רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פאטעטאס מיט אייער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ליצנות איז נישט דאס ווארט אויף די באשרייבעכץ, ממאכט פורים פונעם עולם גולם אז סגייט א רויך!! דעס זענען אפאר בילדערס וואס מיינען עפעס,
הערט מיך אויס!!! קיין איין בילדער גייט נישט אראפלאזן די פרייז פאר אונז קיין פעני, ווער עס האלט אז נעקסטע וואך צו 6 חדשים ארום צו אפילו צוויי יאר ארום גייט מען פארקויפן דירות דא פאר $200 א סק פיס צו אפילו $350 מיט די אלע געבויעכצער וואס מגייט בויען פאר יודן זאל זיך שנעל אונטערזיכן, ענק האלטן עכט אז א 4 בעדרום דירה גייט איין שיינעם טאג ווערן פארדינגען פאר $2200?? זיי ווילן שטיפן עפעס א אגענדע איך ווייס נישט וואס, זיי גייען מאכן געלט און אונז גיימער עס באצאלן,
מוואלט געדארפט ערלעידיגן א יונגערמאן וואס האט גאטס זיך אויפצושטעלן דארט אין קאנטינענטעל אויף א שיינעם איידעלען אופן פארנט פון אלע גרויסע בילדערס וואס זענען געזיצן דארט און פרעגן אין פנים אריין, " עטס מיינטס עכט אונז יונגעלייט וואס מוטשענען זיך צו באצאלען די רענט?? וואס האט מען פון די גאנצע הרחבת העיר אז מבא'גנב'עט אונז אונזער קארגע פעיראל יעדע איינציגע חודש??" זיי וואלטן אלע רויט געווארן, סיז זייער ווייטאגלעך אבער סיז א פאקט, זיי רייטן אויף אונז און מלאזט זיך, אידן הייבץ ענק אויף און יאגט ארויס פון וויליאמסבורג, העמיר זעהן וועלעכע בילדער פונקליך גייט אונז נאכלויפן אונז זאלמיר צוריקקומען, זיי לאכן פון אונז

ברוך השם, עוד ישראל רד עם ק-ל, געווען דארטן אויסטערלישע דברי מחאה דורך איינעם מגדולי וחשובי רבני עירנו: הגאון הצדיק רבי שמעי' גרינבוים שליט''א.בייגעלייגט עטעטשמענט וואס א איד האט אויפגעטייפט פון דעם רעקארדירונג וואס איז פארשפרייט געווארן דורך גמ"ח יוסף שלמה

אה שכוח, ער האט זייער גוט געזאגט, מדארף דאס שיקן אויף די פאסט פאר אלע בילדערס יעדע וואך, נאר וואס דען? ווייסט וואס די לענדלארד זאגן?? דאס איז די מארקעט פרייז וואס קען איך טוהן,,,,

אן עבירה האט אויך א מארקעט פרייז, דארטן אויבן, אוי וועט מען עם צימבלען (כלשונו הזהב של ר' יאמטל ערליך ז"ל)
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

ס'דא פלאץ אין גיהנם פאר'ן גאנצן מארקעט... דער רב שליט"א זאגט דאס זייער קלאר:"האט ווער אמאל געהאט א נארמאלן בירור וויפיל רענט ער מעג פארלאנגען?" - איך האב פערזענליך געפרעגט עטליכע גרויסע רבנים, זיי האבן גאר שטארק פארדאמט די הויכע פרייזן, און געזאגט אז ליידער קומט מען זיי נישט פרעגן קיין שאלות....
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

למען האמת ולמען הדאנקבארקייט, באקומט איינע פון מיינע קינדער א באדייטענדע הנחה פון איינע פון די חשובע גבירים אין וויליאמסבורג. איך דערצייל עס אז מען זאל זיך לערענען פון אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אפענע וועלט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:דא האט איר וואס איינער האט מיר געשיקט פון אן אימעיל וואס ער האט באקומען

Greetings,

On behalf of The Steven L. Newman Real Estate Institute of the Zicklin School of Business at Baruch College, CUNY, we cordially invite you to attend a pivotal conference that we will host on June 4, 2015, titled BUILDING BROOKLYN: A New Era in New York Real Estate.

זאלט איר מיר מוחל זיין דאס א געווענליכע ריעל עסטעיט הכתרה'לע, ק/פ פון יעמאנד וואס מיינט ער האט ערפינדן אמעריטשקע בעת וואס דאס איז מעשים בכל יום, מ'קאן פון די סחורה ברענגען טראקלאודס טעגליך.

איך האב נישט געהאט צייט צו שרייבן באריכות, האב איך געטראכט אז מ'וועט אליין פארשטיין. לאמיך מסביר זיין וואס מיין ציל איז געווען

די דאזיגע אשכול רעדט ארום צו פרייזן וועלן פאלן אדער נישט. ווער עס פארשטייט צו ביזנעס בכלל און צי ריעל עסטעיט בפרט קען פארשטיין אז דא איז נישט קיין הוה אמינא אז פרייזן וועלן פאלן. צוויי נקודות צו געדענקן.
סופליי ענד דימענד, און קעפיטאל.

יעצט, 2008-2009 האט אנגעהאלטן די אידישע דימענד פונקט ווי פארדעם, אבער אינוועסטארס האבן נישט געהאט צופיל צוטריט צו קעפיטאל.
איז געווען לאטס צו קויפן פאר שפאט ביליג קעגן די היינטיגע פרייזן.

שפעטער איז געווארן גרינגער קעפיטאל איז געווארן א כאפצעם פון לאנד, וואס האט געברענגט אינוועסטארס אריינצושפריגן, וואס האט געברענג נאך אינוועסטארס, כידוע ליודעים, יעדער זיך צו כאפן דארט ווי יעדער כאפט.
בכלל האט זיך געטוישט די וועג פון באקומען קעפיטאל פאר ריעל עסטעיט פאנדינג, עס איז אוועקגעגאנגן פון טראדישינאל בענק צו פרייוועט קעפיטאל\אינוועסטינג פאנדינג קאמפעניס, ווער עס פארשטייט די דיפערענץ פארשטייט, ( און ווער נישט ערלויבט נישט יעצט די צייט מסביר צו זיין)

יעצט 2015 האלט מיר אז מ'מאכט שוין דיעלס פון די דעמאלטדיגע כאפצעם, מען זיכט יעצט צו דעוועלאפן די פראפערטיעס, ווער עס טשוזט צו דעוועלעפן, טוט דאס. און עס טשוזט צו פארקויפן פאר דעוועלאפערס טוט דאס.
פרישע דירות ברענגט פרישע דימענד פון אוטסיידערס, וואס ברענגט פרישע רייץ פון אינוועסטארס, וחוזר חלילה

יעצט איז מיין פאוסט געווען געצילט אז די וואס וויל פאר איין האלבע מינוט דא אויפן פארום זיך איינרעדן אז פרייזן גייען אפשר אמאל פאלן זאלן ביטע עפענען די אויגן און זיך אומקוקען וואס די מאווערס ענד שעיקערס זענען ביזי מיט און זאלען אליין ניצן קאמאן סענס און גוטע ריעל עסטעיט קאלקולעיטארס וואס זאל זיי ברענגען צו טוישן זייער מיינונג.

פאר די וואס האבן ליב נאך אביסל אנאליסיס ביטע קוקט אויפן בייגעלייגטן ריפארט און מאכט ווייטער די חשבונות

זייער שיינע הויכע ווערטער נוצטו. אבער אלס אן אייגנטימער פון הייזער אין די הייסע געגנטער זע איך שוין אז איך באקום נישט די נומערן וואס כ׳האב געמיינט אז כ׳וועל באקומען. און וואס כ׳האב געקענט באקומען צוויי/דריי יאר צוריק. פשוט ווייל ס׳איז דא זייער אסאך דירות אויף די מארקעט אויף די מינוט. די לענדלארדס אין די געגנטער זענען שוין נישט אזוי ידו על העליונה ווי אונז זעמיר געווען מיט אפאר יאר צוריק ווען די ווייסע האבן זיך אנגעהויבן באזעצן און ס׳איז געווען ווינציג וועקענסיס. צו געבן א חודש פריי רענט איז שוין געווארן א נארמאלער טערמין. און צוליב די גרויסע אויסוואל זענען אסאך פון די רענטל בראוקערס ביזי נאר מיט די לענדלארדס וואס געבן איין חודש רענט פאר זיי און נישט זעכציג/זיבעציג פראצענט פונעם חודשליכן פרייז. און ס׳איז נאך א קוצו של יוד צו די שווערע טויזנטער יוניטס וואס בויען זיך יעצט איבעראל און בעיקר אין נאורט וויליאמסבורג און גרינפאוינט. אויב איז דא צופיל יוניטס עוועילעבל אויף איינמאל ברענגט עס אוטאמאטיש צו א אפקילונג. אין יעדע געגנט פאלט דעמאלס די פרייז לפי דרגא דיליה. (אין די הייסע מאנהעטן איז דא אויך דעגריס אין הייסקייט וואס איז עולה ויורד.)

א שטארקע אפקילונג קען ח״ו זיין א גרויסער חורבן פאר די ריעל עסטעיט סוחרים. די גרויסע מארטגעדזשעס דארף מען ווייטער דעקן. און די הלואה דארף מען אויך צוריק געבן נאך אפאר יאר. און זאל גאט שומר ומציל זיין אז די אינטרעסט רעיט זאל נישט אזוי הויעך דאן. שוואכע רענטס מיט הויכע אינטרעסט רעיטס אינאיינעם איז א חורבן נורא. דאן קראכט אלעס
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די דעילי ניוז צוויי חדשים צוריק
אטעטשמענטס
image.jpg
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

סראלי האט געשריבן:
זייער שיינע הויכע ווערטער נוצטו. אבער אלס אן אייגנטימער פון הייזער אין די הייסע געגנטער זע איך שוין אז איך באקום נישט די נומערן וואס כ׳האב געמיינט אז כ׳וועל באקומען. און וואס כ׳האב געקענט באקומען צוויי/דריי יאר צוריק. פשוט ווייל ס׳איז דא זייער אסאך דירות אויף די מארקעט אויף די מינוט. די לענדלארדס אין די געגנטער זענען שוין נישט אזוי ידו על העליונה ווי אונז זעמיר געווען מיט אפאר יאר צוריק ווען די ווייסע האבן זיך אנגעהויבן באזעצן און ס׳איז געווען ווינציג וועקענסיס. צו געבן א חודש פריי רענט איז שוין געווארן א נארמאלער טערמין. און צוליב די גרויסע אויסוואל זענען אסאך פון די רענטל בראוקערס ביזי נאר מיט די לענדלארדס וואס געבן איין חודש רענט פאר זיי און נישט זעכציג/זיבעציג פראצענט פונעם חודשליכן פרייז. און ס׳איז נאך א קוצו של יוד צו די שווערע טויזנטער יוניטס וואס בויען זיך יעצט איבעראל און בעיקר אין נאורט וויליאמסבורג און גרינפאוינט. אויב איז דא צופיל יוניטס עוועילעבל אויף איינמאל ברענגט עס אוטאמאטיש צו א אפקילונג. אין יעדע געגנט פאלט דעמאלס די פרייז לפי דרגא דיליה. (אין די הייסע מאנהעטן איז דא אויך דעגריס אין הייסקייט וואס איז עולה ויורד.)

א שטארקע אפקילונג קען ח״ו זיין א גרויסער חורבן פאר די ריעל עסטעיט סוחרים. די גרויסע מארטגעדזשעס דארף מען ווייטער דעקן. און די הלואה דארף מען אויך צוריק געבן נאך אפאר יאר. און זאל גאט שומר ומציל זיין אז די אינטרעסט רעיט זאל נישט אזוי הויעך דאן. שוואכע רענטס מיט הויכע אינטרעסט רעיטס אינאיינעם איז א חורבן נורא. דאן קראכט אלעס

אי עם ווערי סארי באט איך ווייס נישט ווי די האסט דירה'ס באט "נישט" און די געגנט לעבן וויליאמסבורג ווייל דארט איז די פרייז נאך נישט געפאלען דערווייל......
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8745
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

איפה פייביש האט געשריבן:

בושוויק/בעד סטיי/קראון הייטס

אין שול זאג איך פארשטייט זיך ווי יעדער מיין פעטע ״רענט ראל״ אבער איך דערצייל נישט פאר יעדן ווילאנג ס׳געווען ליידיג...
ישראל אשר בך אתפאר
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דערווייל ווייס איך אז נישטא קיין חתן כלה דירות פאר א רפואה, און אז מען טרעפט שוין יא עפעס בעט מען די הויזען.

דער פריערעריג תגובה דערמאנט מיר אז "יעדער בעל דרשן דרשן'ט פאר זיך"; דער גביר זארגט זיך אז ער וועט נישט קענען צאלען די מארגידז. אפשר איז זיין שרעק נישט ווייניגער ווי א קאפעל וואס פינעף וואכען וועידזעס גייט פאר די רענט. דער אינגערמאן מיטשעט זיכער פאר הונדרעטער יעדער חודש בשעת ער מיטשעט זיך פאר טויזענטער. נו, זאגטס ווער איז א גרעסערע רחמנות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

SPUSMN האט געשריבן:דערווייל ווייס איך אז נישטא קיין חתן כלה דירות פאר א רפואה, און אז מען טרעפט שוין יא עפעס בעט מען די הויזען..

מען בעט נישט די הויזן, ווייל אין די הויזן איז 'נישטא' די פרייז וואס מען בעט (לייען מען גיט....),
נעכטן געהערט,
א 12 פיס ברייט דירה אין ניי וומבס"ג (סטעפס אריינגערעכנט) פאר צוויי אלפים! (סי'ז געווען 24 פוס, ר'האט עס ציטיילט פאר צוויי דירות....)
א איין בעדרום דירה, וואס די דיינונג רום קאך איז איין גרויסע צימער, פאר ניינצן פופציג, אקעי מוזט עס נישט נעמען, אבער איינער אין די ליין אינטער דיר איז וויליג צו צאלן דערפאר צוויי K, נו אז מען איז גרייט צו געבן פאר וואדזשע נישט נעמען?, א רחמנות איז נאר דער וועלכער קען דאס נישט באצאלן....
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווארט נאר צו; מארגען וועסטע הערען אז מען האט געמאכט פון די 12 פיסיגע דירה צוויי דירות פון 6 פיס ברייט און מען האט רעדוצירט דער רענט מיט 25 פראצענט; פון צוויי טויזענט אויף פופצעהן הונדרעט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

SPUSMN האט געשריבן:ווארט נאר צו; מארגען וועסטע הערען אז מען האט געמאכט פון די 12 פיסיגע דירה צוויי דירות פון 6 פיס ברייט און מען האט רעדוצירט דער רענט מיט 25 פראצענט; פון צוויי טויזענט אויף פופצעהן הונדרעט.

;l;p-

אונז קען מיר נישט קיין סך טוען צו טוישען דעם מצב אין וויליאמסבורג, אבער יעדער קען פראבירען וואס מען קען טוען פאר זיך אליין.
די ערשטע זאך איז, זיך נישט צו לאזן פירען פון מענטשען מיט אגענדעס כאילו דא אין וומסב"ג גייט ווערן סדר.... אז מען ווייסט דעם פראבלעם קען מען אנהייבען זוכן דעם לייזונג.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מיין פלומעניק האט חתונה געהאט דעם ווינטער למזל טוב.
פון די ערשטע רגע נאך די חתונה איז ער געווארן א בעל-חוב מיט א דעפיציט. - שומו שמים!

און דאס איז א דירה סריחה, וואס איז א פארברעך אריינצולייגן מענטשן אין אזא פלאץ!
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

מצלמה האט געשריבן:מיין פלומעניק האט חתונה געהאט דעם ווינטער למזל טוב.
פון די ערשטע רגע נאך די חתונה איז ער געווארן א בעל-חוב מיט א דעפיציט. - שומו שמים!

און דאס איז א דירה סריחה, וואס איז א פארברעך אריינצולייגן מענטשן אין אזא פלאץ!

זע מיר אונץ אויס אזוי ווי די מאלפעס, און די לענדלארד ווי די האנטערס??

In parts of Asia, and other places in the world as well, indigenous people use a method for trapping monkeys that is simplicity itself.

To make the trap, you must first hollow out a gourd, leaving an opening just large enough for a monkey’s open paw to go through. Place a sweet treat—or some other food monkeys are partial to—inside the gourd, then attach a vine to the gourd and stake the other end of the vine to the ground somewhere out of sight.

An unsuspecting monkey smells the treat inside the gourd and reaches in to collect it. However, the opening, which was just large enough for the critter’s open paw to go in, is too small to allow its clenched paw to pass back through. No matter how much the monkey yanks, he cannot escape as long as he tries to hang on to the treat.
Hershela
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershela »

עס וועט קיינער נישט זאגען אז וויליאמסבורג איז א עתיד ברוחנית אדער בגשמיות .
נו וואס איז די היתר צו מאכן א שקרדיגען קאמפיין אז עס איז דא א עתיד דא אין וויליאמסבורג ? מען מאכט דאך שאדען פאר די אידען וואס זענען יא גרייט צו מאפען! עס גייט יעצט געדוירען אסאך לענגער אז דזשערסי סיטי אד"ג זאהל ווערן א פאקט ! א יעדער ווייסט דאך ווי שווער עס איז צו אפמאכן אז מען מיז מאפען, און מיט דעם קאמפיין אז עס דא א עתיד אין ווילי גייט דאס אפשטיפען דעם ביישלוס מיט נאך אפאהר יאהר !!!
די אידען וואס פירען אהן דעם קאמפיין מיינען אפשר די טובה פון די שטאט וויליאמסבורג אבער נישט פון די אידען וואס וואוינען דא !!!!
איך פארשטיי אז למעשה איז דא מעהר אידען וואס פלאנען צו בלייבען דא וואוינען ווי די וואס ווילען מאפען, אבער פארוואס א קאמפיין אז עס איז דא א עתיד דא ? וואס גייט דאס העלפען ? מען מאכט דאך שאדען !!!
און נאכמעהר, ווען א איד וועט אריינגיין צו גדר אדער משומר אפיס אז ער דארף א פילטער וואס לאזט דארעך יו טוב ווייל ער דארף עס פאר פרנסה גייט מען נישט וועלען העלפען , נא פארוואס מעגסטי דעם איד וואס וויל וואוינען אין וויליאמסבורג יא העלפען ? איז דען דא א מציאות אז א נארמאלע פארדינער זאהל קענען בייצאהלען רענט און חתונה מאכען קינדער אן שנארען ? איז דען מעגליך אויסצרייסען אינגאנצען די ארטיסטען פון דא ? גייט עס נישט אריין אין גדר פון איכא דרכא אחרינא נקרא *** ??????
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין די חלק וואס דו רעדסט פון די גשמיות'דיגע נארישקייט פון די קאמפעין האסטו פיין געזאגט

Hershela האט געשריבן:ווען א איד וועט אריינגיין צו גדר אדער משומר אפיס אז ער דארף א פילטער וואס לאזט דארעך יו טוב ווייל ער דארף עס פאר פרנסה גייט מען נישט וועלען העלפען

טעות
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
Hershela
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershela »

מיסטעריעז האט געשריבן:אין די חלק וואס דו רעדסט פון די גשמיות'דיגע נארישקייט פון די קאמפעין האסטו פיין געזאגט

Hershela האט געשריבן:ווען א איד וועט אריינגיין צו גדר אדער משומר אפיס אז ער דארף א פילטער וואס לאזט דארעך יו טוב ווייל ער דארף עס פאר פרנסה גייט מען נישט וועלען העלפען

טעות

ווייסט כ'וועל דיר זאגען ביסט גערעכט!
אבער קיינער קען נישט זאגען אז ער גייט דערלייגען געלט אויב וואוינט ער נישט אין וויליאמסבורג פאר טייער רענט !!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב געשריבן 'טעות' בלויז אויף וואס איך האב געקוואוט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
Hershela
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershela »

מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב געשריבן 'טעות' בלויז אויף וואס איך האב געקוואוט.

און אויף דעם האב איך דיר גענטפערט
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

איך האב געליינט די דרשה פון הרה״ג ר׳ שמעיה.
איז דא א תורה׳דיגער גאנג וועגן רענט פרייזן? וויפיל מעג מען פארדינען?
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

Hershela האט געשריבן:עס וועט קיינער נישט זאגען אז וויליאמסבורג איז א עתיד ברוחנית אדער בגשמיות .
נו וואס איז די היתר צו מאכן א שקרדיגען קאמפיין אז עס איז דא א עתיד דא אין וויליאמסבורג ? מען מאכט דאך שאדען פאר די אידען וואס זענען יא גרייט צו מאפען! עס גייט יעצט געדוירען אסאך לענגער אז דזשערסי סיטי אד"ג זאהל ווערן א פאקט ! א יעדער ווייסט דאך ווי שווער עס איז צו אפמאכן אז מען מיז מאפען, און מיט דעם קאמפיין אז עס דא א עתיד אין ווילי גייט דאס אפשטיפען דעם ביישלוס מיט נאך אפאהר יאהר !!!
די אידען וואס פירען אהן דעם קאמפיין מיינען אפשר די טובה פון די שטאט וויליאמסבורג אבער נישט פון די אידען וואס וואוינען דא !!!!
איך פארשטיי אז למעשה איז דא מעהר אידען וואס פלאנען צו בלייבען דא וואוינען ווי די וואס ווילען מאפען, אבער פארוואס א קאמפיין אז עס איז דא א עתיד דא ? וואס גייט דאס העלפען ? מען מאכט דאך שאדען !!!

עס זעט אויס אז מיט דעם איז יעדער איינשטימיג
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

גליטשעדיג האט געשריבן:איך האב געליינט די דרשה פון הרה״ג ר׳ שמעיה.
איז דא א תורה׳דיגער גאנג וועגן רענט פרייזן? וויפיל מעג מען פארדינען?

פרעגט א רב, וואס איז נישט קיין לענדלארד, איר וועט קלאר הערן א מהלך יושר'דיג וויפיל צו בעטן. איך האב פערזענליך געהערט פון עטליכע רבנים אז מ'קומט ליידער נישט פרעגן...
ס'איז זיכער אז תורה'דיג איז דאס אן "אישו", און מ'דארף דאס מברר זיין ביי א רב
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

במקום שאין איש... האט געשריבן:איך האב פערזענליך געהערט פון עטליכע רבנים אז מ'קומט ליידער נישט פרעגן...

וואס זאל איינעם בייפאלען צו פרעגן?, ס'איז דען דא שיעורים אין חושן משפט אזוי ווי ס'איז דא אין או"ח און יו"ד?
חוץ ווען איינער רופט דיך דין תורה קוקט אויס אז חושן משפט איז נאר געווען נוגע אין די צייטען פון בית המקדש!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

און אפילו וואס מען מעג דארף מען נישט אלץ טאן, מען טאר נישט זיין קיין נבל ברשות התורה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”