קרוינען וועלן שיינען, די שאלה איז נאר אויף וועמען!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

קרוינען וועלן שיינען, די שאלה איז נאר אויף וועמען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בעזהשי"ת

חברים יקרים,

זייענדיג אונטערן רושם אז ס'קומט פאר אן אסיפת רבנים וועגן די מצב פון דירות, נישט וויסענדיג איבער וואס מ'רעדט דארט, נאר בלויז דאס אז מ'האט געברענגט אונטער איין דאך רבנים גדולי תורה ומנהיגי קהלות דאס איז שוין א שטארקע זאך צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צום דעם נושא וואס ברענט און פארברענט רח"ל עד אין לשער.

אני הקטן קלער צו זיך אז שולדיג זענען דערין, און שולדיג מיינעך נישט אז זיי זענען שולדיג בקום ועשה מיט דעם וואס זיי "טוען" עפעס שלעכטס, מי יאמר להם מה תעשה, נאר דייקא שולדיג באופן שלילי אינעם ענין פון "עשה טוב", פאר "נישט" טוען וואס איז ריכטיג.

כ'וועל מקדים זיין א קליינע זאך וואס כ'האב אמאל געהערט פונעם ת"ח חשוב הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפ ז"ל, האט ער געזאגט א משל, צוויי ברודער האבן ביידע חתונה געהאט די זעלבע צייט, איינער איז גלייך אריין אין ביזנעס, געגעבן א דריי דא א דריי דארט און געמאכט א גוטן דאלער, דערנאך אינוועסטירט, געווארן א עושר אדיר, געטיילט צדקה באופן נאה ומתוקן, געלערנט א האלבן טאג אין כולל, אויסגעהאלטן אלע קינדער וואס זענען אויסגעשטיגן תלמידי חכמים ויושבי אהל מרביצי תורה בישראל, אליין געווען א עוסק בצרכי ציבור וכו', עכ"פ א הערליך לעבן פון תורה וגדולה ניינציג יאר אויף דעם עולם.

ווידער דער צווייטער ברודער האט געהאט די זעלבע געלעגנהייט נאך די חתונה צו מאכן א געשעפט מיט א שטיקל דריידל, נאר ער זאגט, עה, איך טוה נישט דאס, דער רצון ה' איז אז א איד זאל גיין גראד, איך גיי נישט טוען קיין זאכן וואס איז בניגוד צום רצון השם, און ביי אים איז אלעס געווען פארקערט, נישט געהאט קיין געלט, געווען שולדיג אגאנץ לעבן דא דארט, נישט געהאט קיין צייט פאר חינוך הבנים, די קינדער זענען נישט אויסגעשטיגן קיין גרויסע כלים ותלמידי חכמים, ער איז קיינמאל נישט באהערט געווארן ביי קיין שום מוסד אדער דינער, קוים געגעבן זיין מעשר ערליך, אזוי אפגעלעבט ניינציג שווערע יארן.

זאגט ר' מאיר יעקב ז"ל, ס'איז ביי מיר נישט קיין שום ספק אז ווען די צוויי ברודער קומען ארויף אויף יענע וועלט וועט דער צווייטער ברודער'ס קרוין שיינען אסאך אסאך מער, ער האט דאך אוועקגעגעבן אלעס פארן רצון השם, ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט און זיך געהאלטן צו וואס דער באשעפער וויל פון א מענטש, דאס שווער געפלאגט לעבן איז אסאך מער אויף יענע וועלט ווי אלע מעשים טובים וואס א מענטש קען נאר טוען ווען ער האט די יכולת.

כלפי מה דברים אמורים, דער בורא עולם האט געגעבן פאר יחידים בתוך המחנה, נישט דייקא יחידים נאר ס'איז דא ב"ה א שיינע מספר, אידן וואס זענען גבירים אדירים, געלויבט השי"ת, אידן וואס האב די יכולת צו טוען צדקה און זיין ממזכי הרבים, א געוואלדיגע זכיה.

אבער טייערע גבירים, טייערע אידן וואס השי"ת האט אייך געגעבן די מעגליכקייט צו טוען מער ווי דער פשוטער מענטש קען, וואו זענט איר? פארוואס טוט איר נישט צו לינדערן דעם פראבלעם פון אידישע קינדער?

אפגערעדט אז היסטאריע וועט אייך אלע דן זיין, היסטאריע וועט דן זיין אז דער און דער איד האט געהאט א פארמעגן מיט געלט, אדער האט ער עס איבערגעלאזט פאר יורשים זיך צו קריגן, פאר יורשים עס צו פארשווענדן, אדער פארלוירן ערגעץ ווי סוף ימיו, אבער קיינער פון אייך וועט עס נישט נעמען אין בית עולם אריין, דארט וועט איר זיין לעבן די אומגליקליכע וואס וועלן זיין דארט לעבן אייך, אידן וואס האבן זיך געפלאגט און איר האט זיי געקענט העלפן, און זייער חלוקא דרבנן וועט שיינען און לייכטן און???????

היסטאריע וועט דן זיין אז די אידן האבן געקענט און האבן נישט, זיי האבן אינזינען געהאט זיך אויף טויזענט פראצענט און זייערע ברודער וואס מוטשען זיך אויף אפאר פראצענט און פאר דעם געבעטן כבוד א מיאנטיק!

אבער איבער אלעם, אויב איר וועט טוען צו די זאך און העלפן די טויזענטער אידישע קינדער, איבערהויפט אויב איר וועט אינוועסטירן די שווערע מיליאנען וואס פארלאנגט זיך צו בויען ביליגע דירות פאר אידישע קינדער, א זאך אויף וואס מ'מאכט אויך געלט, אסאך געלט, נאר איר ווילט האבן "נאך מער געלט" גיי ווייס פארוואס, ס'איז א פשוטע אדיקשאן צו געלט, ס'איז דא טעראפי פאר דעם..., וועט איר דאך לייכטן און שיינען, אזויפיל אידישע קינדער עד סוף כל הדורות וועלן אייך דאנקבאר זיין, אזויפיל זכותים אדירים וועט זיין אויף אייער קאנטע, און דאס אלעס מיט געלט וואס קען מארגן זיין ביי א צווייטן, און זיכער וועט עס נישט בלייבן אייערס לעולם ועד, אבער די מעשים טובים וועט דאך יא!!!

ס'איז אפשר שארף, אבער דאך, ס'איז אסאך שארפער אז א אינגע פארפאלק האט חתונה און צאלט צוויי אלפים א חודש וואס מ'האט נישט, מ'הייבט אן דעם נייעם לעבן אויף קרומע דרכים, מ'דארף עס נישט מאריך זיין, דאס איז אסאך שארפער ווי מיינע ווערטער!

אפשר אפשר וועלן אנקומען מיינע ווערטער צו איינעם און עפעס אויפטוען, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, כ'בעט אייך אידן, הווה גביר לאחיו, זייט גבירים אדירים, האט ווייטער ממקור הברכה שפע רב וכל טוב, אבער ביטע, טוט אייער פליכט, איר זענט נישט דא אויף דעם עולם צו פירן א קאדילאק, דאס איז פוסטע שטותים, אויך נישט פאר גרויסע הייזער און אפי' נישט פאר טאוולען מיט כבוד וכו', איר זענט דא מיט אייערע מיליאנען צו העלפן אייערע אידישע ברודער, איר קענט, טוט עס, איר וועט האבן דערפון לעד ולנצח!

יה"ר מיינע ווערטער זאלן האבן עפעס אויפגעטוען, אויב ח"ו נישט זאל עס עכ"פ אויפטוען אויף מיר אליין אז ווען איך וועל זיין א גביר זאל איך יא טוען פאר אנדערע ;l;p-
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

געוואלדיג ר' שמעלקא, ס'איז שארף אוואו ספייסי טאמאטע דיפ, אבער האבן דען נישט מערערע פרובירט שוין דאס וואס די זאגסט? איז דעס די סיבה? די מיינסט בויען נייע ישובים אדער בויען פאר ביליג לאקעל ? דא לאקעל איז בכלל שייך צו בויען ביליג און נאך מאכן עפעס געלט אויך ? זיי מסביר מער ביטע
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

נאכאמאל! איך בין גארנישט מגרע פון דיינע אמת'ע דיבורים ס'איז וואר און ריכטיג און הלוואי ס'זאל עפעס עושה רושם זיין כ'מיין נאר די ספעציפישע שאלה
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ווען 'שמעלקא' שרייבט וועגן די 'דירות קריזיס' אך ווי שיין! זייער גוט געזאגט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

מתוק
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער א שיינע מוסר שמועס, קוקט טאקע אויס אז די נעקסטע אסיפה גייט ווערן גערופן דורך נגידים וואס וועלן איינלאדענען די רבנים מודיע זיין אז מיר בויען פאר ביליג אדער אומזיסט..

יהי רצון שיהיו כל חלומותי עלינו לטובה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שמעלקא, טייערע דיבורים,
ס'זעהט אויס ווי דברים היוצאים מן הלב...
הק' איש ימיני
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

ר' שמעלקא, זאגסט דאך אזעלכע טייערע ווערטער.
און איך וויל צולייגן.
איך קלער אז די סיבה פארוואס עס זענען נישטא די סארט עשירים וואס זענען אינטערעסירט צו אונטערנעמען גרויסע פראיעקט צו העלפן אונזער עולם, האט אויך צו טון מיט דעם היינטיגן חינוך און אמעריקאניזירטן אידישקייט וואס האט זיך אנטוויקלט אין די לעצטע יארן.
אויב וואלט זייערע הערצער געפלאמט פאר אויטענטישע אידישקייט, אויב וואלטן זיי געוואוסט און געשפירט וואס עס מיינט צו זיין אן אמת'ער איד וואס גייט אויס פאר זיינע אידישע ברודער, אזוי ווי אמאליגע ווארעמע אידן האבן גערעדט פון א צווייטן איד ווי פון אן אייגענעם ברודער, אויב וואלטן זיי ריכטיג באגריפן ווי די מצוה פון העלפן אנדערע אידן בדרך כבוד איז פונקט אזא גרויסע הייליגע מצוה, וואלטן שוין מסתמא געווען בעלנים וואס וואלטן אויפגעטון גדולות ונצורות. נאר תיכף ווי מען טרעט אריין אין די ביזנעס וועלט ווערט מען א "ביזנעסמאן, נוסח אמעריקע". אלעס איז געלט און געלט און געלט, און אביסל כבוד צו די זייט מהיכי תיתי. ווען ער קומט אריין אין שול איז ער "צוריק" א איד.
דא אין שטאט וויל ער אוודאי זיין דער מכבודיגער איד וואס האט די קינדער תלמידי חכמים, ער אליין וויל אפילו אויך קענען נאכזאגן א שיין ווארט, און אוודאי שאדט נישט אויב אן אדם גדול באזוכט ביי אים אין שטוב, און ער וועט אויך געבן א מטבע פאר דעם וויכטיגן צוועק וואס מען קומט בעטן, ווייל דאס איז "אין סטייל" פון די נגידים, נאכדערצו אויב עס וועט אים ברענגען כבוד, די גאס וועט שמועסן און דער איד/בלאט וועלן באשמירט ווערן מיט זיין נאמען. אבער א עכטע פלאמעדיגע אידישע הארץ איז נישט צום געפונען ביי אים.
ווען ער איז צוריק אויפ'ן בענקל אין די ביזנעס, איז ער א ריינער "אמעריקאנער" ביזנעסמאן. דארט טראכט ער בלויז מיט א ביזנעס קאפ און ביזנעס חשבונות, נישט מיט א אידישע קאפ אדער אידישע חשבונות. אפילו אויב די צוויי זאלן זיין אין א סתירה. דער איד און דער ביזנעסמאן האבן דארט קיין שום שייכות.
אוודאי וועט ער נישט בויען קיין דירות פאר ביליג, אדער אפילו געבן איינע פון זיין 500 דירות פאר א דאלאר ביליגער פאר דעם בלוטיגן ארימאן. וועלכער גויאישער ביזנעסמאן וואלט געטון אזא משוגעת? ביזנעס איז ביזנעס.
אויב וואלט זייער הארץ געווען געמאכט פון ארגינעלע אידישקייט, אויב עס וואלט געווען די אמאליגע סארט מיטגעפיל מיט אידישע ברידער אין נויט, וואלט ער שוין לאנג געזוכט כאטש אביסל העלפן זיינע אידישע ברודער וואס זענען נעבעך אזוי ביטער געפלאגט. מען דארף זיי אויפקלערן אז העלפן אידישע קינדער איז פונקט אזא גרויסע הייליגע מצוה ווי צאלן א בנין פאר א מוסד, ספאנסערן תורה פראגראמען אדער אלע אנדערע הייליגע נדבות.
די אידישע מידות ווערן ווי פארשווינדן ווען די באנק אקאונטס ווערן צו געשוואלן. אבער א אידיש הארץ דארף זיין א אידיש הארץ, אפילו פון אן עושר אדיר. און עס ווערט איינס געזוכט מיט לעכט דא אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שמעלקא, שטעכעדיגע רייד, לאמיר נאר האפן עס זאל ערגעץ וואו אריינשטעכן...

דו זאגסט עס איז דא טעראפי, עס איז א אבער דא א מדרש אין קהלת "יש לו מנה רוצה מאתיים".
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס זאגסטי »

זייער גוט אראפ געלייגט
דיין שפראך ערענסטקייט צייגט
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פלאטשקע האט געשריבן:געוואלדיג ר' שמעלקא, ס'איז שארף אוואו ספייסי טאמאטע דיפ, אבער האבן דען נישט מערערע פרובירט שוין דאס וואס די זאגסט? איז דעס די סיבה? די מיינסט בויען נייע ישובים אדער בויען פאר ביליג לאקעל ? דא לאקעל איז בכלל שייך צו בויען ביליג און נאך מאכן עפעס געלט אויך ? זיי מסביר מער ביטע


איך נעם דען יעצט ארום דעם נושא און איך קום מיט א רעזעלוציע? די מציאות איז אז איבעראל איז די פראגע געלט, און ווייניג קומען אקעגן אז זיי זענען גרייט אריינצולייגן דאס געלט אן מאכן פיר מאל דאס געלט, ועל זה ידווה כל הדווים
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיסטעריעז האט געשריבן:שמעלקא, שטעכעדיגע רייד, לאמיר נאר האפן עס זאל ערגעץ וואו אריינשטעכן...

דו זאגסט עס איז דא טעראפי, עס איז א אבער דא א מדרש אין קהלת "יש לו מנה רוצה מאתיים".


און ווייסט וואס נאך? ס'איז דא נאך אסאך יצר הרע'ס, איז וואס, זאל מען זיך נישט קריגן מיט אים?!

די אלע אידן וואס בויען זיך פאלאצן און לעבן א פארשווענדעניש לעבן אנע דעם וואס ס'זאל זיי קימערן אז זייער ברודער איז אין א מצב פון צוזאמבראך, די אלע וואס האלטן זיך פאר די "עליטע" די "העכערע" חלק פון פאלק, אגב וואס זיי זענען פון די זעלבע טפה סרוחה, זיי גייען אויפ'ן זעלבן פלאץ אנקומען גוט אין דער ערד, און דארט אפשר ליגן אויפ'ן אויבן אן אויך אבער ס'מאכט נישט אויס וואטעווער, די אלע פעלט נעבעך זייער אסאך, זייער אסאך.

ס'איז נארמאל אז איינער לעבט שענער און רייכער, עניים במקום אחד ועשירים במקום אחד, אבער דאך, אויפרייסן, פארשווענדן און הוליען און זיך נישט קימערן אז דיין שכן האט נישט צו צאלן שכר לימוד און רענט, דאס איז א גרויל, נאר ליידער דארף מען זיי חונף זיין.

נישט אומזיסט האט הגאון ר' שלמה קלוגער זי"ע געלאזט צוואה אז מ'זאל אים בשו"א נישט לייגן לאחר מאה ועשרים לעבן אן עושר!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

רוחניות'דיגע טעראפי רעדסטו, מיר האט זיך געדאכט איר רעדט פון גשמיות'דיגע....
די ווערטער "עדיקשן" און "טעראפי" הטעינו
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עס וואלט געווען כדאי א סוב פארום פאר די נושא, איך פרעג ערענסט, נישט אזוי?
עס וועט זיין סאך גרינגער צו זוכן
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”