אלט מאנרא האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט פינעם גראפירער וואס האט פין א שמאלע קליינעם בנין געמאכט אויסקיקן פאר א מאיעסטעטישער ביזנעס צענטער.
דער בנין וועט אי''ה זיין לשם ולתפארת, מען רעדט פון א ברענד-ניו סטרוקטור, און פילע באקוועמליכקייטן, צום ערשטן מאל אין קרית יואל, (ווי למשל פארקינג גייט דארט זיין בהרחבה גדולה, א ערשטמאליגע ביזנעס סענטער אין קרית יואל מיט פארקינג לרחצה).
דאס גייט ווייטער מיטן לעצטן אויסברייטערונג פון די הייליגע שטאט, ווי מען ''נעמט צוביסלעך איין'' דעם רוט 208, וואס אנטהאלט שוין היינט, א אידישע גאז סטאנציע, א קליינעם אפיס געביידע (פרינט סענטער) נאך עטליכע אידישע געביידעלעך אזויווי exit, און אזוי קומט יעצט דער מאסיווער ביזנעס געביידע, אויב זענט איר ריעל אין ביזנעס, לויפט שוין דינגען ספעיס, עס איז שוין באלד נישט דא!
דער רוט 17m איז דאך שוין פילע יארן אין אידישע הענט, מיט צאללאזע אידישע ביזנעסער, לענגאויס איר גאנצען לויף, נאר דער 17m איז למעשה אביסל ווייטער צו פארן, קעגן דעם 208 וואס איז ממש אונטער די נאז, און מען קען רוהיג זיין, אז ביז עטליכע יאר וועט דער 208 פארוואנדעלט ווערן אין דער 59 פון קרית יואל, אזויווי דער 59 אין מאנסי, ווארט נאר ווארט, איין טאג וועלמיר דא האבן א ''טאון סקווער'' סטייל, מיט א ריזיגן גראסערי, און אלע אידישע געשעפטן וואס אזא גרויסע אידישע שטאט דארף פארמאגן!!!
און מען רעדט פונעם 208, איז דאס סטראטעגיש אויפן וועג צו די היימישע בלומינג-גראוו געגנט, וואס איז דער גרעסטער סוקסעס פון היימישע געגנגטער, מיט הונדערטער הייזער וואס זענען שוין אין אידישע הענט, און נאך ריזיגע הונדערטער עיקר אונטער היימישע בעלות.
מי יגלה עפר מעיניך רבינו הק' מסאטמאר זי''ע!!! קוקט צו דער כח פון א צדיק אמת, ווען א עטליכע און אכציג יעריגער צדיק וקדוש, האט נאכן ליידן א סטראוק, באוויזן בגודל קדושתו ובכוחותיו הנפלאים למעלה מהשגת אנוש, צו נעמען א פשוטען וואלד, אין א שטילע ארימע אפסטעיט שטעטל, לאמיר געדענקען, מען רעדט פון א פשוטע וואלד וואס האט פארמאגט בלויז די 3 ראודס, פארעסט, עיקר'ס, און בעיקערטאון, אלעס איבריג איז געווען בלויז ביימער, און מען האט דא אויפגעבויט.... א שטאט, אין פולן זין פון ווארט!!! א עקאנאמיע, געשעפטן, ביזנעסער!! אומגלויבליך וואס א איד פון 85 יאר נאך א סטראוק זאל באווייזן, און אודאי איז דאס נאר בגודל קדושתו!!
ווי וואלט זיך דער רבי געפרייט, ווען ער זעהט ווען אז ביז טשעסטער ציעט מען היינט אויס די הייליגע גרעניצן!
ווי וואלט זיך דער רבי געפרייט ווען ער זעהט דעם 17M שפרודלען מיט אחב''י וואס עושים מלאכתם באמונה!
ווי וואלט זיך דער רבי געפרייט ווער זעהט די ביזנעס סענטערן וואס שפראצן ארויס אויפן 208 וואס פון דא וועט מען אויסהאלטן די חינוך הטהור ביז בית שמש, ירושלים, און מדן ועד באר שבע!!
או רבי, רבי, לאמיר זיך מקשר זיין מיט דיר!!!