בלאט 19 פון 19

געשריבן: מיטוואך יוני 08, 2016 4:55 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
הורוויץ האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:האסט א ברירה ווער לאזט דיך נישט אוועק מאפן? נישט יעדער וויל אוועקמאפן אין מען קען נישט אין טאר נישט צווינגען קיינעם

ווייל גאר אסך זענען נעבעך אין תפיסה ביי די בני בית. און ווי לאנג מען אפערט הייזער אפילו פאר טויזענט דאלאר א פוס שרייט די אידענע "איך דארף" "איך מוז", און דער מאן מוז גיין קויפן מיט געבארגטע (לייען גגנבעטע) געלט, משא"כ אז עס איז "נישטא איז נישטא".

ניין דאס איז א סיטואציע פון נישט איינס און נישט צען, נאר פון שווערע הונדערטער. והדברים ידועים ליודעים.

ס'טוט זייער לייד צו הערן, אבער נישט יעדער איז אין דעם מצב.


מר. אלד, פליז איטערזיך דיין לב האבן. דיינע ווערטער שטומען נישט מיט די מדת רחמנות און מיטלייד מיט וואס יודן דארפן צו זיין אויסגעצייכענט.

אינטערזיכען דעם לב פון ווער עס האלט אז מען זאל נישט בויען קיין דירות פאר אידען וויל ער קען נישט קאנווינסען זיין ווייב צו מופען ערגעץ אנדערש.

געשריבן: מיטוואך יוני 08, 2016 5:14 pm
דורך שטענדיג
techgig האט געשריבן:
techgig האט געשריבן:איך הער אז מען פארקויפט שוין ביי cascade development

איינער ווייסט וועם מען דארף ריפן צו קויפן ?



באקומן אין אישי
Empire State Management
(718) 237-0200


בערך פון ווי פוהל (ווייניג) רעדט מען?

געשריבן: מיטוואך יוני 08, 2016 9:21 pm
דורך בן נון
@היימישער

איך וויל וויסן וואו מיר טיילן זיך:

1) עס איז א גוטע זאך אז מען בויט עס נישט פאר גוים. יעדע ראיה אסורה וואס ווערט פארמיטן איז א פלאס.

2) מען בויט עס יא פאר אידן. אידן וואס ווילן דוקא יא וואוינען אין וויליאמסבורג (פאר סיי וועלכע סיבה) האבן וואו צו וואוינען.

3) ער בעט 500 א ספ ווען ער קען ווען בעטן 630 ספ


וועלכע פון די 3 פונקטן מאכט אים אויס צדיק?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:07 am
דורך היימישער אינגערמאן
איך בין בכלל נישט דן צו הרב קעסקעד איז א צדיק צו נישט און צו ער גייט באקומען עולם הבא...פאר דעם.

מיין שאלה איז צו פאר די אידן דא איז א טובה דאס בויען די טייערע דעוועלאפמענטס צו נישט, און צו דער עולם האו הנאה דערפון.

גיי נישט אריין אין די ארטיסטען-שמירת עינים נושא.

(ביי דאמסי האט מען געבויעט א אידישע פראזשעקט לעבן אן ארטיסטישען און עס האט גראדע נישט אויסגעזען ווי דערעולם איז אזוי היסטעריש איבער דעם, אבי מען האט א דירה .)

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 1:09 am
דורך היימישער אינגערמאן
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
הורוויץ האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:האסט א ברירה ווער לאזט דיך נישט אוועק מאפן? נישט יעדער וויל אוועקמאפן אין מען קען נישט אין טאר נישט צווינגען קיינעם

ווייל גאר אסך זענען נעבעך אין תפיסה ביי די בני בית. און ווי לאנג מען אפערט הייזער אפילו פאר טויזענט דאלאר א פוס שרייט די אידענע "איך דארף" "איך מוז", און דער מאן מוז גיין קויפן מיט געבארגטע (לייען גגנבעטע) געלט, משא"כ אז עס איז "נישטא איז נישטא".

ניין דאס איז א סיטואציע פון נישט איינס און נישט צען, נאר פון שווערע הונדערטער. והדברים ידועים ליודעים.

ס'טוט זייער לייד צו הערן, אבער נישט יעדער איז אין דעם מצב.


מר. אלד, פליז איטערזיך דיין לב האבן. דיינע ווערטער שטומען נישט מיט די מדת רחמנות און מיטלייד מיט וואס יודן דארפן צו זיין אויסגעצייכענט.

אינטערזיכען דעם לב פון ווער עס האלט אז מען זאל נישט בויען קיין דירות פאר אידען וויל ער קען נישט קאנווינסען זיין ווייב צו מופען ערגעץ אנדערש.

שוין, זעט אויס אז רוב עולם דא האט צוטוען מיטן "הארץ"... :lol:
viewtopic.php?f=98&t=30531

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:02 am
דורך זאכליך
סא אויב וועט קאסטן 750 א ס"פ ביזטו מודה אז מ'זאגט "בעסער בוי נישט, אזוי וועט דער עולם שנעלער מופן און ווייניגער זינקען אין חובות און ווייניגער הארץ אטאקעס", איא?

סא ביזט מודה צום געדאנק, די קריגסטוך נאר אויפן פרייז.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 3:22 am
דורך בן נון
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איך בין בכלל נישט דן צו הרב קעסקעד איז א צדיק צו נישט און צו ער גייט באקומען עולם הבא...פאר דעם.

מיין שאלה איז צו פאר די אידן דא איז א טובה דאס בויען די טייערע דעוועלאפמענטס צו נישט, און צו דער עולם האו הנאה דערפון.

גיי נישט אריין אין די ארטיסטען-שמירת עינים נושא.

(ביי דאמסי האט מען געבויעט א אידישע פראזשעקט לעבן אן ארטיסטישען און עס האט גראדע נישט אויסגעזען ווי דערעולם איז אזוי היסטעריש איבער דעם, אבי מען האט א דירה .)

קודם פריי איך מיך צו הערן אז דו גייסט נישט אריין אין די טענה׳ריי צו ער איז א צדיק אדער נישט. מיך האט זייער געבאדערט די וועג וויאזוי מען האט אים פערזענליך אראפגעריסן.

---
סאו די דיסעגריסט מיט נאמבער 2.

אויב ווילסטו וויסן אויף א אמת די תריץ דערצו, דארפסטו פרעגן מענטשן וואס קויפן דארט. נישט סתם מענטשן וואס זענען געסעטלט (צו אין וויליאמסבורג צו ערגעץ אנדערש) און פרעג זיי צו זיי פרייען זיך אז זיי האבן געטראפן א דירה צו קויפן,צו עס טוט זיי לייד.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:32 am
דורך verveist
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:דער עולם נעמט לעצטענס מער און מער אן די קאמיניסטישע/סאצליסטישע נישט תורה׳דיגע שיטות

און דער גאנצער װעלט איז זיי שולדיג אויסער זוך!

פונעם אנדערען זייט פון מויל איז מען גאר הייסע רעפאבליקאנער און טראמפיסטען...

#אקופאי װאל סטריט אלערט (קנאה?)
זעצט דיך אראפ אויף א בענקל זאלסט נישט חלשן, "קעפיטעליזם איז נישט תורהדיג, סאשעליזם יא!".


אין די 15 דאלער א שעה אשכול ברייט אויסגעשמועסט די נושא, עיי"ש ודי ודו"ק וק"ל


װייס איך נישט נאכװאס איך דארף מיך זעצען. די תורה פאסט זוך נישט פונקט אריין אין קיין איין ״איזום״ און די אלע איזומוס אליין האבען אויך פארשידנע פארמען װי עקסטרעים וכו׳ צו זיין

די תורה הק׳ הייסט טאקע געבען צדקה און ״פארשידנע זאכען װאס קענען אנגעריפען װערען ״סאשעל״ אבער די תורה הק׳ פארלאנגט נישט דער גביר צו לעבען װי דער ארימאן אדער פארקערט.
אז א איד קען זוך ערלויבען בעסערס/טייערעס אדער צו װאינען און ״אזוי גערופענע״ בעסערע געגענטער דארף מען נאך נישט צושטעלען די זעלבע פארען ארימאן (געװענלעך).

בכלל אז א איד האט א חפץ א קרקע בנין וכדו׳ האט ער אלע רעכטען צו פֿארדינען דערויף נארמאלע מארקעט פרייז אפגעזעהן צו ער האט שוין אויסגעצאלט דער פלאץ טויזענט אין איינמאל צו נישט און ער הייסט בכלל נישט קיין חזיר צו שלעכט ח״ו
(פארשטייט זוך ער דארף געבען צדקה װיפיל די תורה פארלאנגט פון אהים און אמאל איז א גרעסער מדריגה צו געבען אויף אזא אויפן װי געבען בילגער וכדו׳)

עני װעי צו שרייען רשעים אויף די גבורים אדער אויף סתם א מענטש װאס האט שוין אויסגעצאלט זיין דירה אדער איינער װאס ״פליפט״ וכדו׳ און אין די זעלבע צייט זיין א הייסע רופאבליקאנער קאנסערװיטיװ איז היבשט צומישעט!

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:27 am
דורך היימישער אינגערמאן
אממממ..נארמאלע.. מארקעט.. פרייז, די צוויי זאכן זענען א סתירה היינט צוטאג

גראדע יא דא גאנצעטע הלכות וויפיל מען מעג פארדינען, (חיי נפש איז נאך הארבער) ואכמ"ל.

און וואס איז מיט איינע פון די דריי מדות פון אידן וואס רופט זיך "רחמנות" און מיטגעפיל מיט א צווייטען איד...
נא וועי, נישט אין ביזנעס. ביזנעס איז אבאוו אלל.
#קאפיטעליזום, אמעריקאנער עבודה זרה (כידוע).

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:51 am
דורך לאלתר לחיים
בשעתו האב איך געהערט אז אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט געזאגט פאר ר'מנחם גרשון ווען ער האט אים געזאגט וועגן די מקח.
וז"ל "ווער זאגט אז ס'איז א מצווה אפשר טארן טאקע נישט אידן וואינען אין אזא'ן נידריגע מקום"
אבער פארשטייט זיך אז ער האט נאר געמיינט די נקודה למחשבה ולא למעשה. והמבין יבין און ווער נישט נישט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:07 pm
דורך techgig
שטענדיג האט געשריבן:
techgig האט געשריבן:
techgig האט געשריבן:איך הער אז מען פארקויפט שוין ביי cascade development

איינער ווייסט וועם מען דארף ריפן צו קויפן ?



באקומן אין אישי
Empire State Management
(718) 237-0200


בערך פון ווי פוהל (ווייניג) רעדט מען?


איך האב נישט גערעד ווגען פרייז זיי האבן נישט וואס איך זיך. ווי נאך קען מען קויפן?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:50 pm
דורך כאפצעם
ווער בויעט אויף מארסי x לארימאר?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 09, 2016 6:33 pm
דורך eller
דושינסקי ווער דען ?!

געשריבן: פרייטאג יוני 10, 2016 11:10 am
דורך סראלי
לאלתר לחיים האט געשריבן:
techgig האט געשריבן:איך הער אז מען פארקויפט שוין ביי cascade development

איינער ווייסט וועם מען דארף ריפן צו קויפן ?

יא. וויבאלד די בענק געבן יעצט נישט געהעריג קיין קאנסטראקשן הלוואות זענען זיי אנגעוויזן פאר געלט ממילא פארקויפט מען packages פון אפאר דירות און בסוד סודות אויך סינגלס.
רופן דוכט זיך דארף מען א זון (איך ווייס נישט זיין נאמען) פון דער מסירת נפש'דיגער דעוועלאפער ר' פישל דייטש וועלכע שטייט בראש המערכה. (קיין שום יודישער דעוולאפער וואלט נישט געקויפט פאר ביזנעס דעם לאט פאר אזא פרייז)
צוגעלייגט איז א בילד פון די בילדינג.


א ריזן סופערמארקעט קומט אויפ׳ן גראונד פלאור
https://www.dnainfo.com/new-york/201606 ... scade-site

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:12 am
דורך איך בין א יוד
האט נאך איינער אינטער זיין באזיץ די באשרייבונג און מאפעס,
וואס איז געוווען אין די היימישע צייטונגען
"פרישע וויליאמסבורגער גאסן פאר אידן",
וועד להחרבת ווילאמסבורג,

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:36 pm
דורך eller
ווער בויעט יעצט אויף העריסן ביי גערי ? א פערטל סקווער גאס. עפעס הער איך אז דארט גייט זיין נאר רייכע דירות פאר 600 דאללער א סקווער פיס ווייסט איינער מער דערוועגן ?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:57 pm
דורך א. טראכטער
eller האט געשריבן:ווער בויעט יעצט אויף העריסן ביי גערי ? א פערטל סקווער גאס. עפעס הער איך אז דארט גייט זיין נאר רייכע דירות פאר 600 דאללער א סקווער פיס ווייסט איינער מער דערוועגן ?

ר' אברהם בראך

---
רייכע דירות פאר 600 פער סקווער פיס...

די ווייסט אפשר די מארקעט פרייז אין ווילי?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm
דורך eller
א. טראכטער האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווער בויעט יעצט אויף העריסן ביי גערי ? א פערטל סקווער גאס. עפעס הער איך אז דארט גייט זיין נאר רייכע דירות פאר 600 דאללער א סקווער פיס ווייסט איינער מער דערוועגן ?

ר' אברהם בראך

---
רייכע דירות פאר 600 פער סקווער פיס...

די ווייסט אפשר די מארקעט פרייז אין ווילי?

דארט גייט זיין דירות פאר 2400 סקווער פיס מפי השמועה.

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 1:44 pm
דורך אדער יא
וואס איז די פלאן פון די דירות ביי בעדפארד פלאשינג און בעדפארד פארק, דאס גייט זיין צום פארקויפן אדער דינגן ?

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 2:37 pm
דורך איש האשכולות
געוועזענע קאנקארד פלאזא גייט זיין רענטעלס (זוי געהערט, כ'נעם נישט קיין אחריות)

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 2:43 pm
דורך farshlufen
איש האשכולות האט געשריבן:געוועזענע קאנקארד פלאזא גייט זיין רענטעלס (זוי געהערט, כ'נעם נישט קיין אחריות)

טרעילער דירות?

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 2:45 pm
דורך איש האשכולות
כ'האב נישט געזען די פלענס