וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו' אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן. לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער
אבי גערעדט!
פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע?
.
בדידי הוה עובדא אלס א בלומינגבורגער, פרעגן מיינע קינדערלעך אפט אזוינע קשיות וואס עס איז נישט איינגעפאלן ביי זיי וואוינענדיג אין שטאט. אבער איך קוק עס אן אלס מעלה, וויבאלד איך האב די געלעגנהייט זיי צו מסביר זיין אז יענער איז אויך א איד,נאר מיר זענען אנדערש. און פארשטיין געבן די בענעפיטן וואס מיר האבן דערפון ברוחניות ובגשמיות כיד ה' הטוב עלי. (כ'בין מקצר צוליב מיין צייט. אפשר וועלמיר צוריקקומען צו מבאר זיין מער באריכות)
וויל זיין גוט האט געשריבן:' פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע? .
בדידי הוה עובדא אלס א בלומינגבורגער, פרעגן מיינע קינדערלעך אפט אזוינע קשיות וואס עס איז נישט איינגעפאלן ביי זיי וואוינענדיג אין שטאט. אבער איך קוק עס אן אלס מעלה, וויבאלד איך האב די געלעגנהייט זיי צו מסביר זיין אז יענער איז אויך א איד,נאר מיר זענען אנדערש. און פארשטיין געבן די בענעפיטן וואס מיר האבן דערפון ברוחניות ובגשמיות כיד ה' הטוב עלי. (כ'בין מקצר צוליב מיין צייט. אפשר וועלמיר צוריקקומען צו מבאר זיין מער באריכות)
זעהט אויך אויס אז דאס ישוב הדעת, די לופט און די ברייטקייט, ברענגט גרויס תועלת אפילו אין פלעצער וואס מען האט נישט געקענט פאראויס זעהן
וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו' אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן. לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער
ווען אונזערע זיידעס וואלטן געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר נישט געהאט וואס איבער צוגעבן די קינדער אין די גאר וויכטיגע קאנסעקווענציעלע דברים העומדים ברומו של עולם פון [נמחק]
אין אונגארן, איז געווארן הונדערטער קליינע שטעטעלך, אלע מיט זייער אייגענע רב, שוחט, און צומאהל אייגענע מוהל. אבער... איעדע געגענט האט געהאט א גרעסערע בית דין. למשל, אפילו שוין נאכן קריעג, איז די קליינע בעסערמיהר געוועהן אינטערגעווארפן די בית דין פון דעברעצין.