמאכט זייער א אינטערעסאנטע שטודיע.
ס'קען זיין אז איהר האט דאס שוין אמאל באמערקט אז די סדר פון קעטערפיללערס איז: אז זיי גייען אייביג אין גראדע שורות ממש אזוי א פאראדע ס'קען שפאצירן הונדרטער קעטערפיללערס איינער אונטער אין צווייטען און יעדער וועט נאכגיין דעם צווייטען קיינער וועט זיך נישט דערוואגען זיך ארויסצוריקן פון די ליניע, יעדער וועט נאכגיין די פירער וואס גייט ערשט, אזוי גייען זיי פון איין פלאץ צום צוויטען אדער ווען זיי זוכן עסן, (עס קען זיך אמאל דאכטען אז ס'איז איין לאנגע חיה אזוי גראד גייען זיי נאך) קומענדיגע מאל איהר זענט אין אייער באנגעלו באטראכט עס...

דער הענרי פרבער האט געוואלט זעהן ווי שטארק די קעטערפיללערס גייען טאקע נאך זייער פירער און ווען זיי רייסן זיך יא אויס האט ער געטוהן זייער א אינטערסאנטע זאך ער האט גענומען א פלאוער פאט (flower pot) און דאס איבערגעדרייט און ארום די גאנצע פלאוער פאט האט ער ארום געלייגט קעטערפיללערס און א רינג, אזוי איז אויסגעקומען אז עס איז נישט דא קיין פירער ס'איז נישט דא קיינער וואס גייט ערשט... יעדער קעטרעפיללער גייט נאך דער וואס גייט פארענט פון אים און יענער גייט נאך דער וואס גייט פאר אים און אזוי ווייטער...
הענרי איז געגאנגען און ער האט אינמוטען די איבערגדרייטע פלאוער פאט ארויף געלייגט עסן וואס די קעטערפיללערס האבן ליב! און ער האט געוואלט זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר די קעטערפיללערס זיך אויסצורייסן פון די צירקול צו גיין נעמען די עסן!

ס'איז דורך א טאג אין הענרי איז געווען איבעראשט צו זעהן אז נאך גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט זיך קיין איינער נישט ארויסגערוקט פון די רינג! אפילו זיי זענען געווען שטערבליך הונגערוג! ער האט געדולדיג געווארט צו זעהן וואס גייט געשעהן די קומענדיגע טאג! און יא אויך נאך די צווייטע טאג נאך 48 שעה זענען נאך אלע קעטערפיללערס געבליבן אין די צירקול קיינער ברעכט זיך נישט אפ אפילו זיי זעהן און שמעקן די עסן אפאר אינטשעס אוועק!!! און ווי שאקירט איז ער געווען אז אויך נאך די דריטע טאג זענען זיי אלע אין די שורה!

אזוי איז דורך גאנצע זיבן טעג!!! און נאך זיבן טעג האט הענרי געזעהן א שריקדיגע צענע: איין קעטערפיללער נאכן צווייטען שטארבן אוועק פון הונגער אדער דארשט!!!
יא! יא! זייער עסן איז געווען בלויז עטליכע טריט אוועק זיי האבן דאס קלאר געזעהן! אבער די קעטערפיללערס האבן זיך נישט געוואלט אויסרייסן פון צירקול און מאכן די Move! זיי וועלן ליבערשט אויסגיין!!!

הערט זיך מאדנע??? נערישע קעטערפיללערס??? זיכער לאכט עטץ פון זיי!!! אזאליכע נער'נים פארוואס לאזן זיי זיך אויסגיין??? פארוואס האט קיינער נישט געהאט די שכל קוראזש זיך אויסצורייסן???
אבער פאר מיר לאכן פון די קעטערפיללערס דארפן מיר טראכטן צו מיר מענטשן זענען נישט אביסל ענדליך צו די קעטערפיללערס!!! מיר וואוינען צוקוועטשט ווי די סארדינס! אן קיין הרחבת הדעת! מיר צאלן געשוואלנע רענט! מיר גייען ממש אויס מיט די דירות קריזעס! אבער מיר ווילן נישט מאכן די Move ! פארוואס? ווייל מיר מוזן בלייבן אין צירקול! איי דער עולם גייט אויס מיר טראגן עס נישט איבער!

אשריכים די אידן וואס האבן יא געהאט די קוראזש און זיך ארויסגעריסן פון די נערישע רינג! און יא געמאכט די Move! זיי זענען העלדן!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 4:26 pm

חוץ וואס די געדאנק איז זייער שטארק, א עקסטערע דאנק פאר די אינטערעסאנטע געשיכטע!! נאכגעקוקט, זייער אינטערעסאנט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 4:31 pm

שיינע געדאנק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 7:09 pm

א פאסיגער געדאנק, שיין געשריבן.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 7:39 pm

שטארקע נקודה!

קפ
The story has been endlessly retold by inspirational speakers who see in it the folly of blindly following the crowd, striking off with neither a goal nor a leader, or confusing activity with progress.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 7:43 pm

וויי וויי ווען די נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:43 pm

שטארקע דיבורים גוטע פעדער הרב כוכב
סתם פארנייגעריקייט הרב כוכב די ביזט פין וויליאמסבורג/בארא פארק אין די האסט/גייסט מופן?
אדער ביזט פין מאנסי/מאנרוי וכד' אין ביזט בכלל נישט אין די מצב?
אדער ביזט פין וויליאמסבורג/בארא פארק אין גייסט ביז דערוויל נישט מופן?

פארוואס איינער מופט נישט אויף מאנסי וכד' ביזטי שטארק גערעכט אבער די נייע שטעט איז נישט דומה למשל ווייל קענסט נישט זאגן אז עס איז דא די עסן ווייל אלץ יודן דארף מען טאקע אז אסאך מענטשן זאלן דיר נאכוואקען אז עס זאל זיך אויסארבייטען א יוד דארף מוסדות וכ' ועיין בבעיסוואטער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:49 pm

אמת'ע דיבורים רב כוכב, א ביטער געלעכטער
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 11:09 pm

איבערגעזאגט אין שטוב.
ס'האט זיי נאך אלץ נישט געכאפט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 1:00 am

יא דאס איז װי לאנג זיי זענען נאך קעטערפיללערס, אבער אז דער אויבשטער העלפט און מען איז נישט אויסגעגאנגען פאר הונגער אלץ קעטערפּיללער, און מען דערלעבט געזינטערהייט, נעמט מען זיך דערנאך ארום מיט א קעקון (אידיש קענער; װי זאגט מען עס אויף אידיש?) מען איז טאקע פאליזירט פאר א שטיק צייט אבער דערנאך װאקסען צו פליגעל און מען נעמט זיך פליען !!!

ענד דאה רעסט איז היסטערי...

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג יולי 31, 2018 10:44 am

כוכב האט געשריבן:מיט כמעט הונדרעט יאר צוריק האט געלעבט א בארימטער גוי א גרויסע פראפעסאר און שטודירער 'הענרי פארבער' האט ער געהייסן, (ער האט געווינען די נאוועל פרייז אין די אנהייב 1990)
ער האט אמאל געמאכט זייער א אינטערעסאנטע שטודיע.
ס'קען זיין אז איהר האט דאס שוין אמאל באמערקט אז די סדר פון קעטערפיללערס איז: אז זיי גייען אייביג אין גראדע שורות ממש אזוי א פאראדע ס'קען שפאצירן הונדרטער קעטערפיללערס איינער אונטער אין צווייטען און יעדער וועט נאכגיין דעם צווייטען קיינער וועט זיך נישט דערוואגען זיך ארויסצוריקן פון די ליניע, יעדער וועט נאכגיין די פירער וואס גייט ערשט, אזוי גייען זיי פון איין פלאץ צום צוויטען אדער ווען זיי זוכן עסן, (עס קען זיך אמאל דאכטען אז ס'איז איין לאנגע חיה אזוי גראד גייען זיי נאך) קומענדיגע מאל איהר זענט אין אייער באנגעלו באטראכט עס...

דער הענרי פרבער האט געוואלט זעהן ווי שטארק די קעטערפיללערס גייען טאקע נאך זייער פירער און ווען זיי רייסן זיך יא אויס האט ער געטוהן זייער א אינטערסאנטע זאך ער האט גענומען א פלאוער פאט (flower pot) און דאס איבערגעדרייט און ארום די גאנצע פלאוער פאט האט ער ארום געלייגט קעטערפיללערס און א רינג, אזוי איז אויסגעקומען אז עס איז נישט דא קיין פירער ס'איז נישט דא קיינער וואס גייט ערשט... יעדער קעטרעפיללער גייט נאך דער וואס גייט פארענט פון אים און יענער גייט נאך דער וואס גייט פאר אים און אזוי ווייטער...
הענרי איז געגאנגען און ער האט אינמוטען די איבערגדרייטע פלאוער פאט ארויף געלייגט עסן וואס די קעטערפיללערס האבן ליב! און ער האט געוואלט זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר די קעטערפיללערס זיך אויסצורייסן פון די צירקול צו גיין נעמען די עסן!

ס'איז דורך א טאג אין הענרי איז געווען איבעראשט צו זעהן אז נאך גאנצע פיר און צוואנציג שעה האט זיך קיין איינער נישט ארויסגערוקט פון די רינג! אפילו זיי זענען געווען שטערבליך הונגערוג! ער האט געדולדיג געווארט צו זעהן וואס גייט געשעהן די קומענדיגע טאג! און יא אויך נאך די צווייטע טאג נאך 48 שעה זענען נאך אלע קעטערפיללערס געבליבן אין די צירקול קיינער ברעכט זיך נישט אפ אפילו זיי זעהן און שמעקן די עסן אפאר אינטשעס אוועק!!! און ווי שאקירט איז ער געווען אז אויך נאך די דריטע טאג זענען זיי אלע אין די שורה!

אזוי איז דורך גאנצע זיבן טעג!!! און נאך זיבן טעג האט הענרי געזעהן א שריקדיגע צענע: איין קעטערפיללער נאכן צווייטען שטארבן אוועק פון הונגער אדער דארשט!!!
יא! יא! זייער עסן איז געווען בלויז עטליכע טריט אוועק זיי האבן דאס קלאר געזעהן! אבער די קעטערפיללערס האבן זיך נישט געוואלט אויסרייסן פון צירקול און מאכן די Move! זיי וועלן ליבערשט אויסגיין!!!

הערט זיך מאדנע??? נערישע קעטערפיללערס??? זיכער לאכט עטץ פון זיי!!! אזאליכע נער'נים פארוואס לאזן זיי זיך אויסגיין??? פארוואס האט קיינער נישט געהאט די שכל קוראזש זיך אויסצורייסן???
אבער פאר מיר לאכן פון די קעטערפיללערס דארפן מיר טראכטן צו מיר מענטשן זענען נישט אביסל ענדליך צו די קעטערפיללערס!!! מיר וואוינען צוקוועטשט ווי די סארדינס! אן קיין הרחבת הדעת! מיר צאלן געשוואלנע רענט! מיר גייען ממש אויס מיט די דירות קריזעס! אבער מיר ווילן נישט מאכן די Move ! פארוואס? ווייל מיר מוזן בלייבן אין צירקול! איי דער עולם גייט אויס מיר טראגן עס נישט איבער!

אשריכים די אידן וואס האבן יא געהאט די קוראזש און זיך ארויסגעריסן פון די נערישע רינג! און יא געמאכט די Move! זיי זענען העלדן!
דאכצעך מיר אז ס'איז געווען אויף #קול_מבשר....
שמע עצה וקבל מוסר למען תחכם באחריתך

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יולי 31, 2018 1:17 pm

זיי האבן עס גענומען פון דא, ניין?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט