פריש באזעצטע געגנטער אינערהאלב קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

רעסטאראנט האט געשריבן:וויכטיגע מעלדונג צו די וואודבערי איינוואוינער.

היינט נאכט 7:00 אזייגער וועט פארקומען א קריטיש-וויכטיגע פאבליק הירינג, ביי וועלכע די פאבליק וועט האבן די געלעגענהייט צו קאַמענטירן איבער א נייער געזעץ וואס די ארטיגע ווילעדזש וויל איינשטעלן קעגן די "עירוב".

עס איז קריטיש וויכטיג אז די לאקאלע באאמטע זאלן זען א גרויסע אנוועזנהייט פון חסיד'ישע איינוואוינער.

דער "עירוב" איז די ערשטע אויף די אגענדע, דעריבער זאל מען זיין פונקטליך 7:00 אזייגער.

Village Board Meeting - 7PM

Street Address 
Highland Mills Firehouse 
455 Route 32 
Highland Mills, NY 10930

למעשה איז דא א ציבר? קען מען אויכט קימען אפילו מען איז נישט קיין איינוואוינער?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

רעסטאראנט האט געשריבן:וויכטיגע מעלדונג צו די וואודבערי איינוואוינער.
עירוב
Highland Mills, NY 10930

עני אפדעיטס?
עס איז א שאלה פין צייט ביז ווען וואודבערי וועט זיין יודן אינטער קאנטראל פין דזאנקשאן. רידש רד עטליכע מייל. 105 מיילן. סעוון ספריג . סקאנימאנק אפאר מייל פעס קאנטרי האלא ביז נאך עפל היל אין אלעס אינדערצווישן
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

מאנכע וואונדערן זיך הויעך וואס דער פלאן איז פון די וואודבערי באאמטע, ווייסן זיי נישט אז 'סוועט עניוועי דורכפאלן' פלענער אפצושטעלן א רעליגיעזע זאך ווי אן עירוב, אויב נישט דורך לאקאלע אפאזיציע, דאן דורך א לעגאלע אקציע?
דער ענטפער איז אבער, דאס איז זייער ברויט און פוטער פארן עקזיסטענץ. ער מוז ווייזן פאר די אויפגעברויזטע גויאישע איינוואוינער אז ער פייט די אידן. וועט עס דורכפאלן? נישקשה, אבער ער האט זיך פארזיכערט מיט שטיצע ביי די קומענדיגע וואלן.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

די וואודבערי עירוב קאנטראווערסיע איז גאר א גיטע זאך, מען שטייט נאר אויס צו פארדינען דערפון, מיט א ווייטע בליק קען מען עס זעען ברענגן א סעטעלמעעט פאר די צווייטע חלק פון עיס פארעם אריין צו פאלאם טרי.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

בבל האט געשריבן:עס איז א שאלה פין צייט ביז ווען וואודבערי וועט זיין יודן אינטער קאנטראל פין דזאנקשאן. רידש רד עטליכע מייל. 105 מיילן. סעוון ספריג . סקאנימאנק אפאר מייל פעס קאנטרי האלא ביז נאך עפל היל אין אלעס אינדערצווישן

ליבי אומר לי אז דערפאר גייען זיי בקרוב אנהייבן פארהאנדלען און איבערגעבן פאר "פאלאם טרי" געוויסע שטחים.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

קאנסילמאן האט געשריבן:

עס איז נישט דא געוויסע שטחים ווייל עס איז איבעראל זייער צישפרייט מיט אידן לארכה ולרחבה ניטמאל א ווארט סיסטעם קענען זיי מאכן אין אלע 4 עקן ריקן זיך אריין חסידים
די חילוק פין מאנרא איז ווייל מאנרא האט אראפגעווארפן 8000 וואטס אויף איינמאל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

בבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:עס איז א שאלה פין צייט ביז ווען וואודבערי וועט זיין יודן אינטער קאנטראל פין דזאנקשאן. רידש רד עטליכע מייל. 105 מיילן. סעוון ספריג . סקאנימאנק אפאר מייל פעס קאנטרי האלא ביז נאך עפל היל אין אלעס אינדערצווישן

ליבי אומר לי אז דערפאר גייען זיי בקרוב אנהייבן פארהאנדלען און איבערגעבן פאר "פאלאם טרי" געוויסע שטחים.

עס איז נישט דא געוויסע שטחים ווייל עס איז איבעראל זייער צישפרייט מיט אידן לארכה ולרחבה ניטמאל א ווארט סיסטעם קענען זיי מאכן אין אלע 4 עקן ריקן זיך אריין חסידים
די חילוק פין מאנרא איז ווייל מאנרא האט אראפגעווארפן 8000 וואטס אויף איינמאל

אידן זענען צושפרייט אין אסאך געגענטער, אבער אויב נעמען זיי אראפ צוויי דריי געגענטער און געבן עס אוועק, קען עס זיי לוינען די פאר די לאנג ראון.

עס איז #דשאסט-א-חלום, אבער נישט ווייט פון ווערן א ריאליטעיט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

דער עולם האט נישט קיין אנונג ווי גרויס וואדבערי איז.
Area
• Total 37.2 sq mi (96 km2)
• Land 36.2 sq mi (94 km2)
• Water 1.0 sq mi (3 km2)
Elevation 500 ft (200 m)
Population (2010)
• Total 10,686
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

צל עובר האט געשריבן:דער עולם האט נישט קיין אנונג ווי גרויס וואדבערי איז.
Area
• Total 37.2 sq mi (96 km2)
• Land 36.2 sq mi (94 km2)
• Water 1.0 sq mi (3 km2)
Elevation 500 ft (200 m)
Population (2010)
• Total 10,686

ביז א יאר צוויי גייען זיין מער אידן וואוטערס און וואדבערי ווי גוים , נישט סתם מער נאר מיט א ריזיגע מערהייט, די שאלה איז נאר צו די אידן וועלן זיך נישט דורעכקומען אזוי ווי אין בלומינגראוו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

10 טויזענט גוים מיינט איבער 5 טויזענט שטימען.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

צל עובר האט געשריבן:10 טויזענט גוים מיינט איבער 5 טויזענט שטימען.

מיט וואדבערי זשאנקשען 400 משפחות מיט די ווייבער איז שוין באלד א טויזענט ,מיט אנדערע צענדליגע געגענטער ,אינקלודעט גאר אסאך זומער איינוואינער איז עס א קאצן שפרונג
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

רעסטאראנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:10 טויזענט גוים מיינט איבער 5 טויזענט שטימען.

מיט וואדבערי זשאנקשען מיט אנדערע געגענטער אינקלודעט זומער איינוואינער איז עס א קאלן שפרונג

מיט שיעור ד' וואס גייט מופן פלאס ישיבות קול ארי
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 8:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

צל עובר האט געשריבן:10 טויזענט גוים מיינט איבער 5 טויזענט שטימען.

אין די 10 טויזענט קען שוין זיין אינקלודעט איבער טויזענט אידן

איך קען נישט די נומבערס אבער איך ווייס פון עסקנים שוין א לאנגע צייט אז עס איז נישט קיין שווערע זאך איבעצונעמען די וואוטס דארט בקרוב אויב די אידן זענען פאראייניגט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

איז ישיבה קול ארי אינטער וואדבערי?
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 9:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

בבל האט געשריבן:איז ישיבה קול ארי אין וואדבערי?

ניין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

רעסטאראנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:10 טויזענט גוים מיינט איבער 5 טויזענט שטימען.

אין די 10 טויזענט קען שוין זיין אינקלודעט איבער טויזענט אידן

איך קען נישט די נומבערס אבער איך ווייס פון עסקנים שוין א לאנגע צייט אז עס איז נישט קיין שווערע זאך איבעצונעמען די וואוטס דארט בקרוב אויב די אידן זענען פאראייניגט

אין מאנרא האט טוירנאוט ארויפגעשאסן ווען קרית יואל איז געווארן די מעין אישו, די עסקנים קוקן לכאורה אויף וויפיל גוים שטימען היינטיגע צייטן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

צל עובר האט געשריבן:

וואדבערי זשאנקשען אליינס וועט זיין איבער טויזענט וואוטס מיט גאסן ארום

היילענד לעיק עסטעיטס

מילוועל לעין אין גאסן ארום

סעווען ספרינגס /בעיקערטאון

קאנטרי האללאו און ארום

מיט פיל מיט זומער הייזער אין אלעס ארום

נישט קיין שווערע זאת
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

אין וואדבערי איז דא 9000 נפשות נישט 10 אזוי שטייט אויף וואדבערי מעין וועב זייטל פעיטש אין עס אינקלודעט אידן אויך
איך בין שוין געווען אין א הויז עטליכע מייל פון ק'' י גלילות פין רידש רד אין וואדבערי געקויפט א איד פין ב. פ. ער זאגט מיר אז ער גייט האבן מנין בקרוב
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

איך זע טשעסטער/ וואדבערי /בלומיג גראוו ווילידש אין טאון /אין טאקסידא אין 5- 10 יאר פין יעצט משיח זאל אוודאי קימען פריער
ק'' י האט דאבל אזויפיל קינדער אין מוסדות התורה ווי מאנרא וואדבערי סקול דיסטריקט אין מענטשן האלטן אין איין מופן פין סיטי

פארוואס איך זאג טאקסידא ווייל עס איז דא אפראוולס פאר 1.100 דירות אין כמעט נישט דא קיין איינוווינער וואטערס אין טאון אויף טאקסידא אין האט ריזן שטח צווישן ראמפא אין ק'' י
https://www.recordonline.com/news/20171 ... igh-school
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

איך זעה מען כאפט נישט וואס 5,000 שטימען מיינט, אין קרית יואל איז די מערסטע געווען ווייניגער ווי זיבן טויזענט ביידע אינאיינעם.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין וואדבארי אויב וועט זיין אזעלכע היציגע טאון באורד וואלן ווי אין מאנרא, וועט דאס ארויסברענגען מאקסימום 3000 גויאישע שטימען. דאס איז א 70 פראצענט טוירנאויט.

סא דו מוזט האבן מינימום 1500 פאמיליעס דאס איבערצוקומען #נישטאזוישנעל
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

ר' יום טוב האט געשריבן:אין וואדבארי אויב וועט זיין אזעלכע היציגע טאון באורד וואלן ווי אין מאנרא, וועט דאס ארויסברענגען מאקסימום 3000 גויאישע שטימען. דאס איז א 70 פראצענט טוירנאויט.

סא דו מוזט האבן מינימום 1500 פאמיליעס דאס איבערצוקומען #נישטאזוישנעל

אויב רעכנסט זשאנקשען איז שוין פיל האלט מען שוין ביי א שיינע % אין יעדע אידישע משפחה וואס א גוי מאפט ארויס איז עס א מיינעס אראפ פין 3000
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

ר' יום טוב האט געשריבן:אין וואדבארי אויב וועט זיין אזעלכע היציגע טאון באורד וואלן ווי אין מאנרא, וועט דאס ארויסברענגען מאקסימום 3000 גויאישע שטימען. דאס איז א 70 פראצענט טוירנאויט.

סא דו מוזט האבן מינימום 1500 פאמיליעס דאס איבערצוקומען #נישטאזוישנעל

אין 2016 האבן געשטימט אין וואדבערי 5,060 מענטשן פאר טראמפ און קלינטאן, חוץ די טירד פארטי און רייט אין שטימען, איך זעה נישט פארוואס ווען די אידן וועלן שוין האבן א ערנסטע וואויט, זיי זאלן נישט האבן די אלע שטימען קעגן די אידן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

צל עובר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אין וואדבארי אויב וועט זיין אזעלכע היציגע טאון באורד וואלן ווי אין מאנרא, וועט דאס ארויסברענגען מאקסימום 3000 גויאישע שטימען. דאס איז א 70 פראצענט טוירנאויט.

סא דו מוזט האבן מינימום 1500 פאמיליעס דאס איבערצוקומען #נישטאזוישנעל

אין 2016 האבן געשטימט אין וואדבערי 5,060 מענטשן פאר טראמפ און קלינטאן, חוץ די טירד פארטי און רייט אין שטימען, איך זעה נישט פארוואס ווען די אידן וועלן שוין האבן א ערנסטע וואויט, זיי זאלן נישט האבן די אלע שטימען קעגן די אידן.

די שאלה איז וויפעל פון די 5 טויזענט האבן שוין אוועקגעמופט אין די לעצטע צוויי יאר ,עס קען זיין א שיינע פאר הונדערט, אפילו נענטער צו טויזענט טאמער די רעכענסט פער קאפעלס

און רעכן צו וואדבערי זשאנקשען באלד א טויזענט וואוטס בקרוב פלאס הונדערטע אידן וואס וואינען אין וואדבערי

די נומבערס שטימען פיין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

די אנדערע קאנדידאטן האבן לכאורה באקומען ארום 300 שטימען, וואס דו קענסט צו רעכענען.

איך גלייב נישט אז צוויי יאר צוריק איז געווען אפילו 20 אידן וואס האבן געשטימט דארט, די אלע אידן וואס דו רעדסט האבן לעצטענס געמופט דאכציך.

און בכלל, 4,000 שטימען רעדסטו דיר איין אז אידן קענען יא האבן אין וואדבערי?
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”