תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:13 pm
אשרי עין ראתה זאת !
ווער עס האט דאס נישט געזעהן מיט די אייגענע אויגן וועט אים קיין שום ווערטער אין די וועלט נישט קענען שילדערן די אומבאשרייבלעכע מחזה וואס האט זיך אפגעשפילט בין תושבי גרינוויל במשך די צוויי הייליגע טעג העבר עלינו לטובה.
די אור און די שמחה וואס האט זיך אפגעשפיגעלט אויף די פנים׳ער פון די טייערע מתפללים די ערשטע מאל וואס זיי האבן אריין געטרויטען אין דעם הערליכען באצירטן רחבות׳דיגע היכל הבית המדרש, איז עפעס וואס האט זיך געלוינט פאר דעם יעדע מיה און פלאג.
דער געשריי פון המלך יושב על כיסה רם וניסא וכו' ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברינה יתפאר שמך מלכינו וכו' דורכן לעגאנדערן הרב ר' בנציון פייערווערגער שליט"א מייסד העיר האט געהאט א גאר אנדערן באדייט זיך ארומקוקנדיג שעפנדיג די זיסע פירות פון די הארעוואניע.
דער געזאנג פון אין קצבה וכו' עשה למען שמך וקדש את שמך על מקדישי שמיך וכו' דורכן חשובן רב הרב מנשה מאיער שליט"א באגלייט מיטן ספעציעלן קאפעליע האט גאר אנדערש אפגעקלינגען אין אזא הערליכן ברייטן בית מקדש מעט ווי אזא הערליכער עולם מסלתה ומשמנה איז זיך צוזאמגעקומען ממליך זיין דעם אייבערשטן ווי עס פאסט כראוי וכיאות.
ענדליך איז דער הארבע שאלה פון ׳למה נגרע׳ שוין פארענטפערט געווארן !
ענדליך זענען די תושבי גרינוויל מער נישט מחיוב צו זיצן ווי סארדינס בעת תפילתם!
ענדליך איז די געדאנק פון א שיינע נייע בית המדרש אויף פאלטען מער נישט בלויז א ווייטע צוזאג !
דאס איז געווען אן אמת׳ע באווייז אז רצון ברעכט אייזן.
דאס צייגט באשיינפערלעך אז די איבערגעגעבנקייט, און אחדות וואס דער גרינווילער ציבור פארמאגט האט גורם געווען דאס אומגלויבליכע צו קענען אין בלויז עטליכע חדשים פון ווען מען האט באקומען דעם גרינער ליכט פון די באהערדע צו פאראויסגיין מיט די ארבייט זאל מען צוקומען ווי מען שטייט כהיום מיט א הערליכער גרויסער היכל הביהמ"ד צוגערישט פארן ריזן ציבור תושבים צו קענען אפרעכטן די תפילות מיט רחבות און ישוב הדעת כדבעי פאר די לענגערע תפילות אין די געהויבענע ימים נוראים.
אצינד שרייט זיך ארויס א תפילה צו השי"ת כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו, אזוי ווי אונז האמיר זוכה געווען מסדר צו זיין דעם ביהמ"ד אויף אן אופן עראי צו אקאמאדירן דעם וואקסנדן ציבור בליעה"ר, כן נזכה לעשותו, אזוי זאלן מיר זוכה זיין עס פולקאם צו פארענדיגן כדבעי ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט לכבוד ולתפארת מיטן פולקאמען זה קלי ואנוהו און מ'זאל מיר עס בקרוב קענען באנייען אין ירושלים מיט משיח צדקינו בראשינו אמן.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
לעצט פאראכטן דורך
כאפצעם אום דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.