משה חיים פנחס האט געשריבן:בנין החדש וועט בעז"ה דינען אלס פרעכטיגע צענטראלע בית המדרש מפואר רחבת ידים מיט מקוה מהודרת, און אלע צרכי הציבור פאר דער גאנצער געגנט בנשיאות הגה"צ רבי אהרן דוד הורוויץ שליט"א אבד"ק זאבילטובIMG-20200126-WA0231.jpg
"כי עתה ה' הרחיב לנו ופרינו בארץ!", תושבי העיר בכלל און די תושבי שכונת "לעיק שאור" בפרט, האבן די וואך זיך באגריסט מיט דער ברכה פון "שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!", צו די פריידיגע בשורה מרנינה אז די אנהויב וואך איז בשעה טובה ומוצלחת געשריבן געווארן קאָנטראַקט און געשלאסן געווארן מקח אויף א גרויסן הויז, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א בנין מפואר פון דעם נייעם בית המדרש החדש "זאבליטוב" אין צענטער פון די שוין היינט בארימטע "לעיק שאור" געגנט וואס שפרידלט און וואקסט מיט יעדן פארבייגענדן טאג, לפאר ולרומם בית אלקינו!
ווירקליך וואקסט דאס הארץ פון שמחה, און די געפילן דערהייבן זיך פון גליק, ווען מען האלט ביי אזא מאמענט און עס ווערט אפגעצייכנט אזא דראמאטישע ווענדפונקט אין די געשיכטע פון "לעיק שאור", מיט די היסטארישע התחדשות והרחבת גבולי הקדושה וואס וועט בעז"ה צעמענטירן א שטאנדהאפטיגע באזע לתורה ולעבודה און וועט אנהייבן א א שפאגל נייע עפאכע אין די געשיכטע פון דער גאנצער געגנט, א בית גדול ומפואר אשר משם תצא תורה טהרה ועבודה, אויפ'ן דרך פון די צדיקים הק' לבית ספינקא, לשם ולתפארת.
דאס איז ווירקליך דער אנהויב פון א פרישע תקופה ווען די הרחבת גבולי הקדושה דערקענט זיך שוין אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און די הערליכע המשכה פון דעם געגנט בליעט און שיינט מיט אפענע סייעתא דשמיא אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט געקענט ריכטן דערויף, כה יתן ה' וכה יוסיף.
די אויסטערלישע הצלחה און וואוקס:דער פריידיגער וואוקס און בליה פון די נאבעלע "לעיק שאור" געגנט איז ווירקליך צום מערסטנס קענטיג אין די בתי מדרשים פון דער געגנט, וועלכע שפירן די שיינע התרחבות הגבולים, אבער פון דער אנדערער זייט באדייט דאס א שטייגענדע געברויך זיך אויסצוברייטערן אין פלאץ און א דרינגענדע פארלאנג זיך אויסצושפרייטן גרעסער און ברייטער לתועלת ריבוי התושבים שיחי'.
אויך "זאבילטוב" – דאס חסידי'שע הויף וואס האט זיך אריבערגעצויגן קיין "לעיק שאור" דעם פארלאפענעם יום טוב פסח העעל"ט לשמחת לב חסידים ואנשי מעשה, איז שוין אצינד בחסדי ה' גענצליך "אויסגעוואקסן" דעם ביז יעצטיגן בנין, און שוין עטליכע חדשים וואס מען געפינט זיך אין א שטייגענדער לחץ זו הדחק און מען קען שווער אקאמאדירן דעם וואוקס וואס שטייגט ב"ה מיט יעדן נייעם תושב בליעה"ר.
די געטרייע הנהלת הבית המדרש - אין שפיץ פון דעם רב שליט"א וועלכער איז עינו ולבו שטענדיג לפאר ולרומם בית ה' - איז דעריבער געווען געצווינגען זיך צו שפאנען פאראויס מיט פרישע פלענער צו אהערשטעלן נאך א גרעסערע בנין אויף א באקוועמען און צוגענליכן שטייגער, עס זאל בעז"ה זיין דער פאסיגער מקום תורה ותפלה פאר די געברויך פון תושבי העיר.
ברוך מרחיב גד! געשלאסן קאנטראקט פאר'ן נייעם בנין:וחפץ ה' בידם הצליח, מיט אסאך סייעתא דשמיא, האט מען אצינד - נאך א לענגערע צייט וואס מען האט באטראכט מערערע הצעות - געפינען דעם פאסיגן הויז, וואס גרעניצט זיך מיט דעם עקזיסטירנדן בית המדרש, און איז ווי פון השמים צוגעשטעלט פאר א בית גדול שמגדלין בו תורה ותפלה און אנטשפרעכט בעז"ה צו זיין א רחבת ידים אין פולן זין פון ווארט.
די אנהויב וואך איז ווירקליך געשלאסן געווארן דער מקח טוב, ווען מען האט געשריבן קאנטראקט אויף דעם בית הגדול וואו עס לויט די פריע פלענער אויפגעבויעט ווערן א פרעכטיגער און לופטיגער היכל בית המדרש הגדול, א מהודר'דיגע מקוה מפוארת, עטליכע רחבות'דיגע חדרי תפלה, אן אנגענעמער קאווע צימער און א גרויסער אוצר הספרים, אלעס איינגערישט און צוגעשטעלט מיט די נויטיגע איינריכטונגען און באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס צו קענען עוסק זיין בתורה ובתפלה מיט הרחבת הדעת און באקוועמליכקייט, להגדיל תורה ולהאדירה.
די נייעס איבער דעם אנעקסירונג פון דעם בית הגדול פאר'ן געברויך פון א נייעם בנין איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד און ענטוזיאזם ביי בלומינגראווער איינוואוינער, וועלכע לעבן מיט די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה און קוקן ארויס אויף דעם נייעם בנין וואס וועט געוויס זיין א שטאלץ פאר די גאנצע שטאט.
מען שפאנט פאראויס לנצח אל מלאכת בית ה':די געטרייע הנהלת הבית המדרש איז ווירקליך צוגעטרעטן צו דעם גרויסן אונטערנעמונג מיט'ן גאנצן אייפער און פלייס. אין די יעצטיגע טעג ווערן פארענדיגט די ענדגילטיגע טעכנישע צוגרייטונגען, לעגאלע פארמאליטעטן און ארכיטעקט פלענער, צו קענען אנהויבן מיט די פאקטישע בוי שטאפלען אין די גאר נאנטע טעג. מיט א באזונדערע דגוש אז דער בוי פראיעקט זאל געלאזט ווערן אין שוואונג ווי אמשנעלסטן און עס זאל נישט ווערן אויפגעהאלטן ביז דער בנין וועט זיין עומד על תילה בעז"ה.
ככל אשר אני מראה אותך את תבנית הבית! באלד ווי די פריידיגע מעלדונג האט זיך פארשפרייט ווי א בליץ איבער דאס אפקויף פון דעם נייעם בית גדול לה', איז ארויסגעשטעלט געווארן די ערשטע סקיצעס און פלענער ארום די איינצלהייטן און פרטים פונעם בנין החדש והמפואר, צו געבן די געלעגנהייט פאר תושבי השכונה צו זאגן זייער מיינונג און פארשלאגן זייערע געדאנקן.
IMG-20200120-WA0094.jpg
מטעם הנהלת בית המדרש איז ספעציעל באשטימט געווארן דעם פארלאפענעם זונטאג אווענט ווען די קאנטראקטער'ס און דעזיינערס זענען אנוועזענד געווען אויפ'ן ארט, אין דעם ניי – אפגעקויפטן היכל בית המדרש, און פילצאליגע מתפללים זענען טאקע אריבערקומען כאפן א בליק פון דער נאנט, זיך אומקוקן און דוסקוסירן די גרויסצוגיגע פלענער. ווי שיין און ערהאבן איז געווען די סצענע צו מיטהאלטן וויאזוי מתפללי בית המדרש ותושבי העיר האבן זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון באטראכטן די הערליכע פלענער וואס איז נתפרסם געווארן אויף די ווענט פון דעם נייעם בית המדרש, און וועלן אט פארוואנדלט ווערן אין א רעאליטעט - גדול ומפואר יהי' כבוד הבית הזה לתפארת כל השכונה!
חכם לב יקח מצות; זכותי הבנין שטייען צו פארקויפן:דבר בעתו מה טוב, צו דער געלעגנהייט איז שוין געעפנט געווארן די זעלטענע זכי' און זכות פאר תושבי העיר און חסידים ואנשי מעשה ידידי בית זאבילטוב, צו פאראייביגן א הנצחה לדורות עולם אין דעם נייעם בנין עדי עד וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה ביז משיח'ס טאג, ס'איז ווירקליך א זכי' וואס לאו בכל יומא מתרחש צו זיך איינהאנדלן אזא זעלטענע זכרון נצח בהיכל ה', וואס וועט שטענדיג פארבלייבן לזכות פונעם נדבן אדער לעילו נשמת קרובים וידידים וועלכע זענען שוין בגנזי מרומים.
ווירקליך איז די הנהלת בית המדרש פארנומען אין די טעג אין העפטיגע געשפרעכן מיט אידן נדיבים בעם, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער באגער צו אפקויפן גרעסערע און קלענערע זכותים אין דעם בנין המסדות לעד ולנצח. אידן שפירן עס פאר אן אויסטערלישע זכי' נקבע צו ווערן אלס נדבנים פון אזא מקום קדוש, וכל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול.
גלייכצייטיג שעפשענען די לעפצן א הארציגן שבח והודאה צו השי"ת דער "יושב תהלות ישראל", אינאיינעם מיט א געבעט אויף ווייטער, מען זאל האבן די זכי' ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה, אז דער בנין זאל שוין קענען ערגענצט ווערטן צו דינען בעז"ה אלס א משכן ה', א באזע פאר תורה ועבודה, וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה במשך רוב שעות היום והלילה, כה יתן וכה יוסיף ה' להלאה עד ביאת הגואל.
וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל עַל הוּסַד בֵּית ה'!