מיסטעריעז האט געשריבן:אראפפארן קיין מאנטיסעללא פארטאגס (אדער ביינאכט) און ווארטן אין די ליין אויף א ספק ספיקא, איז אין מיינע אויגן נישט גראד.
נישט גראד? אפשר נאריש אויב עס איז טאקע אזא שוואכע ספק (וואס איך בין נישט זיכער אז עס איז אזוי). אבער וואס האט דאס מיט גראדקייט? ווען דו וואלסט ח"ו געווען א נצרך און שווערערהייט געצאלט די רענט, וואלסטו עס נישט געווען דער גראדסטער וועג צו טון אביסל השתדלות צו שטיין אפאר שעה איין מאל און דורך דעם האבן א ריזיגע טשענס צו באקומען א גרויסע חלק פון דיין רענט עד יעבור זעם?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מיסטעריעז האט געשריבן:אראפפארן קיין מאנטיסעללא פארטאגס (אדער ביינאכט) און ווארטן אין די ליין אויף א ספק ספיקא, איז אין מיינע אויגן נישט גראד.
נישט גראד? אפשר נאריש אויב עס איז טאקע אזא שוואכע ספק (וואס איך בין נישט זיכער אז עס איז אזוי). אבער וואס האט דאס מיט גראדקייט? ווען דו וואלסט ח"ו געווען א נצרך און שווערערהייט געצאלט די רענט, וואלסטו עס נישט געווען דער גראדסטער וועג צו טון אביסל השתדלות צו שטיין אפאר שעה איין מאל און דורך דעם האבן א ריזיגע טשענס צו באקומען א גרויסע חלק פון דיין רענט עד יעבור זעם?
גליטשעדיג האט געשריבן:לא תחנם נוץ דיין מדת הרחמנות אויף אידן.
חילול ה' האט נישט קיין תירוץ
פארוואס איז דאס א חילול השם? אז א טייל פון די אידן זענען אנגעוויזן אויף שטאטישע הילף צו קענען באצאלן רענט איז א חילול השם? די יונגעלייט האבן דאך באמת נישט צו באצאלן, ס'איז דאך דא א ביטערער האויזינג קריזיס, און פארדעם שטעלט די רעגירונג צו הילף, און אלע סטעיטס נישט בלויז אין ניו יארק, פארוואס איז דאס מחלל שם השם אז מען געניסט דערפון? אוודאי איז א חילול השם אז מען איז אין גלות ומפני חטאינו גלינו מארצינו, אבער פארוואס איז מער חילול השם ווען מען נעמט הילף?
געראטעוועט האט געשריבן:די צווייטע פריאריטי איז, כל הקודם זכה אויב איינער איז אין מאנטיסעלא מאנטוג אינדערפרי אין דראפט אפ די אפל' אין אפיס האט ער א דין קדימה
הרב געראטעוועט, איז שייך צו ברענגן א מקור אז זיי גייען טיילן 'פוירסט קאם פוירסט סערוו'? אויף די פובליק נאטיס שטייט עס נישט. download/file.php?id=95551
Edward Myles Jr Rank 17598 650 of their community were willing to get in line 12 hours ahead of time to legally apply in the chance they'd be selected and save money on housing. I'm struggling to see what's illegal or even newsworthy about that.
If instead of complaining about how "rude" the Hasidim were, that NAACP officer put the word out and organized lower income blacks and Hispanics to do what needed to be done to take advantage of that program, would we be ok if the paper did a story that said "More than 650 people, many of them black and Latino applied for section 8" Or better yet, if they ran the headline but used race: "Early-bird Black crowds..." or Latin crowds... or Catholic Crowds.. or Muslim (well they'd probably be ok with that one these days)...Doesn't sound so good that way.
The Hasidic community has it's problems on social and political grounds - not that the government is bothered - that doesn't make it ok for the paper to run a story that says "hey look at all the dirty cheap Jews!" It's not cool.
If the Record thinks the Hasidic community is doing something wrong they should do some investigative journalism and levy an actual accusation with backing. Not take the tabloid approach of insinuating and disparaging but not actually doing any real work other than feeding into a known bias that the community at large has against these people even if this particular situation might not apply.
I'm not ok making assumptions or derogatory remarks about 650 people who are radically different from me because they want to take a shot at affordable housing and they chose to do it en mass.
Frankly, the efforts that Jewish communities - orthodox ones in particular - make as economically and politically unified groups is something we racial minorities would do well to emulate.«
מחותן, איך בין גראדע מיט דיר. עס איז קלאר אז מיר חרדי'שע אידן ווי א גרופע, האמיר נאכנישט אויסגעפייט אונזער סטאטוס. די שווארצע האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל, און אוודאי אידן בכלל. אבער חרדי'שע אידן האבן נאכנישט די פאליטיקל קארעקט ענווייראמענט ארום זיך. יתכן אז ס'לוינט צו ארבעטן אויף דעם פראנט. יתכן אויך אז - השקפה'דיג און פראקטיש - איז נישט כדאי צו אינוועסטירן אזוי סאך אין דעם אספעקט,נאר ליבערשט קאנצעטרירן די כוחות אויף צו מתקן זיין דעם שורש הדברים.
פארשטייט זיך אז ס'איז סאך סאך גרינגער אויסצוקעמפן א פאליטיקל קארעקט סטאטוס - מען ברויך נאר עטליכע אקטיוויסטן און היץ קעפ דערפאר, און ווי אנגעוויזן בעבר קען מען זשוינען פארסעס מיט די סעקולערע אידישע ארג.'ס וואס זענען געשטעלט אויף דעם, דוכט זיך אין ראקלענד האט מען געהאט שוין טאקע לעצטנס אינטערווענץ פון די עי די על - לעומת זה אויסראטן א בשורש'דיגער עטיטוד פראבלעם וואס קען נעמען א דור 2 פון חינוך - בהנחה אז די מחנכים זענען בכלל מסכים זיך צו נעמען דערצו.