רענט פרייזן אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

thefact האט געשריבן:פון ווי קומט דער בלעטל?

ביהמ"ד, ווי דערמאנט בתחילת האשכול
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די אלגעמיינע רענטל מארקעט ארום די אידישע וויליאמסבורג קען כאפן א גוטן ריק (א זאך וואס איז נישט רחוק מן השכל) און ס׳קען גאר זיין אז ס׳וועט זיך גאר לוינען פאר די אידישע לענדלארדס אריינצונעמען אידישע טענענטס. קיינער קען נישט פאראויסזאגן וויאזוי דער מצב הדירות וועט דא זיין למעשה. נישט לטוב און נישט לרע.
ישראל אשר בך אתפאר
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיסטעריעז האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:גייט עס דען אפי' "עטוואס" נידערן די פרייזן?

א תאנה מיט צנון

אויב נישט דענמאלט וואס האט מען אויף געטוהן?

לאמפ האט שוין מסביר געווען באריכות אז אין וויליאמסבורג איז דא צוויי פראבלעמען, א דירות מאנגל און א פרייזן קריזיס, די מאנגל גייט געלעהזט ווערן (פופציג דירות גייט גאר אסאך אויסמאכן, עהעהעם...
אבער עס איז דא שטח פאר נאך צוויי טויזענט דירות, און "מען" "גייט" "מאכן" א "וועד" וואס "גייט" זיך "אפגעבן" מיט "זוכן" די שטחים, דערנאך "גייט" "מען" עס אפקויפן, דערנאך "גייט" "מען" עס "אויפבויען" פאר אידן, און נאך דעם "גייען" די רענט פרייזען פאלן.
א פשוט'ע חשבון, איינס מיט איינס.)

לאמיר אויף מישען א בלעטעל היסטאריע.

ווען דזוליאני איז געלאפען פאר מעיאר האט ער צו געזאגט אז ער וועט טשענינדזען די זאונינג ארום ווילאמסבורג אז מען זאל קענען בויען דירות.

ער האט געהאלטען ווארט און געטוישט די זאונינג; אבער "א וואך שפעטער" האט ער געטוישט, אז מען וועט נישט טשענינדזען די זאונינג אלעס אויף א מאל, נאר איין גאס אויף א מאל (יעדעס יאר א גאס - איך געדענק שוין נישט דער סקעדזיול).

בקיצור, ער האט דעליווערט צו די בילדערס און צו די בעלי בתים פון די ליידיגע שטחים, אבער נישט צום עולם; און אנשטאטס פון בויען דריי שטאקיגע הייזער און זיך צוהען אין דער ברייט ביז קראון הייטס, האט מען געבויעט א געטא פון וואלקען קראצערס און איין גענומען א פאר אויס געמאגערטע גאסען.

כ'האב עס נישט געוואלט שרייבען, אבער לא עת לחשות, מען דארף זיין אויף ריכטיג און זעהן קלאר די פראבלעמען.

די פראבלעמען זענען:
פרייזען
דירות
ארטיסטען
די ערשטע צוויי זענען בגשמיות, און דער דריטע ברוחניות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

ווילט איר וויסן דעם אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דא האט איר וואס איינער האט מיר געשיקט פון אן אימעיל וואס ער האט באקומען

Greetings,

On behalf of The Steven L. Newman Real Estate Institute of the Zicklin School of Business at Baruch College, CUNY, we cordially invite you to attend a pivotal conference that we will host on June 4, 2015, titled BUILDING BROOKLYN: A New Era in New York Real Estate.

Brooklyn Borough President Eric L. Adams will provide the keynote address, Richard Bearak, Director of Land Use for the Office of the Brooklyn Borough President, and Purnima Kapur, Executive Director, NYC Department of City Planning, will provide opening remarks.

Speakers include Asher Abehsera, CEO, LIVWRK; Raymond Chan, CEO, Sunset Park Developments; Andrew Kimball, President and CEO, Industry City; Douglas Steiner, President and CEO, Steiner Studios, New York; Toby Moskowitz, CEO, Heritage Equity Partners; Michael Zetlin, Senior Partner, Zetlin & De Chiara, LLP; and Suri Kasirer, President, Kasirer Consulting will moderate.

The conference is free of charge. Seating is extremely limited and available on a first-come, first-served basis only.

REGISTER NOW at www.buildingbrooklyn.com to reserve your seat!

Conference Date and Time:

June 4, 2015
7:30 a.m. – 11:00 a.m.

Location:

The Harvard Club - Cambridge Room,
35 West 44th Street, New York, New York 10010

We look forward to seeing you at this important event.

Sincerely,

Jack S. Nyman
Executive Director
The Steven L. Newman Real Estate Institute
The Zicklin School of Business, Baruch College
The City University of New York
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

די אגענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

PROGRAM
7:30 AM – 8:00 AM

Registration & Refreshments

8:00 AM – 8:05 AM

Welcoming Remarks
Jack S. Nyman, Executive Director, The Steven L. Newman Real Estate Institute, Zicklin School of Business, Baruch College, CUNY

8:05 AM – 8:25 AM

Keynote Address
Eric L. Adams, President, Brooklyn Borough

8:25 AM – 8:30 AM

Land Use and Development in Brooklyn
Richard Bearak, Director of Land Use, Office of the Brooklyn Borough President

8:30 AM – 8:40 AM

New York City’s Land-Use Planning Strategy
Purnima Kapur, Executive Director, NYC Department of City Planning

8:40 AM – 10:10 AM

Concept to Implementation

Moderators:
Suri Kasirer, President, Kasirer Consulting
Michael S. Zetlin, Senior Partner, Zetlin & De Chiara LLP

Panel Presentation and Discussions:
Asher Abehsera, CEO, LIVWRK
Raymond Chan, Chief Architect, Partner, Sunset Park Development
Andrew Kimball, President, CEO, Industry City
Douglas Steiner, President, CEO, Steiner Studios
Toby Moskovits, CEO, Heritage Equity Partners
10:10 AM - 10:45 AM

Questions & Answers
10:45 AM – 11:00 AM

Concluding Remarks
Jack Nyman, President, Executive Director, The Steven L. Newman Real Estate Institute, Zicklin School of Business, Baruch College, CUNY
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וואס זעה איך דא 'דעם אמת'? ביטע מסביר'ן
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

גאנץ אינטערעסאנט אויב איינער קען צולייגן אינפא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דא האט איר די אינפא
אטעטשמענטס
image001234.jpg
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יהיה כן האט געשריבן:וואס זעה איך דא 'דעם אמת'? ביטע מסביר'ן

זיי גייען רעדען וועגען דער הייסע טעמע פון "building Brooklyn"

און וועגען דער "פיוטשער" פון ברוקלין.

נקודה: ברוקלין הייבט זיך אן ביים ברוקלין בריק און וויליאמסבורגער בריק, וואס קאנענקט גרענוויטש ווילידז קיין ברוקלין.

דא גייט זיין סדום, עמורה, אדמה, און צבויים...

זיי ווילען אונז נישט פארטרייבען, זיי ווילען אונז אויס קויפען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

אפשר וואלט גווען מעגליך צו שתדלן פאר א בילדינג רעגולאציע וואס וועט געבן א סך העכערע FAR פאר די וואס פארקויפען אדער פארדינגען פאר משפחות וואס האבן מער ווי 5 קינדער וכדומה, וויבאלד אזאלכע משפחות קענען נישט שערען אפארטמענטס אזוי ווי ביי די גוים ודי. היימישע יודען אין ברוקלין זענען גאר א גרויסע פראצענט, און אויב עס וואלט גווען א שטארקע שתדלנות אפשר וואלט מען געקענט אויפטוען אויף דעם געביט..אבער שווער צו גלייבען.
והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והאמת ניתן להיאמר »

סראלי האט געשריבן:די אלגעמיינע רענטל מארקעט ארום די אידישע וויליאמסבורג קען כאפן א גוטן ריק (א זאך וואס איז נישט רחוק מן השכל) און ס׳קען גאר זיין אז ס׳וועט זיך גאר לוינען פאר די אידישע לענדלארדס אריינצונעמען אידישע טענענטס. קיינער קען נישט פאראויסזאגן וויאזוי דער מצב הדירות וועט דא זיין למעשה. נישט לטוב און נישט לרע.

היסטאריע האט געוויזען אז וומסב"ג ווערט נאר נשפע פון ארום ווען עס קומט צי ארויפגיין מיט די פרייזען, נישט אויף אראפ. 2008-2009 יוכיח...
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

09׳ 08׳ זענען פרייזן נישט אראפ אין ברוקלין
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:די אלגעמיינע רענטל מארקעט ארום די אידישע וויליאמסבורג קען כאפן א גוטן ריק (א זאך וואס איז נישט רחוק מן השכל) און ס׳קען גאר זיין אז ס׳וועט זיך גאר לוינען פאר די אידישע לענדלארדס אריינצונעמען אידישע טענענטס. קיינער קען נישט פאראויסזאגן וויאזוי דער מצב הדירות וועט דא זיין למעשה. נישט לטוב און נישט לרע.

היסטאריע האט געוויזען אז וומסב"ג ווערט נאר נשפע פון ארום ווען עס קומט צי ארויפגיין מיט די פרייזען, נישט אויף אראפ. 2008-2009 יוכיח...

מיין נקודה איז אז אויב וועט זיך די גוי׳אישע רענטל מארקעט אפקילן וועט זיך שוין לוינען פאר די אידישע אייגנטימער עס צו פארדינגען אויך פאר אידן. וועט כאטש זיין נאך דירות אין די וויליאמסבורג אומגעגנט.
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אפענע וועלט האט געשריבן:דא האט איר וואס איינער האט מיר געשיקט פון אן אימעיל וואס ער האט באקומען

Greetings,

On behalf of The Steven L. Newman Real Estate Institute of the Zicklin School of Business at Baruch College, CUNY, we cordially invite you to attend a pivotal conference that we will host on June 4, 2015, titled BUILDING BROOKLYN: A New Era in New York Real Estate.

Brooklyn Borough President Eric L. Adams will provide the keynote address, Richard Bearak, Director of Land Use for the Office of the Brooklyn Borough President, and Purnima Kapur, Executive Director, NYC Department of City Planning, will provide opening remarks.

Speakers include Asher Abehsera, CEO, LIVWRK; Raymond Chan, CEO, Sunset Park Developments; Andrew Kimball, President and CEO, Industry City; Douglas Steiner, President and CEO, Steiner Studios, New York; Toby Moskowitz, CEO, Heritage Equity Partners; Michael Zetlin, Senior Partner, Zetlin & De Chiara, LLP; and Suri Kasirer, President, Kasirer Consulting will moderate.

The conference is free of charge. Seating is extremely limited and available on a first-come, first-served basis only.

REGISTER NOW at http://www.buildingbrooklyn.com to reserve your seat!

Conference Date and Time:

June 4, 2015
7:30 a.m. – 11:00 a.m.

Location:

The Harvard Club - Cambridge Room,
35 West 44th Street, New York, New York 10010

We look forward to seeing you at this important event.

Sincerely,

Jack S. Nyman
Executive Director
The Steven L. Newman Real Estate Institute
The Zicklin School of Business, Baruch College
The City University of New York

זאלט איר מיר מוחל זיין דאס א געווענליכע ריעל עסטעיט הכתרה'לע, ק/פ פון יעמאנד וואס מיינט ער האט ערפינדן אמעריטשקע בעת וואס דאס איז מעשים בכל יום, מ'קאן פון די סחורה ברענגען טראקלאודס טעגליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לאמיר קוקן אויף היסטארי
פאר צען יאר צוריק ווען מען האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אריבער די לינטש גאס איז רענטל פרייזן געפאלן?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פאטאקי08 האט געשריבן:לאמיר קוקן אויף היסטארי

האלטן דעם חולה אין א סטעבל קאנדישאן, איז אויך עפעס א ישועה.....
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פאטאקי08 האט געשריבן:לאמיר קוקן אויף היסטארי
פאר צען יאר צוריק ווען מען האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אריבער די לינטש גאס איז רענטל פרייזן געפאלן?

אלס האט מען געקענט באקומען בעסערע פרייזן און דיעלס ביי די גאסן וואס איז נאכנישט געווען אזוי באוואוינט מיט אידן.
ישראל אשר בך אתפאר
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

סראלי האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:לאמיר קוקן אויף היסטארי
פאר צען יאר צוריק ווען מען האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אריבער די לינטש גאס איז רענטל פרייזן געפאלן?

אלס האט מען געקענט באקומען בעסערע פרייזן און דיעלס ביי די גאסן וואס איז נאכנישט געווען אזוי באוואוינט מיט אידן.

דעס איז געווען אין א צייט ווען בויען פאר גוים האט מען נישט געמאכט קיין געלט היינט גייט גארנישט ווערן בילגער מיטן זיך אויסשפרייטן ארויס פון וויליאסבורג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי08 האט געשריבן:לאמיר קוקן אויף היסטארי
פאר צען יאר צוריק ווען מען האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אריבער די לינטש גאס איז רענטל פרייזן געפאלן?

צען? פופצן +, יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

farshlufen האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:דא האט איר וואס איינער האט מיר געשיקט פון אן אימעיל וואס ער האט באקומען

Greetings,

On behalf of The Steven L. Newman Real Estate Institute of the Zicklin School of Business at Baruch College, CUNY, we cordially invite you to attend a pivotal conference that we will host on June 4, 2015, titled BUILDING BROOKLYN: A New Era in New York Real Estate.

זאלט איר מיר מוחל זיין דאס א געווענליכע ריעל עסטעיט הכתרה'לע, ק/פ פון יעמאנד וואס מיינט ער האט ערפינדן אמעריטשקע בעת וואס דאס איז מעשים בכל יום, מ'קאן פון די סחורה ברענגען טראקלאודס טעגליך.

איך האב נישט געהאט צייט צו שרייבן באריכות, האב איך געטראכט אז מ'וועט אליין פארשטיין. לאמיך מסביר זיין וואס מיין ציל איז געווען

די דאזיגע אשכול רעדט ארום צו פרייזן וועלן פאלן אדער נישט. ווער עס פארשטייט צו ביזנעס בכלל און צי ריעל עסטעיט בפרט קען פארשטיין אז דא איז נישט קיין הוה אמינא אז פרייזן וועלן פאלן. צוויי נקודות צו געדענקן.
סופליי ענד דימענד, און קעפיטאל.

יעצט, 2008-2009 האט אנגעהאלטן די אידישע דימענד פונקט ווי פארדעם, אבער אינוועסטארס האבן נישט געהאט צופיל צוטריט צו קעפיטאל.
איז געווען לאטס צו קויפן פאר שפאט ביליג קעגן די היינטיגע פרייזן.

שפעטער איז געווארן גרינגער קעפיטאל איז געווארן א כאפצעם פון לאנד, וואס האט געברענגט אינוועסטארס אריינצושפריגן, וואס האט געברענג נאך אינוועסטארס, כידוע ליודעים, יעדער זיך צו כאפן דארט ווי יעדער כאפט.
בכלל האט זיך געטוישט די וועג פון באקומען קעפיטאל פאר ריעל עסטעיט פאנדינג, עס איז אוועקגעגאנגן פון טראדישינאל בענק צו פרייוועט קעפיטאל\אינוועסטינג פאנדינג קאמפעניס, ווער עס פארשטייט די דיפערענץ פארשטייט, ( און ווער נישט ערלויבט נישט יעצט די צייט מסביר צו זיין)

יעצט 2015 האלט מיר אז מ'מאכט שוין דיעלס פון די דעמאלטדיגע כאפצעם, מען זיכט יעצט צו דעוועלאפן די פראפערטיעס, ווער עס טשוזט צו דעוועלעפן, טוט דאס. און עס טשוזט צו פארקויפן פאר דעוועלאפערס טוט דאס.
פרישע דירות ברענגט פרישע דימענד פון אוטסיידערס, וואס ברענגט פרישע רייץ פון אינוועסטארס, וחוזר חלילה

יעצט איז מיין פאוסט געווען געצילט אז די וואס וויל פאר איין האלבע מינוט דא אויפן פארום זיך איינרעדן אז פרייזן גייען אפשר אמאל פאלן זאלן ביטע עפענען די אויגן און זיך אומקוקען וואס די מאווערס ענד שעיקערס זענען ביזי מיט און זאלען אליין ניצן קאמאן סענס און גוטע ריעל עסטעיט קאלקולעיטארס וואס זאל זיי ברענגען צו טוישן זייער מיינונג.

פאר די וואס האבן ליב נאך אביסל אנאליסיס ביטע קוקט אויפן בייגעלייגטן ריפארט און מאכט ווייטער די חשבונות
אטעטשמענטס
ELLIMAN%20Q1%202015.pdf
(136.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 146 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטאס מיט אייער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ליצנות איז נישט דאס ווארט אויף די באשרייבעכץ, ממאכט פורים פונעם עולם גולם אז סגייט א רויך!! דעס זענען אפאר בילדערס וואס מיינען עפעס,
הערט מיך אויס!!! קיין איין בילדער גייט נישט אראפלאזן די פרייז פאר אונז קיין פעני, ווער עס האלט אז נעקסטע וואך צו 6 חדשים ארום צו אפילו צוויי יאר ארום גייט מען פארקויפן דירות דא פאר $200 א סק פיס צו אפילו $350 מיט די אלע געבויעכצער וואס מגייט בויען פאר יודן זאל זיך שנעל אונטערזיכן, ענק האלטן עכט אז א 4 בעדרום דירה גייט איין שיינעם טאג ווערן פארדינגען פאר $2200?? זיי ווילן שטיפן עפעס א אגענדע איך ווייס נישט וואס, זיי גייען מאכן געלט און אונז גיימער עס באצאלן,
מוואלט געדארפט ערלעידיגן א יונגערמאן וואס האט גאטס זיך אויפצושטעלן דארט אין קאנטינענטעל אויף א שיינעם איידעלען אופן פארנט פון אלע גרויסע בילדערס וואס זענען געזיצן דארט און פרעגן אין פנים אריין, " עטס מיינטס עכט אונז יונגעלייט וואס מוטשענען זיך צו באצאלען די רענט?? וואס האט מען פון די גאנצע הרחבת העיר אז מבא'גנב'עט אונז אונזער קארגע פעיראל יעדע איינציגע חודש??" זיי וואלטן אלע רויט געווארן, סיז זייער ווייטאגלעך אבער סיז א פאקט, זיי רייטן אויף אונז און מלאזט זיך, אידן הייבץ ענק אויף און יאגט ארויס פון וויליאמסבורג, העמיר זעהן וועלעכע בילדער פונקליך גייט אונז נאכלויפן אונז זאלמיר צוריקקומען, זיי לאכן פון אונז

ברוך השם, עוד ישראל רד עם ק-ל, געווען דארטן אויסטערלישע דברי מחאה דורך איינעם מגדולי וחשובי רבני עירנו: הגאון הצדיק רבי שמעי' גרינבוים שליט''א.בייגעלייגט עטעטשמענט וואס א איד האט אויפגעטייפט פון דעם רעקארדירונג וואס איז פארשפרייט געווארן דורך גמ"ח יוסף שלמה
אטעטשמענטס
מתוך דרשת רבי שמעי' גרינבוים אצל אסיפת הרבנים.pdf
(115.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 264 מאל
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פאטעטאס מיט אייער האט געשריבן:

שכוח
אגב, איך האב דאס שוין עטליכע מאל דא געשריבן און די מנהלים האלטן און איין מעקן...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מתוך דרשת הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים שליט"א
מח"ס סייעתא דשמיא - אצל אסיפת הרבנים למען הצלת והרחבת וויליאמסבורג, ד' בה"ב תשע"ה לפ"ק
אפילו מ'איז זיך נישט אויף דעם ענין צוזאמגעקומען, מ'איז זיך צוזאמענגעקומען זען נישט צו מגדיל זיין המדורה
און נישט צו געבן ווייטער פאר די גויים, און וואס מ'קען זאל מען זיי ממעט זיין, אויב מ'טוט נישט פארגרעסערן
דעם פייער איז אויטאמאטיש וועט עס נאר פארקלענערט ווערן, אבער דער אמת איז, אנגעפאנגען האט זיך דאס
מיט א מ'כלומר'שטן "היתר": אויף די אייגענע ארעמע ברודער'ס האט איינער געהאט אמאל א
נארמאלן בירור וויפיל ער מעג דאס פארדינען? וויפיל ער מעג ארויפגעבן אויף די דירה? ער מוז
אויפאיינמאל נתעשר ווערן? און וואס מיינט מען, ווען מ'וועט קומען ביים טיי-אווענט ווען מען וועט מאכן פאר
זיין טענענט, ער קען נישט באצאלן די רענט, וועט ער אריינווארפן א הונדערטער? ביי יעדן טיי-אווענט גיבט ער
הונדערט-צוויי הונדערט דאלער, הו הא. א גרויסער פילאנטראפ דער איד, און ער באראבעוועט זיינע טענענט'ס
מיט אלעמען מיט טויזענטער טויזענטער, הונדערטער טויזענטער דאלערס, טוט ער זיי בא'גנב'ענען, ווער האט
דאס מתיר געווען? מ'האט דאס פארשוויגן, סוף כל סוף: ווילסט נישט? דינג נישט... קויף נישט... גיי נישט...
טו וואס דו ווילסט... דאס איז איינמאל נישט געווען קיין יושר! אבער על כל פנים אזויפיל איז דער פשט
אז עס וואקסט דער אפעטיט, דאס וואקסט מיט'ן עסן, מ'האט געזען אז מ'קען פארדינען אזוי גרינג געלט, וואס
דארף איך בלויז גיין אזויפיל? איך וועל דאס געבן פאר א גוי און איך וועל גיין נאך ווייטער, ווייל מיר האבן א
כלל אז "עבירה גוררת עבירה", דאס איז "מיגרר גריר", דאס גייט אזוי ווייטער און ווייטער,
האלט מיר היינט ביי א מצב. אוודאי איז דאס א גרויסע נסיון, אוודאי 'אל תביאנו לידי נסיון' דארף מען מתפלל זיין,
מ'זאל נישט צוקומען צו אזעלכע נסיונות, אבער ליידער ליידער, ס'איז דא אסאך אידן וואס האבן די נסיונות.
דער פסוק זאגט, 'לא תביא אתנן זונה בית ה' אלקיך כי תועבת ה' היא'; נישטא וואס צו רעדן, ער מעג קומען ער
וועט בויען א גרויסע בית המדרש, דאס וועט נישט אפקויפן וואס ער ברענגט אלע זונות אין די גאסן, 'תועבת ה'
הוא', דאס איז אן אומגליק, 'לא תביא אתנן זונה', מאך נישט די גאס זאל זיין פיל מיט די אלע זאכן, און נאכדעם
'בית ה' אלקיך', וועסט בויען א הויז – נישט דאס ברויך דער אויבערשטער. נישט דאס איז דער ענין.
איך וועל מסיים זיין מיט א מעשה נורא וואס איך האב פונקט געהערט נעכטן, ס'געווען א איד איינע פון די גרויסע
בויערס דא וואס ער האט אסאך דירות ... דער איד האט יא געהאט אריינגענומען אידן אין זיין וואוינונג, שיינע
דירות בהרחבה, ווי דער אמת איז דאך, אז די גמרא זאגט ס'איז "מרחיבה דעתו של אדם", אז מ'זאל קענען דינען
דעם אויבערשטן ס'זאל זיין השראת השכינה פארלאנגט זיך וואו מ'זאל קענען מגדל זיין די קינדער וואס זיצן
אונטער די פיס פון די מאמע'ן אגאנצן טאג, אז די מאמע זאל נישט זיין נערוועז, און אז די קינדער זאל מען מגדל
זיין, איז דאך "אין לך צדקה יותר מזו", ווען א איד קען האבן די זכי' אז ער זאל עס אוועקגעבן
פאר א נארמאלע פרייז. וועט ער פארדינען אפאר דאלאר ווייניגער! מוזט נישט געבן קיין צדקה
ביי טיי-אווענט'ס, געב פאר דיין טענענט די פאר דאלער! געב אים יעדן חודש פיר הונדערט
דאלאר א הנחה וועסטו האבן א גרעסערע מצוה ווי די אלע זאכן...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דברים כדרבונות, א דאנק פאר עס ברענגען.

ברוך השם אז עס איז נאך דא ווער עס רעדט צום זאך. וועט עס אריין אין די שטיינערנע הערצער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פאטעטאס מיט אייער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ליצנות איז נישט דאס ווארט אויף די באשרייבעכץ, ממאכט פורים פונעם עולם גולם אז סגייט א רויך!! דעס זענען אפאר בילדערס וואס מיינען עפעס,
הערט מיך אויס!!! קיין איין בילדער גייט נישט אראפלאזן די פרייז פאר אונז קיין פעני, ווער עס האלט אז נעקסטע וואך צו 6 חדשים ארום צו אפילו צוויי יאר ארום גייט מען פארקויפן דירות דא פאר $200 א סק פיס צו אפילו $350 מיט די אלע געבויעכצער וואס מגייט בויען פאר יודן זאל זיך שנעל אונטערזיכן, ענק האלטן עכט אז א 4 בעדרום דירה גייט איין שיינעם טאג ווערן פארדינגען פאר $2200?? זיי ווילן שטיפן עפעס א אגענדע איך ווייס נישט וואס, זיי גייען מאכן געלט און אונז גיימער עס באצאלן,
מוואלט געדארפט ערלעידיגן א יונגערמאן וואס האט גאטס זיך אויפצושטעלן דארט אין קאנטינענטעל אויף א שיינעם איידעלען אופן פארנט פון אלע גרויסע בילדערס וואס זענען געזיצן דארט און פרעגן אין פנים אריין, " עטס מיינטס עכט אונז יונגעלייט וואס מוטשענען זיך צו באצאלען די רענט?? וואס האט מען פון די גאנצע הרחבת העיר אז מבא'גנב'עט אונז אונזער קארגע פעיראל יעדע איינציגע חודש??" זיי וואלטן אלע רויט געווארן, סיז זייער ווייטאגלעך אבער סיז א פאקט, זיי רייטן אויף אונז און מלאזט זיך, אידן הייבץ ענק אויף און יאגט ארויס פון וויליאמסבורג, העמיר זעהן וועלעכע בילדער פונקליך גייט אונז נאכלויפן אונז זאלמיר צוריקקומען, זיי לאכן פון אונז

ברוך השם, עוד ישראל רד עם ק-ל, געווען דארטן אויסטערלישע דברי מחאה דורך איינעם מגדולי וחשובי רבני עירנו: הגאון הצדיק רבי שמעי' גרינבוים שליט''א.בייגעלייגט עטעטשמענט וואס א איד האט אויפגעטייפט פון דעם רעקארדירונג וואס איז פארשפרייט געווארן דורך גמ"ח יוסף שלמה

אה שכוח, ער האט זייער גוט געזאגט, מדארף דאס שיקן אויף די פאסט פאר אלע בילדערס יעדע וואך, נאר וואס דען? ווייסט וואס די לענדלארד זאגן?? דאס איז די מארקעט פרייז וואס קען איך טוהן,,,,
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

SPUSMN האט געשריבן:דברים כדרבונות, א דאנק פאר עס ברענגען.

ברוך השם אז עס איז נאך דא ווער עס רעדט צום זאך. וועט עס אריין אין די שטיינערנע הערצער?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”