התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 03, 2020 9:24 am

yid האט געשריבן: 30 תושבי באלטימאר און פאר יעצט דארפן זיי :?: נאר כולל אינגעלייט

לויט מיין קרוב איז דאס א ONE MAN SHOW פון הרה"ח ר' מרדכי סנידער הי"ו א לויער א מיליאנער

ער האט אין פלאן אנפילען דעם בנין מיט כולל אינגעלייט?

-------
דער גר צדק (אויך א לויער) הייסט ר' יוסף חיים סאלאזאר הי"ו מקושר צו כ"ק אדמו"ר מראכאמסטריווקא שליט"א
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג מארטש 03, 2020 9:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג מארטש 03, 2020 9:32 am

זיי זאגן קלאר אז זיי ווילן בויען א גאנצע געמיינדע אויך פאר בעלי בתים, כ'וועל שיקן אן אימעיל מברר זיין וואס די מעשה איז דארט.

ווען איך בין דארט געווען אויף שבת איז די צייטווייליגע ביהמ"ד געווען געפאקט, אפשר געווען געסט, אברר. די פלאץ ציט מיר, דעליושעס עולם.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג מארטש 03, 2020 6:29 pm

זיי האבן גענטפערט מיין אימעיל. זיי זאגן אז די פלאץ איז אפן פאר יעדער איינער, זיי וויל בויען א ערענסטע גרויסע חסידישע קהילה פאר בעלי בתים, כולל יונגעלייט א פול פלעזשט חסידישע געגענט. זיי זאגן אז בעלי בתים קענען אימילין אויף יענע אימעיל פאר אינפא אויף הייזער, ארבייט וכו.

איך פלאן צו פארן נאכאמאל אויף א שבת נאך פסח, ונראה מה יהיה חלומתי.

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג מארטש 03, 2020 10:37 pm

בילד פון די חסידישע חדר קינדער. ווער איז דער איד מיט די ווייסע בערדל אינדערמיטן?
צוגעלייגטע
ttttt.jpg
ttttt.jpg (314.45 KiB) געזעהן 2523 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מארטש 04, 2020 12:41 am

רב ראטטענבערג
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:41 am

חמרא טבא האט געשריבן:רב פנהס שלו' ראטטענבערג

מנהל ת"ת דרכי אבות צאנז ב"פ איז משגיח מן החלונות ?

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מיטוואך מארטש 04, 2020 10:11 am

דינובע רבי שליט"א באזוכט די חדר מיט אפאר וואכן צוריק
איך האלט אז דאס איז איינער פון זייער גרעסטע מעלות. עס איז דא חסידישע מוסדות רעדי טו גא מיט א געלונגענע סטעף. ראטענבערג וואוינט טאקע נישט דארט, ער קומט אריין כסדר.

ס'דא אויך איינער אויפן פלאץ, אדער רב ראטענבערג איז דער וואס פירט עס?
דער ראטטענבערג איז א ברודער פון פארשעי/קאסענע רבי?
צוגעלייגטע
rsz_1attachment-1.jpg
rsz_1attachment-1.jpg (208.19 KiB) געזעהן 2353 מאל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:37 pm

חנוך האט געשריבן:דינובע רבי שליט"א באזוכט די חדר מיט אפאר וואכן צוריק
איך האלט אז דאס איז איינער פון זייער גרעסטע מעלות. עס איז דא חסידישע מוסדות רעדי טו גא מיט א געלונגענע סטעף. ראטענבערג וואוינט טאקע נישט דארט, ער קומט אריין כסדר.

ס'דא אויך איינער אויפן פלאץ, אדער רב ראטענבערג איז דער וואס פירט עס?
דער ראטטענבערג איז א ברודער פון פארשעי/קאסענע רבי?

הרב פנחס שלום ראטטענבערג איז אן ערשטע קאזין צו די אחים פארשעי/לינדען/היללקרעסט רבי'ס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אנטיק
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:48 pm

די בילד פון די תלמוד תורה רעדט מער פון טויזענט ווערטער!!! בלי עין הרע! "לכשיפוצו מעיינותיך חוצה" במלוא מובן המילה...

??ווער איז דער איש מכובד וואס רעדט מיטן דינוב'ער רבי'ן שליט"א

נעכטן געווען אין לוח הציבור אן עד איבער דעם - א ידיד מיינע דערציילט מיר אז זיין זוהן האט גערופן און באקומען א הערליכער פעקעדזש איבער די פלאץ - בייגעלייגט איז די בריוו וואס האט אין דעם ביישריבען די פילע מעלות פון די שטאט
צוגעלייגטע
Jobs Cover Letter about Baltimore.תשפ.pdf
(44.29 KiB) דאונלאודעד 124 מאל

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » מיטוואך מארטש 04, 2020 6:55 pm

איז דא עפעס א אפשען פאר משפחות מיט עלטערע קינדער

אנטיק
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:02 pm

רבי עמרם יונגרייז וואס איז געווארן דארט א ראש חבורה וואוינט דארט? ער איז דאך א דיין אין נטעי גבריאל?! אפשר אזוי הרב ראטענבערג וואס פארט כסדר

איך האב עטליכע מאל געהערט זיינע שיעורים אין ארגון שיעורי תורה, מלא תוכן! אויך באקומען עטליכע קונטרסים פון זיינע שיעורים ממש להפליא

א זוהן פון האדמו"ר מגארליץ פון בארא פארק ?
צוגעלייגטע
שיעור.PNG
שיעור.PNG (182.12 KiB) געזעהן 2253 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:53 pm

ירנן האט געשריבן:איז דא עפעס א אפשען פאר משפחות מיט עלטערע קינדער

די קינדער אין בילד זעען אויס ווי כתה ג-ד. איי געס דאס איז די עלצטע. ס'דא אבער זייער היימישע ליטווישע מוסדות. כ'וועל זיך נאך פרעגן.

בד"וו איך קען ר' עמרם, ער איז פיינע נייעס. א ריזיגע תלמיד חכם און גאר א געשמאקע צוגעלאזענער.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:09 pm

אנטיק האט געשריבן:די בילד פון די תלמוד תורה רעדט מער פון טויזענט ווערטער!!! בלי עין הרע! "לכשיפוצו מעיינותיך חוצה" במלוא מובן המילה...

??ווער איז דער איש מכובד וואס רעדט מיטן דינוב'ער רבי'ן שליט"א

נעכטן געווען אין לוח הציבור אן עד איבער דעם - א ידיד מיינע דערציילט מיר אז זיין זוהן האט גערופן און באקומען א הערליכער פעקעדזש איבער די פלאץ - בייגעלייגט איז די בריוו וואס האט אין דעם ביישריבען די פילע מעלות פון די שטאט

נאר אנצומערקן, די צעטל איז לכל הפחות 5 יאר אלט.
ער דערמאנט דארט אז seasons סופערמארקעט עפנט אויף אנהייב '16.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מארטש 04, 2020 8:20 pm

אנטיק האט געשריבן: איז דער איש מכובד וואס רעדט מיטן דינוב'ער רבי'ן שליט"א

הרב הערשל ראזנפעלד שליט״א ראש הכולל ורב הקהלה
דביה תחדי נפשא

אנטיק
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » מוצ"ש מארטש 07, 2020 9:55 pm

געווען באשריבען אין די קוק ווינקעל לעצטענס.

פראכטפולע הייזער!
צוגעלייגטע
E287C8D1-8660-4865-8763-B26418886254.jpeg
E287C8D1-8660-4865-8763-B26418886254.jpeg (135.93 KiB) געזעהן 2097 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:04 pm

ירנן האט געשריבן:איז דא עפעס א אפשען פאר משפחות מיט עלטערע קינדער

איך האב מיך נאכגעפרעגט. די חסידישע עולם שיקט די עלטערע קינדער צו די פאלגענדע שטארק היימישע מוסדות:
בנות ישראל - מיידלעך
בית יעקב - מיידלעך
ישיבת כוכב יצחק - אינגעלעך, זייער ווארימע ליטווישע פרומע מוסד
תורת שמחה - אינגלעך. הרה"ג ר' אהרן פעלדמאן פון ישיבת נר ישראל איז געווען פון די מייסדים
תורה אקעדמי -אינגלעך/ אינטערעסאנט, אנליין האב איך געטראפן בילדער ווי עס איז דא עפעס אן אקטיוועטעי מיט בילדער פון חסידישע אדמורים. עס איז א ליטווישע ת"ת אבער מען שעצט שטארק חסידישע רבי'ס און מען לייגט אריין אסאך חסידישע ווארימקייט אין די קינדער. איך מיין אז טייל פון די מייסדים זענען געווען חסידישע אידן.
צוגעלייגטע
d.jpg
d.jpg (356.27 KiB) געזעהן 2090 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:09 pm

אנטיק, דו ווייסט אפשר וואס די מעשה איז דארט כעת מיט שטאטישע פראגראמן?

שבת ביי א קידוש האב איך היינט געטראפן א חבר וואס האט ערענסטע פלענער אהינצומופן נאך פסח, ער האט נישט געוואוסט, ער האט נישט די אלע מרעין בישין.

אנטיק
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » זונטאג מארטש 08, 2020 12:46 am

ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.

אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...

אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.

א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות...
רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה...
לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.

אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 08, 2020 1:22 am

אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.

דעטאלן ביטע..
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 08, 2020 7:15 am

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג מארטש 08, 2020 8:46 pm

לעצטענס געווען אין מאמענט א שיינע באשרייבונג אויף דעם צדיק.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג מארטש 08, 2020 9:42 pm

א ביסעלע מגוזם.gif
א ביסעלע מגוזם.gif (165.16 KiB) געזעהן 1753 מאל

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג מארטש 08, 2020 9:46 pm

איך פארשטיי נישט דיין קשיא. אסאך עלטערע יונגעלייט וואס דרייען זיך אין די קהילה האבן נישט יונגע קינדער. די ת"ת איז נאר ביז כתה ג אדער ד'. ס' איז דא אויך עלטערע אידן וואס געהערן צו די קהילה.

עס איז דא אויך א היפשע עולם פרישע יונגעלייט וואס האבן נאך נישט קינדער וואס זענען חדר אדער סקול עיזש.

אנטיק
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2014 1:15 pm

תגובהדורך אנטיק » זונטאג מארטש 08, 2020 10:24 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.

אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...

אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.

א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות...
רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה...
לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.

אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!

דעטאלן ביטע.
.[/quote

איך געדענק נישט כרגע די פרטי המעשה וועגן די גילוי אליהו. געהערט יאהרן צוריק פון קור נאמן א באולטימורער תושב. נישט געברענגט אין ספר מיכאל באחת, אבער אינעם מיכאל באחת פארהאן א אוצר פון נאך פלאים איבער דעם גאון וואס איך ווייס נישט אויבאמעריקא האט נאך געהאט אזאנס.

נאכן הערן איבער די חסידישע שרשים פון די ארטיגע קהילה איז נישט קיין ווינדער איבער די פלוצימע אויפבלי פון א חסידישע ישוב אין שטאט אויף אזא הערליכן פארנעם וואס איז לדעתי א היסטארישע יקר המציאות וואס אין בדומה לו אין די סארט ״אויסגעצאהלטע כולל קהילות״ וואס זענן פארהאן איבער די וועלט

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 08, 2020 10:50 pm

ישר כח! קיינמאל געהערט פון דעם גאון וצדיק
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט