הערליך האט געשריבן:א אינטרעסאנטע קאמפיין גייט אן ביי די סאטמערע איינוואוינער אין לעקוואד, איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערוועגן
זיי האבן שוין באוויזן צוזאמצושטעלן סכומים אדירים אן ספענדן א ניקל פארן קאמפיין.
און די גאנצע זאך גייט אן צוויי טאג אינגאנצן
זיי נוצן די חסד פאנד וועפסייד וואס איז אומזינסט, יעדע פון די עלטערן האבן געעפענט א אייגענע פעידש און ארום געשיקט פאר פרענדס און פעמעלי, און עס קומט אריין ערענסטע סכומים, איך האב צוזאמענגעשטעלט א שטיקל ליסטע, איך האב נישט אלע פעידשעס, אבער א גרויס חלק, לייגט צו אויב ווייסט איר פון נאך
די חשובה איינוואוינער אין די סאטמארער ישוב אין לעקוואד האבן ב״ה באוויזן צוזאמצושטעלן סכומים אדירים לטובות מוסדותינו הק'.
בסייעתא דשמיא און מיט די הילף פונעם ציבור וועלן מיר אנקומען צום ציל.
בלויז אין די דריי טאג זייט די ערשטע פון די איינוואוינער האט ארויס געלייגט זיין קאמפיין, איז שוין אריינגעקומען איבער דרייסיג אלפים
מיר ברויכן שאפן פאר יום טוב נאך לערך $30,000
מיטן כוח הרבים בשם השם נעשה ונצליח
ביטע רופט אייך אן ווארעם לכבוד אייערע באקאנטע