סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:46 pm

וואס הייסט גראדע בראקערס? א בראקער אזויווי איעדע סעילסמאן, טראכט פון דעים סעיל, אלע בראקערס זענען די זעלבע, והיינו טעמא דלייף אינשורענס,והיינו טעמא דאתרוג סוחר, און איעדער וואס קויפט פון א סעילסמאן דארף דאס צו פארשטיין, ער קען זיין א נייס גיי, ער מאכט אבער נאר געלט ווען ער מאכט דעים סעיל, און ער איז משוחד

1חכם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:53 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך 1חכם » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:35 pm

חסד השם האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:פאר אונז גייען ווייטער: איינער האלט איינעם אפ פון קויפן א הויז אין דזשעקסאן אדער טאמס ריווער פאר סאך ווייניגער? וואס ברענגסטו דא אראפ דעוועלאפמענטס?

דריי נישט קיין קאפ, קוק צוריק אפאר בלעטער וואו מען ווארנט "מאך זיכער אז מען וועט אננעמען דיינע קינדער אין די מוסדות!"
ע"ע בלו ריווער, א שפאן ארויס פונעם דיוועלאפמענט, וואס ביז די א.ג. ליידיגגייערס האבן אריינגעמופט האט מען געפאמפט דערקעגן, ביז די באלון האט געבאסט, און דאן איז דאס פלוצלינג געווארן א חלק פונעם סאטמארן ישוב.

טוע בעסערע ריסערעטש ביטע מנעמט געהעריג אן היימישע אידן מאנ"ש וואס וואונען און טאמס ריווער.
ווייל מהאט דא אויף אייוועלט געשמועסט דערוועגן מיינט בכלל נישט גארנישט.
מהאט אמאל געפאמפט קעגן בלו ריווער?????
ליידיגייערס האבן דארט אריינגעמופט? סוואונען דארט עכטע היימישע אידן מאנ"ש ובתוכם די מנהל רוחני פון די ת"ת

מהאט אמאל געפאמפט קעגן בלו ריווער?????

BIG TIME - YES THEY DID

1חכם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:53 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך 1חכם » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:44 pm

מאן דאמר האט געשריבן:פרייזן הייבן זיך ווען עס איז דא מער דימענד ווי סאפליי, דא איז נישט געוועזן אזוי די מעשה, ס׳איז נאך דא גאר גאר אסאך אין די פייפליין, וואס מיינסטו, די $399,000 מציאה האט מען פאריגע וואך אפפראווד? ספעציעל פאר סאטמערע עסקנים? וועמענס נער ביזטו? און ברוקלין קען מען דיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, אין לעיקוואד פרעגסטו זיך נישט נאך

פאר צוויי וואכען צוריק זאגט מיך א בראקער אז נעבן סאטמער איז דא שטח אין דער בהע"ב וויל $325k און קיינער וויל עס נישט פאר יענע פרייז, און והנה ר' שמואל האט עס ערלעדיגט פאר $399k

מאן דאמר האט געשריבן:דא האסטו א ביישפיל פון א דעוועלאפמעט אין די פּײַפּלײַן, וואס גייט זיין גרעסער וואו Oak & Vine און ס׳איז נישט ווייט פון סאטמאר

http://theparkenj.com/vision/

דאס האט נאך א שיינע פאר יאר, אפשר אפילו א שמיטה

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:18 pm

1חכם האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:פרייזן הייבן זיך ווען עס איז דא מער דימענד ווי סאפליי, דא איז נישט געוועזן אזוי די מעשה, ס׳איז נאך דא גאר גאר אסאך אין די פייפליין, וואס מיינסטו, די $399,000 מציאה האט מען פאריגע וואך אפפראווד? ספעציעל פאר סאטמערע עסקנים? וועמענס נער ביזטו? און ברוקלין קען מען דיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, אין לעיקוואד פרעגסטו זיך נישט נאך

פאר צוויי וואכען צוריק זאגט מיך א בראקער אז נעבן סאטמער איז דא שטח אין דער בהע"ב וויל $325k און קיינער וויל עס נישט פאר יענע פרייז, און והנה ר' שמואל האט עס ערלעדיגט פאר $399k

פון דיינע צוויי תגובות דא ווייס איך שוין פון וועלכע בראקער דו רעדסט. איינער מיט א פריוואטע ווייטאג קעגן אימפעריאל, אפגעזעהן אימפעריאל'ס יקור השער, איז די מעשה א שקר וכזב, א פלאכע ליגנט.

באזני שמעתי ווי דער דעוועלאפער האט געזאגט א יאר צוריק 'נאט אנדער 369', דאס איז געווען בעפאר די צוואנציג אלפים פאר סאטמארע מוסדות, און אימפעריאל האט גע'טענה'ט אז ס'איז צו טייער.

א מין פארדרייטע וועלט. אפאר מענטשן זענען אנגעווייטאגט אז זיי האבן געצאלט זעקס פופציג + פאר אן אוק ענד וויין הויז, קומען זיי אויף מיט גאונ'ישע ליגנטס. מיינד באגלינג.

לסיכום, מיין אידענטיטעט איז נישט קיין סוד, איך האב גארנישט מיט אימפעריאל, און זיי זענען ניטאמאל די בראקערס אויף מיין דירה אין קאנטראקט. עס רעגט מיר נאר ווען מען פאבריצירט מעשיות זיך צו נוקם זיין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:40 am

תמצית הדברים, ווילט איר קויפן א הויז אין לעיקוואד? ס׳איז דא די והותר, ס׳איז דא טויזענטער הייזער אין די פייפליין, ס׳איז דא זייער אסאך הייזער אויף די מארקעט (גראדע יעצט אויף די מינוט איז אביסל שמאל וועגן קאוויד, ווארט צו א חודש צוויי), פרעיגט אייך נאך וואס די מארקעט איז, נישט ביי א בראקער, נאר דארט וואו איר פרעיגט זיך נאך צו די שכנים גייען נישט מיט האנט זייגערס רח״ל, ס׳איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס א איד מוז צאלן 30-40% מער פון א אינו יהודי, פארקערט, א איד האט גרעסערע הוצאות בדרך כלל, מיר קענען נישט צאלן וואס די גוי צאלט, קום אריבער אויף א שבת, קוק דיך אום אליינס, שמעק אויס אפאר געגענטער, זעה וואס דו גלייכסט, נאך אלעם איז דאס די גרעסטע פינאנציעלע אינוועסטמענט בדרך כלל וואס מענטשן מאכן, מאך זיכער אז מ׳וועט נישט דארפן טיילן איבערגענעכטיגטע קוגל מיט סוּשׁיִ ליל שישי צו קענען קאווערן דיין מארגדזש, דער וואס זאגט דיר ״מ׳דארף אריין שפרינגען״ זאל וויינען הויעך ביי יעצנו רע יום כיפור, און פארשטייט זיך ער זאל דיך קומען מרצה זיין.

לעיקוואד איז גאר א פיינע פלאץ מיט פיל מעלות, איינע פון די גרעסטע מעלות איז אז מ׳קען נאך אסאך אסאך וואקסן, מ׳גייט נישט אויסלויפן פון פלאץ אזוי שנעל

1חכם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 11:53 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך 1חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:25 am

צולייגער האט געשריבן:
1חכם האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן: דאס איז געווען בעפאר די צוואנציג אלפים פאר סאטמארע מוסדות,

איין מינועט - דאס איז יא כשר?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:58 am

צולייגער האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:תמימות.

(דער בראקער בעט פונעם דיוועלאפער אסאך טייערער פער הויז, וויבאלד ער פארדינט אסאך מער דורך אים, ווי דורך אנדערע "גראדע" בראקערס).

דאס איז א פלאכע ליגנט. א שטיק שקר, אן קיין שום האפט.

האב איך כאטש א באווייז אויף דיינע א"ג פאקטן

כ'בעט אייך אנטשולדיגונג הער צולייגער, כ'האב פשוט פארזעהן אז דאס שרייבן נישט פונקטליך אקוראט נעמט אייך ארויס פון גלייכגעוויכט, אזויווי דער וואס האט זוכה געווען צו א קיתון של שופכין פארן שרייבן דעם בייזוויליגן שקר פון "ביליגע דירות", אנשטאט "טייערע דירות פאר עפארדעבל פרייזן".

איר זענט גענצליך גערעכט, אימפעריאל בעהט נישט מער פראצענט ווי אנדערע בראקער'ס! דאס איז א פלאכע ליגנט און א שטיק שקר! (אויב מען מעג פארשטיין, ביטע זייטס מסביר וואס איז די טיפע באדייט פון די כפל הלשון).
מען רוקט בלויז ארויף דעם דיעל פרייז צו הימלשרייענדע, אנטשולדיגט ווידעראמאל, פלעין הויכע אומבארעכטיגטע (לויט א געוויסע פראצענט פון די מענטשהייט) נומבער'ס, און אויטאמאטיש ווערט די $ פונעם פראצענט אסאך מער.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:10 am

1חכם האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:פרייזן הייבן זיך ווען עס איז דא מער דימענד ווי סאפליי, דא איז נישט געוועזן אזוי די מעשה, ס׳איז נאך דא גאר גאר אסאך אין די פייפליין, וואס מיינסטו, די $399,000 מציאה האט מען פאריגע וואך אפפראווד? ספעציעל פאר סאטמערע עסקנים? וועמענס נער ביזטו? און ברוקלין קען מען דיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, אין לעיקוואד פרעגסטו זיך נישט נאך

פאר צוויי וואכען צוריק זאגט מיך א בראקער אז נעבן סאטמער איז דא שטח אין דער בהע"ב וויל $325k און קיינער וויל עס נישט פאר יענע פרייז, און והנה ר' שמואל האט עס ערלעדיגט פאר $399k

אויב סאיז אמת איז עס א שרעקליכע עוולה און סדארף פארשריגן ווערן

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:15 am

1חכם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
1חכם האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן: דאס איז געווען בעפאר די צוואנציג אלפים פאר סאטמארע מוסדות,

איין מינועט - דאס איז יא כשר?

אויב וואס איז כשר?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:17 am

דברים אלו האט געשריבן:
1חכם האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:פרייזן הייבן זיך ווען עס איז דא מער דימענד ווי סאפליי, דא איז נישט געוועזן אזוי די מעשה, ס׳איז נאך דא גאר גאר אסאך אין די פייפליין, וואס מיינסטו, די $399,000 מציאה האט מען פאריגע וואך אפפראווד? ספעציעל פאר סאטמערע עסקנים? וועמענס נער ביזטו? און ברוקלין קען מען דיר נישט פארקויפן קיין מעשיות, אין לעיקוואד פרעגסטו זיך נישט נאך

פאר צוויי וואכען צוריק זאגט מיך א בראקער אז נעבן סאטמער איז דא שטח אין דער בהע"ב וויל $325k און קיינער וויל עס נישט פאר יענע פרייז, און והנה ר' שמואל האט עס ערלעדיגט פאר $399k

אויב סאיז אמת איז עס א שרעקליכע עוולה און סדארף פארשריגן ווערן

סקוקט דיר אויס צו זיין אמת???
האלטסט עכט אז דעי בראוקער צו וועם ער האט קלאמפערשט גערעדט וואלט עס נישט גענומען פאר 325 און פארקויפט פאר א פיפציגער מער?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך אויב איך בין איך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:45 am

א גוטן טייערע אידן
איך וויל זייער שטארק מופן אויף לעיקוואד, דעס איז מיר מיט די בני בית בעסטע געפאלן
יעצט איז אזוי
זענען מיר געווען קוקן פאריגע וואך הייזער מיט 2 היימישע בראקערס
ראקוועל איז שוין נישטא קיין קארנער הויז מיט ווינדאס אויף 3 זייטן
ריווערוואד איז זייער טייער
בלוריווער איז שוין אויך נאר דא טייערע מאדוילס, אין א וועג איז עס טייערער וואו ריווערוואד אויף די סק פיס
די נייע 399 איז צי קליין פאר מיר
סא זיך איך צי גיין ערגעץ אין טאמס ריווער באט שכינים איז נישטא, אין אויב שוין יא, ווייס איך נישט ווער זיי זענען, צי פילן קאנפטעבל מיט מיינע קינדער
סא אויב האט איינער אנייצע ביטע העלפט ארויס
וועט זיין זייער עפרישיעטעד

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:40 pm

אויב איך בין איך האט געשריבן:א גוטן טייערע אידן

וואס הייסט ס'איז נישט דא א ענד יוניט? דא 13 גרעניט דר., 21 מארבל, 29 מארבל און 9 פעבל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך אויב איך בין איך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:51 pm

אפשר האט ער מיר געוואלט שטיפן צו ריווערוואד האטער אזוי געזאגט. ווייסעך נישט
סא וויפיל גייט די פרייז פאר דעם?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:55 pm

ס'הייסט 539, קען גיין מסתמא פאר פינף-צען ביליגער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:28 pm

צולייגער האט געשריבן:ס'הייסט 539, קען גיין מסתמא פאר פינף-צען ביליגער.

לייג אריין אן אפער פאר $430,000 פראביר וואס געשעהט, די חברה זיצן שוין אין דעים אזוי לאנג ס׳וואקסט שוין שימל, די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן איז אז דער מוכר וועט זאגן ניין, קענסט דעמאלס פראבירן 440,000

דער מוכר האט נישט קיין סאך leverage , ער איז זייער לימיטעד פאר וועם ער קען פארקויפן און ווער ס׳וויל קויפן, דו קענסט קויפן וואו די ווילסט, דו שטייסט בעסער פון אים, באלד ווערט ווינטער און ער גייט מוזן צאלן הייצונג דארט

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:47 pm

מאן דאמר האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ס'הייסט 539, קען גיין מסתמא פאר פינף-צען ביליגער.

לייג אריין אן אפער פאר $430,000 פראביר וואס געשעהט, די חברה זיצן שוין אין דעים אזוי לאנג ס׳וואקסט שוין שימל, די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן איז אז דער מוכר וועט זאגן ניין, קענסט דעמאלס פראבירן 440,000

דער מוכר האט נישט קיין סאך leverage , ער איז זייער לימיטעד פאר וועם ער קען פארקויפן און ווער ס׳וויל קויפן, דו קענסט קויפן וואו די ווילסט, דו שטייסט בעסער פון אים, באלד ווערט ווינטער און ער גייט מוזן צאלן הייצונג דארט

430 איז אביסל איבערגעטריבן ווייל ס'האט זיך לכתלילה אנגעהויבן פאר 475

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:56 pm

ס׳איז גארנישט שלעכט איבערצוטרייבן, ער פארלירט אפאר טויזענט דאלאר א מאנאט וואס עס זיצט ליידיג, די מארקעט איז ווארעם יעצט, אויב וואלט עס ווערד געווען מער וואלט עס געווען פארקויפט, ס׳זיצט ווייל ס׳איז נישט ווערד וואס ער בעט, זיי מוחל און צאל נישט איבער
אזוי ארבייט negotiation, מ׳הייבט אן נידריג ודו״ק

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 4:14 pm

מאן דאמר האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ס'הייסט 539, קען גיין מסתמא פאר פינף-צען ביליגער.

לייג אריין אן אפער פאר $430,000 פראביר וואס געשעהט, די חברה זיצן שוין אין דעים אזוי לאנג ס׳וואקסט שוין שימל, די ערגסטע זאך וואס קען געשעהן איז אז דער מוכר וועט זאגן ניין, קענסט דעמאלס פראבירן 440,000

דער מוכר האט נישט קיין סאך leverage , ער איז זייער לימיטעד פאר וועם ער קען פארקויפן און ווער ס׳וויל קויפן, דו קענסט קויפן וואו די ווילסט, דו שטייסט בעסער פון אים, באלד ווערט ווינטער און ער גייט מוזן צאלן הייצונג דארט

זאג די קענסט דער מוכר?
א כפר"ה אויף אייוועלט...

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך אויב איך בין איך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 8:43 pm

מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז גארנישט שלעכט איבערצוטרייבן, ער פארלירט אפאר טויזענט דאלאר א מאנאט וואס עס זיצט ליידיג, די מארקעט איז ווארעם יעצט, אויב וואלט עס ווערד געווען מער וואלט עס געווען פארקויפט, ס׳זיצט ווייל ס׳איז נישט ווערד וואס ער בעט, זיי מוחל און צאל נישט איבער
אזוי ארבייט negotiation, מ׳הייבט אן נידריג ודו״ק

סאונד זייער גוט. גיימער פרובירן
א גרויסן שכח

וואס טוט זיך ביי ריווערוואד? איך הער דארטן איז אויך זייער ליידיג און ער קענישט פארקויפן האלסט איך קען אפפערן דארטן סאך ביליגער ? ( איך האף נאר אז די דעוועלעפערס זעהן נישט דא. ער עט נישט וועלן negotiation)

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:00 pm

פאקטען האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ס'הייסט 539, קען גיין מסתמא פאר פינף-צען ביליגער
זאג די קענסט דער מוכר?

איך קען אים זייער זייער גוט

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך מאן דאמר » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:06 pm

אויב איך בין איך האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז גארנישט שלעכט איבערצוטרייבן, ער פארלירט אפאר טויזענט דאלאר א מאנאט וואס עס זיצט ליידיג, די מארקעט איז ווארעם יעצט, אויב וואלט עס ווערד געווען מער וואלט עס געווען פארקויפט, ס׳זיצט ווייל ס׳איז נישט ווערד וואס ער בעט, זיי מוחל און צאל נישט איבער
אזוי ארבייט negotiation, מ׳הייבט אן נידריג ודו״ק

סאונד זייער גוט. גיימער פרובירן
א גרויסן שכח

וואס טוט זיך ביי ריווערוואד? איך הער דארטן איז אויך זייער ליידיג און ער קענישט פארקויפן האלסט איך קען אפפערן דארטן סאך ביליגער ? ( איך האף נאר אז די דעוועלעפערס זעהן נישט דא. ער עט נישט וועלן negotiation)

דו איינציגסטע וועג צו וויסן אויב מ׳קען איז דורך פראבירן, אפילו אויב דער בראקער עקשן׳ט זיך אז ער שעימט זיך אריין צו שיקן א נידריגע אפער זאג אים אז לעגאל מוז ער פרעזענטערן וואס דו הייסט אז נישט גייסטו זוכן א צווייטן.

איין זאך קענסטו זיכער וויסן, אויב דער עולם הייבט אן אריין שיקן מער נידריגע אפערס אויטאמאטיש פאלט די פרייז אזויווי איך האב שוין דא עטליכע מאל איבערגעקייט, ער קען נישט האלטן די הייזער לער ביז יובל, יעדע חודש שניידט אריין אין די פראפיט, אז ס׳איז שוין ליידיג אפאר חדשים איז מוכרח אז עס איז נישט ווערד דו פרייז, ודברים פשוטים הם.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:37 pm

מאן דאמר האט געשריבן:
אויב איך בין איך האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:ס׳איז גארנישט שלעכט איבערצוטרייבן, ער פארלירט אפאר טויזענט דאלאר א מאנאט וואס עס זיצט ליידיג, די מארקעט איז ווארעם יעצט, אויב וואלט עס ווערד געווען מער וואלט עס געווען פארקויפט, ס׳זיצט ווייל ס׳איז נישט ווערד וואס ער בעט, זיי מוחל און צאל נישט איבער
אזוי ארבייט negotiation, מ׳הייבט אן נידריג ודו״ק

סאונד זייער גוט. גיימער פרובירן
א גרויסן שכח

וואס טוט זיך ביי ריווערוואד? איך הער דארטן איז אויך זייער ליידיג און ער קענישט פארקויפן האלסט איך קען אפפערן דארטן סאך ביליגער ? ( איך האף נאר אז די דעוועלעפערס זעהן נישט דא. ער עט נישט וועלן negotiation)

דו איינציגסטע וועג צו וויסן אויב מ׳קען איז דורך פראבירן, אפילו אויב דער בראקער עקשן׳ט זיך אז ער שעימט זיך אריין צו שיקן א נידריגע אפער זאג אים אז לעגאל מוז ער פרעזענטערן וואס דו הייסט אז נישט גייסטו זוכן א צווייטן.

איין זאך קענסטו זיכער וויסן, אויב דער עולם הייבט אן אריין שיקן מער נידריגע אפערס אויטאמאטיש פאלט די פרייז אזויווי איך האב שוין דא עטליכע מאל איבערגעקייט, ער קען נישט האלטן די הייזער לער ביז יובל, יעדע חודש שניידט אריין אין די פראפיט, אז ס׳איז שוין ליידיג אפאר חדשים איז מוכרח אז עס איז נישט ווערד דו פרייז, ודברים פשוטים הם.

גערעכט און בלומינגבערג האט מען אויך פארקויפט קודם פאר 325 טויזענט דולר און נאכן שטיין ליידיג אפאר יאר ארום 50 דירות זענען זיי אראפ צו 240 טויזנט דולר

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך ים רויבער » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:35 pm

עצה טובה, פאר דו רעדסט מיט א בראקער רעד מיט א אינגערמאן וואס וואוינט דארט און פרעג דיך נאך וואס ס'איז אלץ דא און נאכדעם קענסטו נוצען וועלעכע בראקער דו וואולסט.
אז דו וואולסט קען איך דיר געבן עטליכע טעלעפאון נאמבערס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

Re: סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

תגובהדורך הערליך » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:28 pm

א פרייוועט הויז אין די געגענט
צוגעלייגטע
5CFAFCCB-6645-4788-AE1E-0B81E3C3DF14.jpeg
5CFAFCCB-6645-4788-AE1E-0B81E3C3DF14.jpeg (643.67 KiB) געזעהן 2800 מאל

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט