סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

די דיסקאשען איז נישט עכט רעלעווענט, ב"ה ביידע שטעטלעך ארבעטען זיך זייער גוט אויס, יעדע איינץ מיט זיינע אייגענע מעלות [און חסרונות], און יעדע איינץ מיט זיינע אייגענארטיגע שניטען און קנייטשען, און ס'יז בכלל נישט שייך צו פארגלייכען, ס'יז צוויי אנדערע איידיעס און האט זייער אסאך חילוקים, די צד השוה אז ביידע פארען ארויף מיס גרויסע הצלחה ב"ה
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

דרשה פון אדמו"ר מחסידי ירושלים אין כולל
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (155.89 KiB) געזען 2860 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

lebediger berel האט געשריבן:א געהעריגע גרויסע משפחה קען דאך נישט מופן אין בלומינגבורג , מ'קען דאך דארט נישט קלאויזן.
יעצט מופן נאר קליינע וואס כאפן דארט אכטערלעך

גראדע לעצטע געווארן אוועליבל אפאר גוטע זאכן פאר גרעסערע משפחות, פאר מער אינפארמאציע ביטע שיקן אין אישי.
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

יונה האט געשריבן:.


יונה אין לעקוואד??? וואסארא זכיה! מאכט אייך היימיש פילט אייך באקוועם... ברויכט אפשר א קאווע?
אני ישנה ולבי ער
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Welcome
IMG-20181021-WA0042.jpg
IMG-20181021-WA0042.jpg (152.19 KiB) געזען 2738 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

דער פראכט פון די מלכות׳דיגע ״ריווערוואוד״ הייזער אין לעיקוואוד (סאטמאר דעוועלאפמענט #2) אנטפלעקט זיך מיט איר מאיעסטעטישן געשטעל!
20725.jpeg
20725.jpeg (134.52 KiB) געזען 2735 מאל
20723.jpeg
20723.jpeg (143.84 KiB) געזען 2735 מאל
20724.jpeg
20724.jpeg (133.16 KiB) געזען 2735 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

לעיקוואוד - היינטיגן ערב שבת קודש האבן אלע אנ״ש תושבי שכונת סאטמאר לעיקוואוד באקומען ביים טיר א שיינעם פעקעדזש פון ״מוסדות יטב לב״.

יטב לב האט געלאזט ערצייגן א ספעציעלע מאגנאט לוח-ביכל מיט די זמנים פאר ״לעיקוואוד״ און עס אהיימגעשיקט צו יעדן אינאיינעם מיט א פושקע און א שיינעם בריוו.

אין דעם בריוו ברענגט מוסדות יטב לב ארויס, אז מיר שטייען היינט ביי א נייעם מציאות אז סאטמאר האט זיך קונה שביתה געווען אין לעיקוואוד, ס׳איז שוין א פאקט פונעם טעגליכן לעבן אז ס׳דא א גאנצער היימישער געגענט וואס וואקסט און בליעט מיט אנ״ש, און דעריבער איז געקומען די צייט צו לאזן דרוקן א ספעציעלע לוח פאר זיי, גענוי אזוי ווי מ׳דרוקט פאר אלע היימישע געגענטער אין ניו יארק.
IMG-20181019-WA0040.jpg
IMG-20181019-WA0040.jpg (150.66 KiB) געזען 2729 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פארוואס איז די בעיסמענט אזוי נידעריג אונטער די ערד כמעט אן פענסטער?, מען וויל דאך דאס פארדינגען פאר א נארמאלע משפחה פאר א נארמאלע פרייז? האט דען דער געהעריעגער דירה איינוואוינער א פראבלעם מיט נאך פיר טרעפ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ריווערוואוד הייזער זענען שוין צו הויעך אזוי אויך, כמעט א שטאק העכער ראקוועל אויף געוויסע פלעצער
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הערליך האט געשריבן:ריווערוואוד הייזער זענען שוין צו הויעך אזוי אויך, כמעט א שטאק העכער ראקוועל אויף געוויסע פלעצער

ס'איז העכערע שטאקן?
אדער פשוט העכער אויף א בארג?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

הערליך האט געשריבן:ריווערוואוד הייזער זענען שוין צו הויעך אזוי אויך, כמעט א שטאק העכער ראקוועל אויף געוויסע פלעצער

ביטע זיי בעסער מסביר
אז מ'לעבט דערלעבט מען
גרינוויל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל »

סאיז אביסל העכער בארג ארויף
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ריווערוואד איז א ריפ אף עניווע, נישט ווערט צו רעדן דערפון!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פאקטען האט געשריבן:ריווערוואד איז א ריפ אף עניווע, נישט ווערט צו רעדן דערפון!

זיי נישט נער'יש קיינער וועט נישט צאלן דאללער מער וויפיל ס'איז באמת ווערט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אלע הייזער יעצט אופן מארק עקוויוואלענט צו ריווערוואד איז די פרייז צווישן 589 און 600 קיינער האט נישט אנגעהויבן ביי 650 הן אויק ענד וויין הן בלוי ריווער,
נאך א נקודה און ראקוועל איז געווען אסאך מער פיטשערס אריינגערעכנט אלץ א בעסיק וואס און ריווערוואד איז א אפגרעיד
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

אבער א סאטמערע חסיד וואס וויל דווקא וואוינען צווישען סאטמערע יודען וועט צאלען אפאר דאלער מער פאר א היימישע געגענט
געהאפט
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהאפט »

קלוגער האט געשריבן:אבער א סאטמערע חסיד וואס וויל דווקא וואוינען צווישען סאטמערע יודען וועט צאלען אפאר דאלער מער פאר א היימישע געגענט

נאך אלץ א ריפ אף
1חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2011 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1חכם »

פאקטען האט געשריבן:אלע הייזער יעצט אופן מארק עקוויוואלענט צו ריווערוואד איז די פרייז צווישן 589 און 600 קיינער האט נישט אנגעהויבן ביי 650 הן אויק ענד וויין הן בלוי ריווער,
נאך א נקודה און ראקוועל איז געווען אסאך מער פיטשערס אריינגערעכנט אלץ א בעסיק וואס און ריווערוואד איז א אפגרעיד


Riverwood is 629$ - has more upgrades included then Blue RIver
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

פאקטען האט געשריבן:אלע הייזער יעצט אופן מארק עקוויוואלענט צו ריווערוואד איז די פרייז צווישן 589 און 600 קיינער האט נישט אנגעהויבן ביי 650 הן אויק ענד וויין הן בלוי ריווער,
נאך א נקודה און ראקוועל איז געווען אסאך מער פיטשערס אריינגערעכנט אלץ א בעסיק וואס און ריווערוואד איז א אפגרעיד

סאיז נאך דא עטליכע הייזער צו פארקויפן אין ראקוועל, און רוב הייזער זענען נאך נישט פארקויפט אין בלוי ריווער, און אסאך הייזער זענען נאך אוועיליבל אין אויק ענד וויין, יעדע איינציגע מענטש וואס האט געקויפט אין ריווערוואויד האט פונקטליך געוויסט וואס ער קויפט. ריווערוואויד זענען זייער רייכע הייזער, נאר דער דעזיין מיט די פראנט פול בריק אליינס איז ווערט געלט, אויק ענד וויין און בלוי ריווער איז ווייט ווייט נישט ריווערוואויד. ריווערוואויד איז קלאר נישט געמאכט פאר יעדן, סאיז געמאכט פאר פארמעגליכע אידן וואס קענען זיך ערלויבן שענערע הייזער און ווילן דאך האבן די בענעפיטס פון זיין אין א סאטמערע דעוועלאפמענט.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

דאס אז עס איז נישט געמאכט פאר יעדן, נעמט נאך נישט אוועק דאס אז עס איז געפערלעך אווער פרייז'ט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

ריווערוואד איז זייער א שיינע פראדזשעקט.
אבער עס איז לכאורה נאר פאר די אידן וואס האבן ליב וויליאמסבורג לייפסטייל, די לעבן פאר יענעם איז ביי עם א לכתחילה, און ער וויל בשום אופן נישט אוועקגיין פון עס נאר פארקערט, ער זוכט עס, ודי.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

לעיקוואד האט געשריבן:ריווערוואד איז זייער א שיינע פראדזשעקט.
אבער עס איז לכאורה נאר פאר די אידן וואס האבן ליב וויליאמסבורג לייפסטייל, די לעבן פאר יענעם איז ביי עם א לכתחילה, און ער וויל בשום אופן נישט אוועקגיין פון עס נאר פארקערט, ער זוכט עס, ודי.

נישט ריכטיג, די מענטשן וואס האבן געקויפט אין ריווערוואד קענען נישט לעיקוואד און אירע דיוועלאפמענטס, זיי זיכען א היימישע זאך וואס איז גרעסער און שענער פון ראקוועל.

ווען וויליאמסבורגער מענטשן ווייסן פון אוק ענד וויין נאך פאר ריווערוואד איז אויפגעקומען וואלט געווען היבש אנדערש.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אין ויואל משה אין וויליאמסבורג איז פארגעקומען א ריזיגע פארזאמלונג, סאיז געוועהן פארופן דורך אימפעריעל, צענדליגע ברויקערס זענען דארט געוועהן, הינדערטער אידן זענען זיך צוזאמען געקומען, צו הערן די אינטערדאקשן צו אויק ענד וויין

דאס איז פארגעקומען נאך פאר איין הויז פון ריווערוואויד איז געוועהן אין קאנטראקט

דאס זענען פלעין פאקטן, איין באשעפער ווייסט וואס איר ווילט דא
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

גייסטרייכן באַזוך פון כ״ק מרן אדמו״ר מסאַטמאַר (מהר''יי) שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

[align=center]
בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה:

אויסטערלישער חיזוק פאַר בליענדע קהלה ומוסדות ״סאטמאר לעיקוואָוד״ מיט גייסטרייכן באַזוך פון כ״ק מרן אדמו״ר מסאַטמאַר שליט״א

געהויבענער ראש חודש׳דיגער דאַווענען תפלת שחרית מיט אברכי הכולל ואנ״ש נאכגעפאלגט פון שמחת ברית מילה ביי הרה״ג ר׳ יואל ווערצבערגער שליט״א מרביץ תורה בקהלתינו ומו״ץ בלעיקוואוד; באַזוכן ביי נייע דעוועלאָפּמענטס פאַר אנ״ש תלמידי וחסידי סאטמאר; מחזה הוד ביים ערהאַבענעם באַזוך ביי די תינוקות של בית רבן אין דער ״תלמוד תורה״; שיינער וויזיט ביי נגידים תומכי סאטמאר לעיקוואוד לטובת הכולל והמוסדות



לעיקוואָוד, ניו זשערסי. — אַן אויסערגעווענליכן חיזוק האָבן געשעפּט די פילע אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין לעיקוואוד, און בפרט די ציבור׳ישע אַנשטאַלטן, די קהלה ומוסדות, דער כולל, און אַלע אָפּטיילונגען פון דער קהלה, מיט׳ן קורצן אָבער גייסטרייכן באַזוך וואס עס האט דאָ אפּגעשטאט דער מנהיג העדה, כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, ווען דער רבי שליט״א האָט אויסגעניצט דעם ביקור למען החזקת הקהלה והמוסדות, און איבערגעלאָזט אַ טיפע רישומא קדישא אויפ׳ן גאַנצן ציבור ובפרט אויף די בליענדע מוסדות.

ס׳שוין היינט ביי אַלעמען באַקאַנט, אז ״סאַטמאַר לעיקוואוד״ איז אַ מציאות, א רעאַליטעט! און יעצט ביים באַזוך פון רבי׳ן שליט״א האָט דאָס אַרויסגעשיינט און אָפּגעקלינגען אומעטום!

כהיום פאַרמאָגט שוין דער סאַטמאַרער געגענט זעלבסט קרוב צו 100 תושבי אנ״ש, און דער צאָל שטייגט גאַלאָפּירנד; ס׳שוין דאָ אַ הערליכע ״תלמוד תורה״ מיט מלמדים מומחים, קוואַרטירט אין אַ בנין נאה מיט אלע צוגעהערן; ס׳פונקציאנירט מיט פּראכט א פולקאָמער ״בית רחל״ מיט תלמידות אין א נאָבעלער צוגעפּאַסטער געביידע; אַ פולשטענדיגער ״כולל לאברכים״ איז עומדת על תלה ויצאה לה מינוטין אלס זעלטענער מקום תורה לתפארת קהל עדתינו; אַ פּראכטפולער מלכות׳דיגער ״ביהמ״ד און מקוה״ איז אין די לעצטע פאַזעס; פרישע דעוועלאָפּמענטס קומען אַרויף און אַלע אפּטיילונגען טוען וואַקסן און בליען אויף אַ וואונדערליכן פאַרנעם.

אַצינד, ווען דער רבי שליט״א איז געקומען צו פאָרן קיין לעיקוואוד לרגל די שמחת ברית מילה ביי איינעם פון די חשוב׳ע תושבי העיר, האָט שוין דער מנהיג העדה אויסגעניצט די געלעגנהייט לחזות בנועם ה׳ ולבקר בהיכלו, צו באַזוכן און זיך אומקוקן אין די פיליאַלעס פון קהל עדתינו אין לעיקוואוד, און איבערגעלאָזט הויפנס חיזוק והתחזקות אויף די חברי הנהלה, די עסקנים, און בכלל דעם גאַנצן ציבור אנשי שלומינו.





במקום רינה תהא תפלה: תפלת שחרית מיט אברכי הכולל בהיכל הכולל

דער טאָג, מיטוואָך נח ראש חודש חשון, האט זיך אָנגעהויבן מיט אַ געהויבענעם תפלת שחרית מיט די אברכי הכולל אין דעם ביהמ״ד פון דער דערנעבנדיגער ״טשעסטערפיעלד״ דעוועלאפּמענט, וואו עס איז דערווייל קווארטירט דער היכל הכולל, ביז ווען בית מדרשינו הגדול ווערט ערגענצט. עס זענען זיך אויך צונויפגעלאָפן אַלגעמיינע איינוואוינער פון די ארומיגע געגענטער, וועלכע האבן געהערט אז דער סאטמארער רבי איז אין שטאָט, און געוואלט מיטהאלטן א ראש חודש׳דיגן דאַווענען בצלו פון רבי׳ן שליט״א.

נאכ׳ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי בן הנולד למזל טוב ביי הרה״ג ר׳ יואל ווערצבערגער שליט״א, מרביץ תורה בקהלתינו ומו״ץ בלעיקוואוד, וועלכער האט מכבד געווען דעם רבי׳ן שליט״א מיט סנדקאות. דער געטרייער גבאי נאמן דקהלתינו, העסקן הנמרץ הר״ר שלמה זלמן האלצער הי״ו, האָט אָנגעפירט מיט די כיבודים. נאָכ׳ן דאווענען זענען די אברכי הכולל אַריבער נעמען שלום פון רבינו שליט״א, ואף הוא ענה כנגד המברכים בצהלת פּנים.



באַזוך אין די נייע דעוועלאפּמענטס וואס ווערן אויפגעבויעט פאַר סאטמאר לעיקוואוד

נאָכ׳ן דאווענען איז רבינו שליט״א אריבערגעפאָרן צום נייעם ״ריווערוואוד״ דעוועלאפּמענט, מיט די גאר פּראכטפולע הייזער וועלכע ווערן אויפגעבויעט פאר אנ״ש. דאָרט האָט אפּגעווארט דעם רבי׳ן שליט״א הרבני הנגיד ר׳ אשר זעליג בראָדט הי״ו, אייגנטומער פון ״אימפּעריעל״ ריעל עסטעיט, וועלכער איז שטארק אינסטרומענטאַל אין צושטאנדברענגען די פילע דעוועלאפּמענטס פאַר ק״ק סאטמאר.

ר׳ אשר זעליג, אינאיינעם מיט הרב יואל יערמיאַש הי״ו, דער רוח החיים פון דער גאַנצער אונטערנעמונג פון סאטמאר אין לעיקוואוד, האָבן געצייגט דעם רבי׳ן שליט״א די אויסערגעווענליכע פאָרשריט, וועלכע האָט באמת ״גערעדט פאר זיך אליין״. דער רבי שליט״א איז קענטיג געווען באַגייסטערט, זעענדיג ווי אַ גאַנצע רייע הייזער ווערן שוין איבערגעדעקט פונאינדרויסן מיט די מלכות׳דיגע ציל, און לויט די פּלענער, וועט עס זיין פיקס-גרייט זיך אַריינצוציען ביז געציילטע חדשים בעז״ה!

אין אַ בחינה פון ״מחיל אל חיל״ איז מען פון דאָרט געגאַנגען צו דעם נייעם ״דריטן דעוועלאפּמענט״ וואָס ווערט געפּלאנט פאַר די סאטמארער קהלה אין לעיקוואוד, ממש אַ שפּאַן אַוועק פון די עקזיסטירנדע דעוועלאָפּמענטס.

דאָרט האָבן אפּגעווארט די דעוועלאָפּער פון דער נייער אונטערנעמונג, וועלכע האָבן געצייגט דעם רבי׳ן שליט״א די גענויע ״פּלענס״ פון דער נייער געגענט, וואו מ׳גרייט זיך אָט אנצוהייבן מיט די ארבעט אויפצובויען צענדליגער הערליכע הייזער לטובת הציבור אנ״ש וועלכע קענען שוין נישט אויסהאַלטן דעם שרעקליכן דירות-מאַנגעל אין ניו יארק סיטי.

דער רבי שליט״א האט שטארק באוואונדערט די הרחבת הדעת מיט וואס מ׳האט ערצייגט דעם הייזער-אויסשטעל, און גערעדט וועגן דעם ביהמ״ד וואָס מ׳גרייט זיך צו בויען, און אויף די פראַגע פון רבי׳ן שליט״א ווען מ׳נעמט זיך בויען, איז געווען דער אנטווארט פון די דעוועלאפּער אז מ׳גרייט זיך אָנצוהייבן אויסרייסן די ביימער אין געציילטע וואָכן פון יעצט, בעז״ה. דער רבי האָט געוואונטשן די אַרבעט זאָל גיין גרינג און געשווינד נאָכצוקומען דעם געברויך.



באַזוך ביים נייעם ביהמ״ד און ביי אנ״ש אין עקזיסטירנדן דעוועלאפּמענט

פון דארט איז דער רבי שליט״א אריבערגעקומען צום עקזיסטירנדן ״ראַקוועל״ דעוועלאפּמענט וואס איז שוין יעצט די היים פאר נאָענט צו הונדערט צופרידענע משפּחות פון אנשי שלומינו.

צום ערשט איז דער רבי צוגעפארן צום ביהמ״ד הגדול וואס מ׳האלט אין די לעצטע פאַזעס פון די אויפבוי, און געהערט א רעפעראט פון די עסקנים איבער דער פארשריט מיט די לעגאַליטעטן, און די האפענונג עס צו ענדיגן על תלה בנוי׳ ממש אינגיכן, ווייל דאָס נחיצות איז שוין עד אין לשער.

דערנאך האט דער רבי אפּגעשטאט א באַזוך אין דעם נייעם ״פּעמונים״ זשודעיקא פאַבריק פון מוה״ר יואל ב״ר י״ל ווייס הי״ו, וועלכער האָט געצייגט דעם רבי׳ן שליט״א די אַרבעט צו ערצייגן שיינע תשמישי קדושה, און דער רבי שליט״א האָט אויסגעדרוקט זיין הנאה אַז אנ״ש קענען זיך מסדר זיין מיט פּרנסות לאָקאַל אויפ׳ן פּלאץ בדרך כבוד ונקי׳.

פון דאָרט איז מען געגאַנגען צום שטוב פון הרה״ג ר׳ יואל ווערצבערגער שליט״א, מרביץ תורה בקהלתינו ומו״ץ בלעיקוואוד, וואו דער רבי האט זיך באטייליגט ביים סעודת ברית. דארט איז אויך אנוועזנד געווען הרה״ג ר׳ משה שמעון וואזנער שליט״א רב פון שאטאו פּארק, וועלכער האָט איבערגעגעבן דעם רבי׳ן שליט״א ווי שטאַרק די הצלחה פון סאטמאר אין לעיקוואוד טוט אפּקלינגען אומעטום.

דער רבי שליט״א האט געוואונטשן די עלטערן פונעם בעל שמחה, הרבני הנגיד ר׳ חיים נחום הי״ו, מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו אין לעיקוואוד, און דער רבי שליט״א האט אים באדאנקט פאר זיינע ווארעמע נדבות לטובת הקהלה והמוסדות, ווי אויך האָט דער רבי געוואונטשן פאַר׳ן שווער פונעם בעל שמחה, הרה״ח מוה״ר יצחק לייב שטערן הי״ו, און איבערגעלאָזט אַ ברכה מרובה בבית הזה.





לחזות בנועם ה׳ ולבקר בהיכלו: באַזוך אין תלמוד תורה ביי די תשב״ר

דאן איז געקומען דער קלימאַקס פונעם באַזוך, ווען רבינו שליט״א איז געקומען באַזוכן אין תלמוד תורה, וואו אלע לעכטיגע תלמוד תורה קינדער האבן זיך פארזאמלט אין עס-זאל, אלעס אנגעקליידט מיט ציכטיגע ווייסע העמעדלעך לכבוד דעם געהויבענעם גאַסט.

ס׳איז געווען זייער אַ רירנד בילד צו זען דאָס מציאות אין ״לעיקוואוד״, ווי איינער פון די חשוב׳ע געסט האט זיך אויסגעדרוקט ״ראות פניך לא פיללתי, והנה הראה אלקים אותי גם את זרעך״; דער גאַנצער מציאות פון סאטמאר אין לעיקוואוד איז געווען ממש אַ חלום, און דאָ זעט מען שוין אַזויפיל טייערע קינדערלעך, בני הם אשר נתן לי אלקים בזה, וואָס ווערן נתחנך מיט׳ן ריכטיגן ״סאטמארער חינוך״ לשם ולתפארת.

אויפ׳ן אויבנאָן האבן באַשיינט די מלמדים החשובים, אַלע פון זיי יקירי אנ״ש מסלתה ושמנה מומחים במלאכתם. עס האט אויפגעטרעטן דער חשוב׳ער מנהל הת״ת, הרה״ג ר׳ וואלף שווארץ שליט״א, דער יחיד מומחה אין פעלד פון חינוך, וואָס אים איז צו פארדאנקען די וואונדערליכע הצלחה און זעלטענעם ניוואָ פון דער סאטמארער תלמוד תורה אין לעיקוואָוד וואָס איז ממש אַ זעלטנהייט.

נאָך וואָס דער מנהל האט אויפגעטרעטן, ארויסברענגענדיג פאר די קינדער דאָס גרויסקייט פון דעם טאג ווען מיר זענען זוכה מקבל צו זיין את פני עטרת ראשינו דער רבי שליט״א, וואָס איז ממשיך דעם דרך פון הייליגן רבי׳ן זי״ע, האָבן די קינדער געהאט די זכי׳ צו הערן די קורצע דברות קודש פון רבי׳ן שליט״א.

דער רבי האָט געזאָגט פאַר די קינדער אז זיי דאַרפן וויסן ווי חשוב זיי זענען ביים רבוש״ע, יעדע תפלה, יעדע אמן, יעדע קריאת שמע איז אַזוי חביב ביים הייליגן באַשעפער, און מ׳דארף טאקע זען זיך צו פירן איידל און ערליך, ארויסצוברענגען אַ כבוד שמים, ווי ריכטיגע סאטמארער תלמידים דארפן זיך אויפפירן. דער רבי האט שטארק משבח געווען די אלע מלמדים און זייער גרויסן זכות און געוואונטשן ברכותיו הטהורות.

נאָך די דברות קודש האט דער מנהל אויסגערופן אז יעצט וועלן אלע קינדער האבן די געלעגנהייט און די זכי׳ אדורכצוגיין רבינו שליט״א אפּנעמען ממתקים און אַ ברכה פון רבי׳ן. ס׳איז געווען אַ האַרציג בילד צו זען ווי יעדעס קינד גייט אַריבער עקסטער, דער רבי גיט יעדן אַ זיסוואַרג און וואונטשט אָן מיט אַ שמייכל, שעפּנדיג נחת דקדושה פון די טייערע תשב״ר וועלכע בילדן דעם עתיד פון סאטמאר אין לעיקוואָוד.

דער באַזוך פון רבי׳ן אין תלמוד תורה האט איבערגעלאזט אַן אומבאשרייבליכן רושם אויף די קינדער, אויף די מלמדים, און א געוואלד מיט חיזוק פאר די חברי הנהלה וועלכע האָבן געזען די ״פרוכט פון זייער פּלאָג״, ונוצר תאנה יאכל פּרי׳.



באַזוך און קביעת מזוזה אין די אָפיסעס פון הנגיד ר׳ בנימין ווייזער הי״ו

פון דארט איז דער רבי שליט״א אריבערגעפאָרן צו דער נייער אָפיס-געביידע פון הנגיד המפואר מוה״ר בנימין ווייזער הי״ו, מיקירי נדיבי אנ״ש אין וויליאַמסבורג, וועלכער האָט געלאַדענט דעם רבי׳ן שליט״א צו קומען קובע זיין אַ מזוזה אין דעם נייעם בנין.

הנגיד ר׳ בנימין הי״ו האט א ספּעציעלן וואַרעמען געפיל פאַר סאטמאר אין לעיקוואוד. ראשון הוא למקראי קודש: ער האָט געהאט די זכי׳, מיט אַ יאָר צוריק, ווען דער כולל אין לעיקוואוד האט זיך געגרינדעט, צו זיין דער סאַמע ערשטער נדבן, אויף דער פּערזענליכער בקשה פון רבינו שליט״א, מיט אַ העכסט באַדייטנדן סכום, וואס האט געגעבן דעם ערשטן שטופּ צו קענען אָנהייבן דעם מקום תורה, וואָס טוט זינט דעמאָלט וואַקסן און מצליח זיין.

אַצינד, איז דער רבי שליט״א לאות הוקרה פאַר׳ן נדיב אריבערגעקומען צו דער קביעת מזוזה פון זיין נייעם בית מסחר. דאָרט האָט אפּגעווארט דער נדיב, ווי אויך זיין שותף, הנגיד מוה״ר אשר האנדלער הי״ו, וועלכע האבן מיט גרויס כבוד המלכות, מאן מלכי רבנן, אויפגענומען דעם רבי׳ן שליט״א. דאָרט האָבן זיך אויך פאַרזאַמעלט די מיטאַרבייטער, און אַ צאָל עסקני אנ״ש אין לעיקוואד.

דאן האבן די צוויי נדיבים זיך אונטערגענומען א פרישע באדייטנדע נדבה לטובת הכולל אין לעיקוואוד, און אויפ׳ן פּלאץ אונטערגעשריבן א שטר שותפות, און בנוסף לזה פארשפּראכן פאר רבינו שליט״א אז זיי וועלן אי״ה ווייטער שטיין לימין קדשו צו העלפן.

נאָכ׳ן טרונקען לחיים האט דער רבי שליט״א געקלאפּט א מזוזה און איבערגעלאזט מברכותיו הטהורות, זיי זאלן זוכה זיין צו ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם, און קענען ווייטער מחזיק זיין תורה, און די קהלה ומוסדות, כאשר עם לבבם, מתוך עונג וגם שמחה.





גדול הי׳ חיזוק הביקור — דער אומגעהויערער חיזוק פאַר ״סאטמאר לעיקוואוד״

ס׳איז שוין געווען אין די מיטאָג שטונדן ווען רבינו שליט״א האט זיך ארויסגעלאָזט צוריק אין וועג למעון ביתו אין וויליאמסבורג, איבערלאָזנדיג אַ גאָר טיפן רושם אויף כל הקהל הקודש הזה. ס׳האט נישט גענומען לאַנג און די אפּקלאנגען פון דעם באַזוך אין לעיקוואד האָבן געגרייכט איבעראל; אַלעס האָט גערעדט און איבערגעשמועסט די דעטאַלן פון דעם באַזוך, און ווי דאס האט ארויפגעברענגט צום אויבערפלאַך די אומגלויבליכע הצלחה און עררייכונג פון סאטמאר אין לעיקוואוד.

טראָץ וואָס דער באַזוך איז געווען קורץ אין צייט, מעט הכמות, איז עס אָבער געווען גאָר רייך אויסגעניצט יעדע מינוט, מלא וגדוש, רב האיכות, מלא הנאה דקדושה פאַר די תושבי העיר, מלא חיזוק פאַר די עוסקים במלאכת הקודש, מלא התחזקות פאַר די עסקנים וחברי הנהלה וועלכע געבן זיך אוועק בכל לבם ונפשם פאַר די הצלחה און וואוקס, און בכלליות אַן אויסנאַמליכע שטאַרקונג פאַר׳ן עצם מציאות פון ״סאטמאר לעיקוואָוד״ וועלכע איז הולך וגדל, מיט אַ וואונדערליכע בליה און וואוקס, ורוה״ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

אשרי עין ראתה כל אלה!
[/align]


[email protected]
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”