רעסטאראנט האט געשריבן:שׁעמעדיגער האט געשריבן:רעסטאראנט האט געשריבן:שׁעמעדיגער האט געשריבן:its ashood to argue anyone talking to ppl on the street looking now for diras in upstate will hear the same positivity for this project lets hope with hashems help it should work out
פאזיטיוויטי ברענגט נישט קיין קוינים
ברענגן קונים מיינט ווי שכונת יואל משה וואס איבער 300 דעפאזיטס קעש אינטערן טיש אן קיין קאנטראקטס
וויין יארד מיט פערטיגע דירות שטייט און מוטשעט זיך אין קרית יואל
וואדבערי זשאנקשען גייט נישט ווי געפלאנט
האסט א פלאן מיט דירות ? א פרייז ? קום ארויס מיט עדס , דריי נישט קיין פארע , די אלע זאכן זענען לופט באלונס
ר' יחזקאל בראך אין מאנרא טאון איז אויך נאך נישט ארויסגעקומען מיט קיין פרייזן , אבער ער האט שוין עדווערטייזד, סתם קייען אויל דא איז זייער קינדעריש
אז די האסט וואס צו זאגן , ווייסט נייעס פרייזן שרייב
מאמענטום האט בלומינגבורג אויך געהאט
i agree thats why i asked where i can obtain info on the project and u went out on a rant
די זעלבע פלאץ פון ווי די ווייסט מיט קידוש לבנה אותיות אז טשעסטער גייט נישט פארקויפען פאר גוים ,קענסטו וויסן די אינפארמעישאן וואס די זיכסט.... מאך נישט קיין ליצנות פון דיר אליין
איך האב ליב פאקטן און נישט דרייען ליפט
וואדבערי זשאנקשען וואקסט צוביסלעך , די אישוי איז טייערע טעקס ,אבער עס איז ממש לעבן קרית יואל , און כמו וואלקינג דיסטענס
בלומינגבורג האט 140 איינוואינערוואס אפשר רוב זענען צייטוויליג , עס איז א פולשטענדיגע שטאט כעת , און גייט דורך טשענלענזשעס וואס מיטן אייבערשטענס הילף האט עס א מעגליכקייט צו סוקסידען מיט סוקסעס
בלומינגראוו איז נעקסט פון קרית יואל ממש און סאיז א פאקט שוין א יודישע שטאט מיט כמעט צענדליגע שולן ,אבער אלטע הייזער מיט פראבלעמען און רובה דרובא מענטשן האט עס געקאסט מער ווי גערישט , און רוב מענטשן האבן איבערגעצאלט פאר די הייזער
קאנטרי האללו איז א פאקט אויף זייער שטייגער, א שול ,הייזער היפש ניי , טעקס גאנץ גוט , האט נישט קיין סאך ווי צו וואקסן
די זעלבע געשעט מיט היילענד עסטעיטס ,פרייזען איז פיין וועגן אינוועסטערס קענען נישט קויפן דארט און פארדינגען ,טעקסעס פיין , לאטס נישט צו גרויס , נייע הייזער
העלף האללו וועט זיין כמו קאנטרי האללאו , נישט געפערליך אלטע הייזער, טעקס כמעשה , שוין דא א שול ,וואלקינג דיסטענס
ר' יחזקאל בראך איז א חידוש פון א פראזשעקט אין מאנרא אדער אפילו מאנסי , סאיז אזוי ווי די צענדליגע דעוועפלאמענטס ארום לעיקוואד , א נייע שטאט געבויט מיט פריוואטע און 2 פעמילי הייזער דעזיינט לכתחילה פון סקרעטש פארן יוד מיט בית המדרש ,מקוה , שאפינג סענטער אויפן פלאץ , און מוסדות איז א שפאן אוועק , ביליג טעקס , נישט בערגיג ווי וואדבערי זשאנקשען, אבער גייט זיין טייער ווי מען שמועסט און ער צילט אז מענטשן פון שטאט וועלן פארקויפן זייערע דירות פאר א מיליאן אז אזוי קענען זיי עפפארדען 700 טויזענט דאלארדיגע הויז
טשעסטער וועט זיין די בחינה אז יודן וואינען אין דערפלעך צווישן מאנסי אין ליבערטי ניו יארק אפגעריקט /15 10 מינוט איינס פון צווייטען, א שטאט פאר זיך אזוי ווי ר יחזקאל בראך אבער נישט ממש א שפאן פון א עקסטירענדען יושב , טעקס ווייסט מען נישט , פרייזן ווייסט מען נישט
אויך איז דא טשעסטער אנדערע זייט ווי שוין דא איבער א מנין יודן ,מער א בחינה ווי פאמאנא אין מאנסי אדער טשעסנאט ריזש , גרויסע פראפערטיס און ריזיגע הייזער פאר ביליג און נישט טייער טעקס
יעדע פלאץ האט זיינע מעלות און חסרונות
אבער ווילאנג א פלאץ איז נישט א פאקט איז אוממעגליך פאראויס צוזאגן וואס גייט זיין
אה האמיר פארגעסן גאלדען היללס פאר יודן העכער 55 אין וואדבערי זשאנקשען, איין יוד העכער די שישים וואינט שוין דארט אין א גוי'ס הויז , מען שמועסט אז זיי האבן געקויפט א הויז פאר ר' יוסף חיים גרינוואלד דארט די דעוועלאפרס צו דינען אלס שיינע יוד
א גיטן רעסטאראנט איך גיי נישט דא קוואטן אלע דיינע תגובות... אבער בנוגע דיינע תגובות פין פרייטאג לאמיך דא אויסשמיסען רואיג אפאר פאקטן.....
קודם כל לאמיך דיך זאגן איך ווייס איך גיי דא ווערן אטאקירט אז איך בין א בראקער פאר טשעסטער.... (אדער גאר דער דעוועלאפער אליינס)
אז איך קים דא טעסטן די וואסערן...... (ווייל לכאורה די סוקסעס אדער פארקערט פון א נייע יושב קען מען טעסטן און ווענדט זיך וואס די עולם שרייבט דא אויפן וועלטל.....)
אז איך ביך א שר העשר... אז איך האב 8 ניקס... און אזוי ווייטער ...
אבער ערענסט גערעדט די קענסט זאגן אדער טראכטן וואס די ווילסט איט דאסענט מערער... איך בין בלויז א פשוטע יונגערמאן וואס זיכט אזוי ווי הונדערטער אנדערע יונגעלייט צי פין וויליאמסבורג צי פין ק"י צי קויפן א דירה דא אין אפסטעיט
נאטינג פערסענאל אבער איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט און צי וועמען די רעדסט...
נאך אפילו פארן אריינגיין פארוואס עס איז אזוי זאג איך דיר א פאקט, עס קימט מיר אויס צי רעדען טאג טעגליך צי צענדליגער יונגעלייט בערך מיין יארגאנג אין ריעל לייף נישט דא אויפן וועלטל, וואס אין די יארגאנג נאכן ארבעטן יארן שווער האבן אוועקגלייגט שווער אויסגעהארוועטע געלט פאר א דאון פעימענט, און זענען זייער ענטזיאסטיש און ערענסט אינטערעסירט אין די טשעסטער דעוועלאפמענט, נאכאמאל דאס איז פארן אריינגיין פארוואס דאס איז א פאקט וואס איך הער און דעילי לייף
יעצט גייסטו אנהויבן שרייען עס מאכט נישט קיין סענס עס איז א ארץ לא זרועה..
יא אבער עס מאכט אסאך מער נישט קיין סענס אז יונגעלייט דא און ק"י זיכן מיט לעכט ווי צי קויפן דירות זיי האבן די געלט מער ווייניגער גרייט אבער האבן פשוט נישט ווי צו קויפן...
יעצט גייסטו מיך פארשטיינערן וואס הייסט עס קימען ארויף יעצט צען טויזענט דירות און אין ארום ק"י, די האסט וואדבארי- בלומינגראו -חעזקעל בראך- שכונת ויאל משה- בלומינבערג...און אזוי ווייטער
סא לאמיך דיך זאגן עס איז דא א קלייענטעל פאר אלעם אבער פאר א ריזיגע חלק יונגעלייט וואס איך רעדט און מיט וועם איך דריי מיך איז דעיס בכלל נישט געאייגנט פאר זיי
וואדבארי איז צי הויך טעקס און בכלל זייער טייער און די הייזער זייער ווייט און צישפרייט...
בלמינגראוו- זייער אסאך מענטשן האבן נישט די כח צייט געדילד און געלט איבערציבויען א אלטע הויז אסאך מענטשן פילן אז איך צאל אזויפיל געלט מיין אוועקגעלייגטע אפגעשפארטע געלט וויל איך עפעס פריש ברענד נוי רעדי טא מאוו אין
יעצט ויאל משה און אלע איבריגע קאנדאס איז פשוט מענטשן קויפן עפעס פאר פיר הונדערט טויזנט ווילן זיי נישט באקימען אפאר צימערן אויף די צווייטע אדער פערדע שטאק פאר די געלט קען מען בלייבן און וויליאמסבורג (פארשטייט זיך פאר טייערער)
בלומינגבערג איז אסאך ווייטער און יעצט איז אלעס אפגעשטעלט דארטן לאמיר האפן און די פיוטשער זאל זיך עס אויסארבעטן אבער אויפן מינוט איז עס נישט רעלאווענט
יעצט צירוק צי טשעסטער גייט דאס אדרסירן די אלע זאכן? איך ווייס נישט (אה כהאב פארגעסן איך בין פין די דעוועלאפערס....
) אבער דער עולם שטייט און קיקט ארויס און האפט מיטן אויבערשטענס הילף אז יא! דאס איז סימפעל צי ענטפערן אויף דיין קשיא אז עס מאכט נישט קיין סענס
די איינציגסטע זאך וואס איך קוק אן ענדליך צי טשעסטער איז יחעזקעל בראך אבער דאך איז עס א חיליק פון עט ליעסט 100.000$ טייערער...
ווייל יעצט לויט וויפיל איך האב געהערט זייער קראנט פסח צייט פון איינער וואס איז זייער אינוואלווד (נאך פאר זיי האבן אנגעהויבן עס צי בויען און פארקויפן פאר גוים ווי די שרייבסט....
) זענען די פלענער עס צי פארקויפן פאר 180 א סקווער פיס יעצט קען זיין סוועט זיין 170 און קען זיין 190 כאפּ מיר נישט ביים ווארט... אבער בערך קימט עס אויס צווישן $420.000 און $470.000 א 2500 סקווער פיס דירה + א ליידיגע גרויסע בעיסמענט (עס גייט זיין אנדערע סייזעס אויך) וואס אזא פרייז פאר א פריוואט ריזיגע דירה באקומסטו נישט און ערגעץ
ווי אויך גייט עס זיין סינגעל און דופלעקס אפגעריקט איינס פין צווייטן נישט צי נאנט אבער געניג נאנט צי האבן שכנים צי פארברענגען און בארגן פאטעיטעס...
ווי אויך האפט ער מיטן אויבערשטענס הילף צי זיין פארטיג זייער שנעל
אין עס איז א שפאן אוועק פין שטעטל
יעצט צי זאג איך אז טשעסטער גייט זיך אויסארבעטען? ניין ווייל איך ווייס נישט
אבער אזויפיל ווייס איך יא אז אויב איז אמת די פלענער וואס איך האב געהערט איז דא יעצט יא היינט-יעצט צענדליגער אדער אפשר גאר הינדערטער יונגעלייט וואס האפן און קיקן ארויס און זענען מתפלל אז מיטן אויבערשטענס הילף זאל זיך דאס אויסארבעטן
צי זענען זיי גרייט צי געבן היינט $50.00 צי $100.000 דיפאזיט? ניין זיכער נישט! נישט פאר זיי הערן מער דיטעילס אין געהעריג די פלענער, אבער יא זיי זענען גרייט היינט זיך אראפציזעצן מיט די טשעסטער אפיס זען די פלענער הערן מער איבער די טעקס און אנדערע דיטעלס און אויב זאכן מאכן סענס און עס איז דא נאך יונגעלייט וואס געבן דיפאסיט זענען זיי ערענסט גרייט צי קאנסידערן צי געבן!
איי עס איז אינדרויסן פין שטעטעל? פאר רוב יונגעלייט וואס איך רעדט, טאקע נישט יעדער, אבער ביי רוב (אין אלע וואס ווילן זיך אהערציען פין וויליאמסבורג) איז דעיס גאר א מורהדיגע פלאס! איף יא לייק איט אר נאט מענטשן ווילן ארויסגיין אביסל פין די באקס.....
איי עס נעמט בערך 10 מינוט צי פארן פין שטעטל (כאפּ מיך נאכאמאל ביים ווארט און הייב דיך אן טאנען אויב סנעמט 11 צי 12 מינוט צי 8 9 מינוט איך האב געמאכט א עוורידש) אלע אנדערע נייע דעוועלאפמענטס נעמט אויך בערך די נאמבערס סא לעטס טאלק ווי אדאלטס אויב פאר איין צי צוויי מינוט מער פארן (אדער ווייל עס איז "וואלקינג דיסטענס" וויבאלד אפשר אולי איין צי צוויי מאל א יאר ווען דיין שוואגער מאכט א קידוש גייסטו אריינוואקן 45 50 מינוט איטש וועג) ווילסטו צאלן 100-200 טויזענט דאללער מער דיין גאו פאר איט
עניוועיס איך האב געטרייעט צי אדרעסירן פארוואס דער עולם איז אזוי אינטערעסירט אין עס...
רייס מיך פליז נישט אראפּ איך האב פלעין איבערגעזאגט וואס איך הער פין מענטשן, איך בין נישט דא זיך צי טענען,( אוי ניין כהאב שיעור פארגעסן איך קים דא טעסטן וואסערן איך בוי טשעסטער.... כמיין קאם אן)
וואס עס וועט זיין האט ממילא גארנישט מיט אונז אלעס איז בלויז סייעתא דשמיא! לאמיר נאר מתפלל זיין צים גרויסן בעשעפער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן די בעסט....