בלאט 125 פון 347

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 7:21 am
דורך הערליך
די וואך שבת האב איך געהערט פון איינעם אז א יוד א חשובער בה״ב איינע פון די גרויסע עסקנים פאר דשערסי סיטי ציעט זיך אריבער אין די קומענדיגע טעג קיין דשערסי סיטי, האמיר גאר שטארק הנאה געהאט, ווייל מענטשן זענען פיל מער מקבל פון איינעם וואס האט אליינס געטון צו די זאך, ווי פון מענטשן וואס זיצן אין שטאט און זענען נאר גרייט יענעם צו באארבייטן צו מופן, האמיר גאר שטארק הנאה, איך האלט אז דאס גייט אויפטון מער ווי אלע בולעטינען און תגובות פון ביז אהער, איך ווייס נישט צו יענער וויל אז זיין נאמען זאל זיין פאבליק, אבער איך וואלט יענעם שטארק רעקאמענדירט אז ער זאל יא ארויסקומען אין פאבליק און מפרסם זיין אז ער מופט, איך ווייס נישט צו ער ער ווייסט ווי פיל אזא שריט קען אויפטוען

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 am
דורך דודהמלך
יעצט געהערט פון 3 שוואגערס וואס מופן צוזאמען אי"ה.

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 11:46 am
דורך שאינו יודע
Wow

נעמען זענען פאבליק?

געשריבן: זונטאג מאי 29, 2016 2:03 pm
דורך בן נון
דודהמלך האט געשריבן:יעצט געהערט פון 3 שוואגערס וואס מופן צוזאמען אי"ה.

ווען?

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 12:40 am
דורך בענאק
א גרוס פון דזערזי סיטי.
ארויסגעפארן זעמיר מיטן גרינוויל שאטעל, געווען א געשמאקע רייזע, אינאיינעם מיט די חדר אינגלעך (אגב כ'האב געזעהן מיט וואספארא געטריישאפט די מלמד האט אפגעווארט דעם שאטעל, און ארויפגעלייגט די קינדער פארזיכערנדיג אז זיי פארן אהיים בשעטו"מ. אויך דער דרייווער איז געווען זייער געשמאק.

געווען דארט צו קוקען א דירה, איך בין נישט געווען דער איינציגער, און איך האב געדארפט היבש ווארטן ביז כבוד הרב פערל האט מיר סערווירט.
א שיינע פאר אידן האבן זיך דארט געדרייט. איינער האט שוין געקויפט און זוכט הילף ארויסצומופן, איינער דארף הילף אויף צו טרעפן א גוטען דיעל. וכו'.

כ'בין מבשר טוב, אז אין די מקוה "איז שוין דא א באנק".
איך האב געזעהן ווי די קינדער שפילן זיך אין די גאס זייער רואיג און פריילאך. כ'האב גערעדט צו זיי, זיי זענען באמת אויפגעלייגט און גוטמוטיג.

כ'האב געכאפט א בליק אין די גראסערי. סאיז הערליך שיין צוגעשטעלט, א גרויס פלאץ אנגעפילט מיט כל טוב. ממש א נחת

בילדער בייגעלייגט

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 9:17 am
דורך שאינו יודע
ווילאנג האט גענומען די וועג אין די נעכטיגע טרעפיק

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 11:27 am
דורך דודהמלך
שאינו יודע האט געשריבן:ווילאנג האט גענומען די וועג אין די נעכטיגע טרעפיק

44 מינוט פאר מיר.

בכלל נישט שלעכט.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 11:35 am
דורך שאינו יודע
זייער שנעל

וויפיל אזייגער?

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 11:40 am
דורך דודהמלך
שאינו יודע האט געשריבן:זייער שנעל

וויפיל אזייגער?


3 אזייגער

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 1:56 pm
דורך יום אחד
בענאק האט געשריבן:א גרוס פון דזערזי סיטי.

כ'בין מבשר טוב, אז אין די מקוה "איז שוין דא א באנק".


בילדער בייגעלייגט


א חילוק פון א האלבע וואך צירוק, מ'בויט שוין שנעלער ווי 14 האפפער...

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:32 pm
דורך שאינו יודע
דודהמלך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זייער שנעל

וויפיל אזייגער?


3 אזייגער


א שעה צוויי פריער פארסטו ווען א שעה לענגער

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:37 pm
דורך דודהמלך
שאינו יודע האט געשריבן:
דודהמלך האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זייער שנעל

וויפיל אזייגער?


3 אזייגער


א שעה צוויי פריער פארסטו ווען א שעה לענגער

יא יא, די פאליסעידס און די פ.ד.ר איז אויך געווען געשפארט אפאר שעה דעם זונטאג.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:44 pm
דורך משמש
שאלה:
רוב הייזער ווערן ארויסגעשטעלט אויף די ריעל עסטעיט וועבזייטלעך ווי מקען זעהן די אינפא פונעם אגענט, איז דא א סיבה נישט אליינס אנצורופן דעם אגענט? איז דא סיי וועלכע בענעפיט צו גיין מיט א בראקער?

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:47 pm
דורך מאנ-יימער
משמש האט געשריבן:שאלה:
רוב הייזער ווערן ארויסגעשטעלט אויף די ריעל עסטעיט וועבזייטלעך ווי מקען זעהן די אינפא פונעם אגענט, איז דא א סיבה נישט אליינס אנצורופן דעם אגענט? איז דא סיי וועלכע בענעפיט צו גיין מיט א בראקער?

דער אגענט איז דער בראוקער, איך כאפ נישט דיין פראגע.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:53 pm
דורך משמש
ס'דא א ליסטינג אגענט פאר יעדע הויז. אויסער דעם איז דא מענטשן וואס זענען אלגעמיינע בראקערס.
ווי איך פארשטיי פארטרעט די ליסטינג אגענט דעם מוכר, און דער בראקער העלפט דעם קונה טרעפן א הויז.
איך אליין האב געהאט בראקערס וואס האבן מיר געזאגט אז זיי גייען רופן דעם אגענט פרעגן ווען מקען גיין זעהן די הויז.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:54 pm
דורך דודהמלך
משמש האט געשריבן:שאלה:
רוב הייזער ווערן ארויסגעשטעלט אויף די ריעל עסטעיט וועבזייטלעך ווי מקען זעהן די אינפא פונעם אגענט, איז דא א סיבה נישט אליינס אנצורופן דעם אגענט? איז דא סיי וועלכע בענעפיט צו גיין מיט א בראקער?

די חסרון פון ריפן אליינס דער אגענט אדער בראקער איז אז די מוכר זעהט אז ס'איז דא א דימענד, הייבט ער די פרייז, אין גייט זיכער נישט אראפ מיט די פרייז. מיט דעם מאכט מען שאדן פאר זיך און פאר אנדערע.

משע"כ' ווען מ'גייט דורך יעזורו...

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 3:55 pm
דורך פרידן
משמש האט געשריבן:ס'דא א ליסטינג אגענט פאר יעדע הויז. אויסער דעם איז דא מענטשן וואס זענען אלגעמיינע בראקערס.
ווי איך פארשטיי פארטרעט די ליסטינג אגענט דעם מוכר, און דער בראקער העלפט דעם קונה טרעפן א הויז.
איך אליין האב געהאט בראקערס וואס האבן מיר געזאגט אז זיי גייען רופן דעם אגענט פרעגן ווען מקען גיין זעהן די הויז.

דאס זענען MLS LISTINGS אין זיי טוען קא בראקערן אין נארמאלערהייט נעמט ער נישט פין דיר גארנישט נאר ער טיילט זיך מיט די ערשטע בראקער
עס איז דא א מעלה צו גיין צו די ארגענעלע בראקער ווייל אזוי וועט ער ענדערשט ארבייטן פאר דיר ווייל ער מאכט מער געלט , אבער זייער אסאל מאל איז שווער צו כאפן ווער עס איז די מקור ראשון

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 4:07 pm
דורך משמש
פארוואס גיין צו א בראקער וואס גייט ממילא צו א ליסטינג אגענט, איז דאס נישט סתם א איבריגע שיכט?
וואס איז א MLS ליסטינג?
דוד המלך: יעזורי שיקט צו בראקערס

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 4:49 pm
דורך אוהב ספרים
MLS איז א מקום ווי בראקערס ליסטען די הייזער וואס זיי בראקערן פאר סעיל

מען קען דארט זעין די פרטים פון דעם הויז, סייז, לאט סייז, רומס וכדומה און געווענליך בילדער און אויכעט א מאפע פון די גאס וכדומה
ווען די הויז איז פארקויפט געווארען די לעצטע, טעקסעס וכדומה

די מנהג איז, אז אפילו א הויז וואס בראקער א ליסט דאס, קען א צווייטער בראקער אויכעט פארקויפען און באקומעט א חלק פון די קאמישען [דאס איז נישט נוגע פאר די קונה אדער מוכר]

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 5:09 pm
דורך דודהמלך
משמש האט געשריבן:פארוואס גיין צו א בראקער וואס גייט ממילא צו א ליסטינג אגענט, איז דאס נישט סתם א איבריגע שיכט?
וואס איז א MLS ליסטינג?
דוד המלך: יעזורי שיקט צו בראקערס

I'm referring to Yazoiri brokers vs. other brokers

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 8:45 pm
דורך יאצמעך
דודהמלך האט געשריבן:
משמש האט געשריבן:פארוואס גיין צו א בראקער וואס גייט ממילא צו א ליסטינג אגענט, איז דאס נישט סתם א איבריגע שיכט?
וואס איז א MLS ליסטינג?
דוד המלך: יעזורי שיקט צו בראקערס

I'm referring to Yazoiri brokers vs. other brokers

נא אפשר שטעלסטו דא ארויף די נעמען און נאמבערס פון יעזורי'ס בראוקערס?

אגב איך מיין די שמועס באלאנגט דא

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 7:09 pm
דורך דודהמלך
ווענדט זיך וואס ווען ווי.

קאנטעקטן יעזורו מאכט בעסער און גרינגער פאר די יחיד און פארן רבים.

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 12:17 am
דורך אינפארמאציע
גראסערי

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 12:19 am
דורך אינפארמאציע
'

געשריבן: מיטוואך יוני 01, 2016 12:49 am
דורך יוראפ
אינפארמאציע האט געשריבן:'

אידן? דירות?