שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רצון טוב האט געשריבן:צו וואס איבערנעמען די הנהגה?
אריינברענגן שטימען צו העלפן איינעם מכריע זיין קעגן א צווייטן איז פונקט געניג וואס מען דארף פאר הילף פון די באהערדע.

די לעצטע פאר יאר ארבעט שוין נישט די מהלך, אלע גוים וועלן שטימען אין א בלאק וואויט קעגן דעם אידיש געשטיצטן קאנדידאט.

עיין ערך יונייטעד מאנרא.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

צל עובר האט געשריבן:

אז מען קומט ארויס מיט א רוף די לעצטע מינוט אז מען זאל איין קאנדידאט שטיצן און מכריע זיין די שטימען לטובתו וועט לכאורה נישט זיין בכדי שיעשו אז די גויים זאלן זיך פאראייניגן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

רצון טוב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:צו וואס איבערנעמען די הנהגה?
אריינברענגן שטימען צו העלפן איינעם מכריע זיין קעגן א צווייטן איז פונקט געניג וואס מען דארף פאר הילף פון די באהערדע.

די לעצטע פאר יאר ארבעט שוין נישט די מהלך, אלע גוים וועלן שטימען אין א בלאק וואויט קעגן דעם אידיש געשטיצטן קאנדידאט.

עיין ערך יונייטעד מאנרא.

אז מען קומט ארויס מיט א רוף די לעצטע מינוט אז מען זאל איין קאנדידאט שטיצן און מכריע זיין די שטימען לטובתו וועט לכאורה נישט זיין בכדי שיעשו אז די גויים זאלן זיך פאראייניגן.

אז זיי קענען שוין היינט אידיש, איז עס מסתם יא בכדי שיעשו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רצון טוב האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:צו וואס איבערנעמען די הנהגה?
אריינברענגן שטימען צו העלפן איינעם מכריע זיין קעגן א צווייטן איז פונקט געניג וואס מען דארף פאר הילף פון די באהערדע.

די לעצטע פאר יאר ארבעט שוין נישט די מהלך, אלע גוים וועלן שטימען אין א בלאק וואויט קעגן דעם אידיש געשטיצטן קאנדידאט.

עיין ערך יונייטעד מאנרא.

אז מען קומט ארויס מיט א רוף די לעצטע מינוט אז מען זאל איין קאנדידאט שטיצן און מכריע זיין די שטימען לטובתו וועט לכאורה נישט זיין בכדי שיעשו אז די גויים זאלן זיך פאראייניגן.

דארף מען זיך פאראייניגן אונטערן טיש אלע פראקציעס, זייער א שווערע זאך אין קרית יואל.

עיין ערך יונייטעד מאנרא, מיין איך דאס אויך.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וויפיל משפחות וואוינען שוין היינט צוטאג אין בלומינג גראוו?
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

אויפריכטיג האט געשריבן:וויפיל משפחות וואוינען שוין היינט צוטאג אין בלומינג גראוו?

ליינענדיג די וואך איינע פון די אויסגאבעס האב איך געזען אז מען רעדט שוין פון 150 משפחות !
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עמקות שלמה האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:וויפיל משפחות וואוינען שוין היינט צוטאג אין בלומינג גראוו?

ליינענדיג די וואך איינע פון די אויסגאבעס האב איך געזען אז מען רעדט שוין פון 150 משפחות !

שוין פון לאנג אריבער די נומער
עס גייט שוין באלד אריבער "200"
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שוין וועלן מיר ווארטן ביז די פסח וואכענשריפט צו זעהן ווי די נאמערן האלטן שוין.....
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

סאיז מיר געוועןא חידוש אז זיי זאגן 150 ביזט זיכער סהאלט שוין מער ווי 200?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין 'די צייטונג' ווערט באריכטעט אז,די האטעל וואס בועט זיך די לעצטע פאר יאר אויפן 208 אין ס. בלומינגראוו, קעגן איבער מאונטען ראוד, האט שוין געעפנט אירע טויערן.

דאס איז דאכציך נישט זייער נאנט צו די עקזיסטירנדע בתי מדרשים, אבער אפשר וועט דאס דינען פאר היימישע באזוכער וועלכע ווילן איבערשלאפן א נאכט אין די געגנט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די האטעל איז א גיטע זאך אפילו פאר באזוכער פון קרית יואל. פאר שבת איז דאס אביסל צו ווייט צו וואקן, אבער פאר א שמחה אינדערוואכן איז דאס זייער גיט צו קענען איבערשלאפן א נאכט אדער מער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ווי איז די האטעל?
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

איפה פייביש האט געשריבן:ווי איז די האטעל?

https://www.google.com/maps/place/Sleep ... 74.1923904
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ישר כח!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מיר זענען דאס שוין געגאנגען באזוכן, ס'איז גאנץ לייטיש, זיי האבן מיר געזאגט אז היימישע אינגלייט נוצן עס שוין.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

עס קאסט אינגאנצען $88 א נאכט , נישט שלעכט פאר ברענד ניו מאטעל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

וועלכע ביהמ''ד איז די נענטסטע?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז לכאורה נישט אינעם תחום שבת
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז לכאורה נישט אינעם תחום שבת

אז מ'איז דארט אויף שבת איז נישט במציאות צו גיין צום נענטסטען ביהמ''ד אלץ די תחום?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז לכאורה נישט אינעם תחום שבת

אז מ'איז דארט אויף שבת איז נישט במציאות צו גיין צום נענטסטען ביהמ''ד אלץ די תחום?

מען דארף פרעגן א מורה הוראה

אבער איך גלייב עס איז נישט קיין פראבלעם מיטן תחום. וועגן סאיז אין שטאט , נישט לאנג ארום וועט עס זיין אינעם עירוב פונעם שטעטל לכאורה
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

רעסטאראנט האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז לכאורה נישט אינעם תחום שבת

אז מ'איז דארט אויף שבת איז נישט במציאות צו גיין צום נענטסטען ביהמ''ד אלץ די תחום?

מען דארף פרעגן א מורה הוראה

אבער איך גלייב עס איז נישט קיין פראבלעם מיטן תחום. וועגן סאיז אין שטאט , נישט לאנג ארום וועט עס זיין אינעם עירוב פונעם שטעטל לכאורה

לגבי די תחום שבת קען מען מאכן אן עירובי תחומין עס איז שוין דא אזא סערוויס אין קרית יואל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז היפש ארויס פונעם ישוב, אן קיין הייזער ארום.
אטעטשמענטס
1 - Copy.png
1 - Copy.png (725.78 KiB) געזען 3076 מאל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

20180224_212106.png
20180224_212106.png (500.47 KiB) געזען 2789 מאל
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

וואלן קומענדיגע דינסטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

אזוי ווי די וואלן קומען יעצט ארויף האב איך געוואלט לאזן הערן מיין מיינונג און די מיינונג פון אסאך צומישטע אידן אין בלומינג גראוו
א) וואס זענען די שייכות און אינטערעסן פון געוויסע פאליטישאנס צו בלומינגראוו און וואס זענען זייערע אגענדעס, עס איז נישט די רצון און די ציל פון אונז איינוואונערס פון בלומינגראוו צו דינען די אינטערעסן פון פאליטישענס און דעוועלאפערס מיר האבן א אייגענע מיינונג מיר האבן ב"ה גענומען די קוראזש און געטון די ריכטיגע שריט און אן קיין הילף (שיין גערעדט) פון אט די פאליטישנס האבן מיר ב"ה מצליח געווען ביז אהער און מיר ווילן ווייטער גיין אויף די מהלך, פארוואס דארפן מיר ארבעטן און זיך צושטעלן צו די אויבנדערמאנטע אינטערעסן.
ב) פארוואס דארף מען אויפרייצן יעצט די גוים, ווארט נאך צו ביז די קומענדיגע וואלן?
ג) מיר ווילן וויסן פארוואס מיר דארפן שטימען און וואס וועלן מיר פארדינען דערפון עס גייט אונז נישט אן די אלע פאליטיק און אגענדעס און אינטערעסן, מיר ווילן לעבן א רוהיגע לעבן מיר זענען צופרידן וויאזוי עס איז, וועט זיין א ווילידזש אדער וועט זיין א טאון וועט פרענקא זין וועט קעווען זיין וואס איז דאס נוגע פאר מיר? ואס האב איך דערפון??
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

הארץ האט געשריבן:אזוי ווי די וואלן קומען יעצט ארויף האב איך געוואלט לאזן הערן מיין מיינונג און די מיינונג פון אסאך צומישטע אידן אין בלומינג גראוו
א) וואס זענען די שייכות און אינטערעסן פון געוויסע פאליטישאנס צו בלומינגראוו און וואס זענען זייערע אגענדעס, עס איז נישט די רצון און די ציל פון אונז איינוואונערס פון בלומינגראוו צו דינען די אינטערעסן פון פאליטישענס און דעוועלאפערס מיר האבן א אייגענע מיינונג מיר האבן ב"ה גענומען די קוראזש און געטון די ריכטיגע שריט און אן קיין הילף (שיין גערעדט) פון אט די פאליטישנס האבן מיר ב"ה מצליח געווען ביז אהער און מיר ווילן ווייטער גיין אויף די מהלך, פארוואס דארפן מיר ארבעטן און זיך צושטעלן צו די אויבנדערמאנטע אינטערעסן.
ב) פארוואס דארף מען אויפרייצן יעצט די גוים, ווארט נאך צו ביז די קומענדיגע וואלן?
ג) מיר ווילן וויסן פארוואס מיר דארפן שטימען און וואס וועלן מיר פארדינען דערפון עס גייט אונז נישט אן די אלע פאליטיק און אגענדעס און אינטערעסן, מיר ווילן לעבן א רוהיגע לעבן מיר זענען צופרידן וויאזוי עס איז, וועט זיין א ווילידזש אדער וועט זיין א טאון וועט פרענקא זין וועט קעווען זיין וואס איז דאס נוגע פאר מיר? ואס האב איך דערפון??

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א) עס זענען צוזאמען געזיצן אידן פון אלע בתי מדרשים אין בלומינגראוו, ביי ביידע קאנדידאטן, און אן קיינע אינטערעסן איז דאס ארויסגעקומען. אדרבה פרעגט אין אייער בית המדרש ווער עס איז דארט געווען און ער וועט אייך זאגן.
מען איז געזעצן מיט ביידע קאנדידאטן און אויסגעפרעגט פארשידענע ענינים, און בעיקר איז די ציל פון די זיצונג ביי מר.------- געווען טאקע דאס די הויכפונקט פון די מיטינג וועגן אט די פראגע וואס א געוויסע פאליטישאן פון א אנדערע געגנט ארום אינדארסירט אים, איז וואסערע אינטערעסע איז באהאלטן דא. די תירוץ איז, אמת איין פאליטישאן וואס איז שוין לאנג נישט אין גוטן און איינשטימיג מיט זיינע ארומיגע, ער אינדאסירט טאקע מר. --------- און איז טאקע זיין חבר, אבער מען דארף וויסן ווי שטארק אט די מעיאר קאנדידאט איז געווארן אראפגעריסן דורך די אנדערע פאליטישאנס מיט כל מיני שטיקלעך אים צו פארשטעלן די וועג, רבותי! די בלומינגראוו אידישע קאמיוניטי ווערט נישט געהאלפן דורך די פאליטישענס פון אנדערע געגנטער ארום, די איינציגסטע הצלחה ביי אונז איז אונזער אחדות, מר. ----------- איז געשטערט געווארן און ווערט כסדר אונטערגארווארפן פיסלעך דורך פאלישאנס וואס האבן מורא פאר די הצלחה פון אחבנ"י אין בלומינגראוו. פאר געוויסע פאליטישאנס איז בלומינגראוו א אומבאקוועמע סיטואציע און פאר געוויסע איז עס א שטער פאר זייער ביזנעס וכדו'.
אע"כ ניתי וניחזי ווער זענען די פריינט פון מר. --------, דאס זענען נאר די אידן פון בלומינגראוו. נישט פון אנדערע געגנטער דאס איז אונזער אינטערעסע מיר מוזן זיך צוזאמעננעמן.

ב) די קעגנער מר. ---------- האט מיטגעשלעפט מיט זיך די וואס זענען געווען ביי אלע ווילידש בארד מיטינגען, און מיט
זייער אנטיסימיטישקייט כסדר געהאסט די אידן. און אויב זיי נעמען איבער די ווילידזש, איז בלי ספק אז זיי וועלן אויפלעזן די ווילידזש, אויף א אופן אז מען וועט נישט נאכדעם קענען מאכן אפילו א נייע פאר זיך, (מיטן ארייננעמען צו וואשינגטאנוויל) וועגן דעם איז דאס קריטיש וויכטיג יעצט צו טון וואס אימער מען קען נאר. ומי יודע אם לעת כזאת הגעת? קומענדיגע וואלן קען שוין זיין נישט נוגע.

ג) די אידישע נצרכים זענען פיל, און פון א גוי'ס שטאנדפונקט זייער קאמפליצירט צו פארשטיין, מען דארף האבן א געפיל דערצו, מען דארף פארשטיין צו דעם, ווי למשל א עירוב, שולן, מקוואות, שריפת חמץ, מבאר זיין די מיסט נאך שריפת חמץ, סוכות, מחיצות ארום די סווימינג פולס, סקול באסעס, באלאכטענע גאסן, סיידוואקס, א גרויס חלק פון די הייזער און בלומינגראוו אויב מען וועט נישט צובויען א גרויסע עקסטענשאן איז עס בכלל נישט געאייגנט פאר ליכטיגע אידישע משפחה, מען דארף צוקומען צו די הילף פון די ווילידזש, אויב וועט מען אויפלעזן די ווילידזש ווי זיין פלאנען צו טון, אדער אפילו מען וועט בלייבן מיט די ווילידזש אונטער די אנטיסימיטן, וועלן זיי אראפנידערן די סקווער פוטידזש פון די שוין ביז יעצטיגע קארגע 600 צו - 100-200, דאס איז איין וועג צו מאכן ענג פאר די אידן. זיי פלאנען צו שטרענג אינפאסירן די געזעץ פון נישט מעגן לייגן מחיצות אויף די סווימינג פול (שוין געווארן דערמאנט אין די לעצטיגע מיטונגן), נישט לאזן בויען קיין שולן, נישט לאזן מאכן פון רעזידאנשעל צו קאמערשאל זאנינג פאר אידישע גראסעריס וכדו' דאס אלעס האבן זיי אין פלאן.

מר.---------- איז א שטארקע אוהב ישראל, אייביג געווען, צוזאמען מיט זיינע ארומיגע. זיין פלאן און צוזאג איז, צו זיין גוט צו די אידן, זיך צושצושטעלן צו די אלע אויבנדערמאנטע באדערפענישן, עכ"פ זיין רצון איז כאטשיג דא. און ער איז פונטליך באקאנט מיט די אידישע נצרכים, און מיט אלע ימים טובים, ער איז א משלנו. ער ווייסט אפילו וויאזוי מען ווערט א איינוואונער אן האבן א הויז דא.
ווי אויך פארשפרעכט ער אז ער האט א שטארקע אורדזש צו ארבעטן אז די שכינים זאלן זיך אלע לעבן אין גוטן.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”