שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

פעשליך האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:לאפרענקא האט ווייניגער שטימען ווי לעצטע מאל? פאריגע מאל האט ער דאך געהאט איבער 500 נישט אזוי?

געהאט מיט כמעט 100 ווייניגער ווי פאריגע וואוטס

מען דארף אין אכט נעמען אז פאר יעדע אידישע משפחה וואס מופט אריין, ציעט זיך ארויס א גוי'אישע.
און ע''פ רוב זענען זיי די וואס האלטן אונז נישט אויס. דאס מיינט אז אויב 50 אידן האבן אריינגעמופט זינט פאריגע וואלן איז עס א חילוק מיט 100 שטימען מער פאר אונז און 100 שטימען ווייניגער פאר זיי.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

200 וואוטערס פאר לאפרענקא?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פארוואס האט מען נישט אריין געוועלט א איד פאר מעיאר אבער פאר טראסטיס יא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די קשיא איז שוין פארענפערט ערגעץ אויבן אין דעם שנירל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

b"h when is the new Village board members going in the Village Board? thanks for all updates
מארסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 5:46 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארסי »

פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

די געווינס מיינט לכאורה אויך אז די רעשט גוים אין בלומינגראוו גייען הייבן פיס אין גיין פון דארט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מארסי האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,

איך גלייב אז לאפרענקא האט געהאט 400 גוים. לאמיר ווארטן עמיצער מיט קראנטע אינפארמאציע אריינצוקומען.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובה דורך די נקודה »

נישטאמת האט געשריבן:איך פארשטיי נישט\וויל פארשטיין וואס איז פשט פין די גאנצע איבערדרייעניש (פלאקאטן מיט ריקעדיגע פלאקאטן). די עסקנים ווייסן ווער סוואוינט אין די געגנט, נעמען א טעלעפאון אין די טאג פין די וואוטס און אנריפן יעדעם זיכער מאכן מען גייט ארויס וואוטען איז סאך מער פראדאקטיוו און קאסט א סאך ווייניגער געלט.

גוטע שאלה....
אבער די תירוץ קלונגט און היכלט היינט אפ אין די גאנצע אידישע וועלט!!
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ר' יום טוב האט געשריבן:
מארסי האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,

איך גלייב אז לאפרענקא האט געהאט 400 גוים. לאמיר ווארטן עמיצער מיט קראנטע אינפארמאציע אריינצוקומען.

ער האט לכאורה געהאט זיינע 400 גויים וואס ער האט ארויסגעברענגט מיט זיין גאנצע פאוער וואס נאר מעגליך, מ׳האט געזעהן צענדליגע גוים האט מען געברענגט מיט ווילטשער׳ס און הענדיקעפט אמבולענט מיט זייערע לעצטע כוחות.

ווידעראום ביי די אידן וואלט לכאורה געקענט זייין לכה״פ 100-200 מער לויט די רעגיסטרירטע אידישע וויילער וואס איז דא, ווען נישט זיי האבן אומ׳יושר׳דיג גאר אסאך גע׳פסל׳ט, און צוגאב צו די שרעקליכע אומקאפעטאנטע פירערשאפט פון די וואלן באאמטע ווי שטייט זיי האבן זיך גערוקט.

די אומדערהערטע שעות פון שטיין אין לאנגע ליינס ביז חצות הלילה, איז בכלל נישט געמאכט פאר אידן, אן געדולט, ערב יום טוה, אנשים ונשים, סלאסט זיך באמת נישט באשרייבן אדער באגרייפן וואספארא גרויסע טאג דאס איז פארן עתיד פונעם גאנצן יהדות החרדית דאס געווינס וואס מען האט היינט באקומען וועט נאך טיף טיף אנאליזירט און באשריבן ווערן!!

לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל!!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מזל טוב תושבי סאוט בלומינג גראוו!

לא-פרענקא'ס נומערן האבן זיך נישט צופיל געטוישט פון פאריגעס מאל, יעמאלט האט ער געהאט 506 שטומען, און וויבאלד דעמאלטס האט ער אויך באקומען אידישע וואויטס (נישט קיין סאך) איז מסתבר צו זאגן אז זיין באזע איז געבליבן נאר די רעדוקציע פון 73 איז די היימישע עולם.

יעצט א בקשה צו מיינע גוטע פריינד די ערוועלטע באאמטע און UJC באורד מעמבער, קוקט נישט אויף צוריק! איר גייט יעצט באקומען צוטריט צו די רעקארדס פון די ווילעדזש, און מ'קען מאכן מטעמים און קריטיקירן יעדע זאך פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע, לטובתכם ולהנאתכם טוט עס נישט, אויב איז עס נישט נוגע יעצט לטובת הקהל, לאזט עס לויפן, עס גייט נאר ברענגן אנגעשטרענגטקייט, פרובירט זייער שטארק צו באפרידיגן די נישט אידישע איינוואוינער אפילו אויב עס וועט נישט זיין אזוי לטובת דעם היימישן עולם.

ובכלל זאל מען נישט צופיל איבערטרייבן מיט די געווינס, בפרט אין די אלגעמיינע מידיע, צוליב וואס עס קען מאכן אנגעצויגן די איינוואוינער אין די ארומיגע מאנרא/וואודבערי/טשעסטער געגענט.

בנוגע די זאונינג, הגם לכאורה גייט נאכנישט זיין גלייך קיין טוישונגען וויבאלד די באורד איז נאך די אלטע, אבער מ'זאל טאקע נישט איבערדרייען די אלטע זאונינג, בלויז ערלויבן וויפיל עס איז נארמאל ארויסצובויען פאר יעדן יחיד, אויב פעלט זיך אויס א נארמאלע טויש זאל דאס גיין צו א רעפערענדום צו די איינוואוינער, און טאקע נישט טוישן די אויסזעהן פון די געגענט.

בשם ה' נעשה ונצליח.
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

נישטאמת האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט אריין געוועלט א איד פאר מעיאר אבער פאר טראסטיס יא?

דאס איז גאר א קלוגער שריט, און מיט דעם שריט האט בלומינגבורג בע"ה גאר שטארק מצליח געווען, בלומינגראוו האט געהאט וועם צו נאכפאלגן.

מזל טוב צו אונזערע בלומינגראווער ברידער! דאס איז א בשורה טובה וואס האט נישט קיין גרעניצן!

אצינדער דארף בלומינגראוו צוריק קוקן וואס בלומינגבורג איז דורך נאך וואס זיי האבן אריינגעוועלט זייער מעיאר קאנדידאט און אידישע טראסטיס, די אומ-אידישע שכנים זענען געקומען צו יעדע באורד מיטינג און געמאכט קולות און בהלות, רוב פארפירערס זענען געקומען פון דרויסן, אסאך פון גאר ווייט פון אנדערע קאונטיס, דורך די העצעריי אין סאושל מידיע, אבער ב"ה מ'האט זיך געהאלטן רואיג און זיך נישט געלאזט פראוואצירן, און די חברי הבוארד האבן שטעמדיג זיכער געמאכט צו טוהן אלעס 101% פערצענט אויסגעהאלטן, טראץ וואס די נישט אידישע באורד פון פריער האט געטוהן אסאך אומלעגאלע זאכן, פון פארנוצן פאנדס ווי מ'טאר נישט, ביז מאכן גזירות אקעגן געזעץ, די אידישע באורד איז אריינגעקומען זייער קארעקט, אזוי אויך די זאונינג און פלענינג באורד טוען אלעס טויזנט פערצענט כשר, אזוי קענען די ווילדע רוחות קומען צום מיטינג שרייען ווי הויעך זיי קענען, אבער אז אלעס איז גראד איז נישט דא וואס צו טוהן חוץ אייננעמען א שווייגעניש.

גוטע 2 יאר האט אנגעהאלטן די פארפירענישן פון די בייזע עלעמענטן, ביז היינט הערט מען כמעט נישט פון זיי, ב"ה.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

פעשליך האט געשריבן:קאלאדזש. 546
לאפרענקא. 433

מארסי האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,

נאך איינער האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:לאפרענקא האט ווייניגער שטימען ווי לעצטע מאל? פאריגע מאל האט ער דאך געהאט איבער 500 נישט אזוי?

געהאט מיט כמעט 100 ווייניגער ווי פאריגע וואוטס

פאריגע מאל האט ער געהאט יודישע וואוטס,

נישטאמת האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט אריין געוועלט א איד פאר מעיאר אבער פאר טראסטיס יא?

קיל עס אַ ביסל,
פון ווי קענען מיר וויסן אז קאלאדזש וועט זיין גיט...?
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא,
"מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז"
דאס מאל...
קאלאדזש וווין ארט איז געווען בלומינג-גראוו,
ער האט דארט געלעבט זײן גאנץ לעבן, אין דעם דאָרף...
לעצט פארראכטן דורך yoy אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

סיי ווי דארף מען זיך פארלאזן אויפ'ן איייבערשטן, די עסנקים זאגן אז זיי האבן גענוג גערעדט און פארברענגט מיט אים, און ער איז ווארעם צו די אידישע געברויכן.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מארסי האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,

עס זענען דא 150 אידן וואס האבן געוואוט פאר לא פרענקא?

וואס איז פשט?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דו גלייבסט עס נאך?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

יואל שרייבער האט געשריבן:
מארסי האט געשריבן:
פעשליך האט געשריבן:ביי די פאריגע וואלן האבן די יודן געהאט קנאפע 200 וואוטערס.
דאס מיינט אז דער לאפרענקא האט דאס מאל ארויס געברענגט זיין גאנצע כח.

די ווייסט נישט ווי גיט די זאגסט,
אביסל זיך אויסצוקלארן,
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא, מאיז נישט געווען צאמגענומען, מ'האט נישט געטראסט קיינעם, מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז,
דאס מאל לויט ווי אזוי כ'האב געהערט (נישט קראנט, מיז בכלל נישט זיין אמת) זענען ארוס געקומען בערך 300 וואטס פון די גוים 15 פאר קאלאדזש און 285 פאר לאפרענקא, און די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,

עס זענען דא 150 אידן וואס האבן געוואוט פאר לא פרענקא?

וואס איז פשט?

שמואל בארג האט געשריבן:דו גלייבסט עס נאך?

מארסי האט געשריבן: ....די אידן בערך 780 וואטס 630 פאר קאלאדזש (100 געפסל'ט) 150 פאר לאפרענקא,
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

שמואל בארג האט געשריבן:דו גלייבסט עס נאך?

דו נישט?
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

yoy האט געשריבן:

נישטאמת האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט אריין געוועלט א איד פאר מעיאר אבער פאר טראסטיס יא?

קיל עס אַ ביסל,
פון ווי קענען מיר וויסן אז קאלאדזש וועט זיין גיט...?
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא,
"מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז"
דאס מאל...
קאלאדזש וווין ארט איז געווען בלומינג-גראוו,
ער האט דארט געלעבט זײן גאנץ לעבן, אין דעם דאָרף...

דעס איז געווען מיין קשיא טאקע, עירמאונט יוכיחו
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

It's very simple, he sees who has the votes, and he knows if he's not good he's going to go by the next election
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

נישטאמת האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:

נישטאמת האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט אריין געוועלט א איד פאר מעיאר אבער פאר טראסטיס יא?

קיל עס אַ ביסל,
פון ווי קענען מיר וויסן אז קאלאדזש וועט זיין גיט...?
פאריגע מאל האבן זייער אסאך יודן געוואט פאר לאפרענקא,
"מ'האט נאך נישט געוויסט וואסערע רשע ער איז"
דאס מאל...
קאלאדזש וווין ארט איז געווען בלומינג-גראוו,
ער האט דארט געלעבט זײן גאנץ לעבן, אין דעם דאָרף...

דעס איז געווען מיין קשיא טאקע, עירמאונט יוכיחו

עירמאונט ?
קום אַריין אַ ביסל מער קלאַרער
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז דא א צאל סיבות פארוואס מען האט לכתחילה נישט געזוכט א איד פאר די מעיאר פאזיציע.
מאנכע האבן געהאלטן אז ס'נישט גוט אז אידן זאלן טאטאל דאמינירן די געווינער טיקעט.
אזוי אויך איז שווער צו טרעפן א היימישער איד וואס זאל סיי ווערן א ציהל ברעט פון די העצערייען און סיי נעמען די פול טיים פאזיציע פון מעיאר.

די טערמינען זענען בלויז פאר צוויי יאר.

גראדע איז נישט שלעכט מיט די וויירוס עפאכע, איך קען מיך נישט פארשטעלן וואס וואלט געווען ביים ערשטן ווילידזש בארד מיטינג, די חברה וואלטן צאמגעשלעפט גאנץ וואשינגטאנוויל און טשעסטער דארטן אבאכט צו געבן אויף די כלומר'שטע קאראפציע וואס גייט פאסירן פאר זייערע אויגן....
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

מרדכי הכהן האט געשריבן:fwd:
Unfortunately looks the goyim will win in blooming grove. I see a line on the street 80 percent are not Jews

And it's like this the whole day. Almost sure it's a lost case

יא יא... ויהי ערב ויהי בקר יום הרביעי... מ׳זאגט שוין לכו נרננה...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

כ'מיין דער עולם כאפט נישט וואס דא האט פאסירט. מ'רעדט דא פון א היסטארישע געשעעניש וואס וועט בעז"ה טוישן די מאפע פון אפסטעיט ניו יארק.

בעיסיקלי האט דער היימישער ציבור באקומען אויף א גאלדענעם טאץ א גאנצן ווילעזש וואס איז אין שטח דאפלט אזוי גרויס ווי קרית יואל מיט צענדליגער אקער לאנד וואס באלאנגט שוין יעצט פאר היימישע אידן.

איטס נאט אבאוט גארביזש פיקאופ און ברוינע וואסער, איטס אבאוט אז אין די נאנטע צוקונפט קען געבויעט ווערן פרישע טויזנטער דירות מיט א רחבות פאר אידישע משפחות וואס ליידן איבעראל פון א דירות קריזיס. ס'איז דא כמעט אן אייגענע אידישע ווילעדזש און מען קען זיך אויסברייטערן ימה קדמה צפונה ונגבה אויף א פארנעם וואס איז מסתם נאכנישט געווען ביי קיין איין היימישע געגנט.

פארשטייט זיך אז זאכן געשען נישט אויף די מינוט, אבער ווי ס'קוקט מיר אויס איז בלומינג גראוו דער צוקונפט פון היימישע אידן. איין טאג וועט בלומינג גראוו וועט זיין אן עיר ואם בישראל מיט שווערע טויזנטער אידישע משפחות אונטער אן אייגענע אידישע ווירטשאפט.

דאס איז נישט קיין חלומות, דאס איז די פשוטע מציאות פאר יעדן וואס ווייסט די מצב אויפ'ן שטח.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”