באזעצן נייע וויליאמסבורגער גאסן - דער צייטווייליגער לייזונג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יוני 11, 2015 10:59 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:א סקיצע פון 802 מירטל עוו.

מיר קוקט אויס ווי די בילדינג ווערט לכתחילה געבויעט אז אויב וועלן יודן נישט אריינמופן דארט זאלעס זיין גוט צוגעשטעלט פאר גוים אן דארפן איבערמאכן צו סאך, די קארנער פארטשעס מיט די ביימער אויף די דאך מאכטעס אזוי אויסקוקן

מיר אויך, א קלוגער שריט גראדע

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יוני 11, 2015 11:03 am

מאנ-יימער האט געשריבן:אויך די שווארצע קאר פארנט פון די הויז... די ביימער איז סתם פאר אילוסרעישאן פוירפעסעס.

איך האב דעס אויך פארשטאנען, אבער דעס מיינט אז ער טראכט אויף שפעטער, משטעלט אויס די דאך אויף אזא וועג אז סאל זיין ווי זיך אראפצוזעצן,

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 11, 2015 11:07 am

נישט ממש אזוי. ביי די בילדינג וואס ר' פישל דייטש האט געבויעט פאר אידן אין דעם געגענט האט ער אויך צוגעשטעלט א הערליכע דאך ווי די קינדער זאלן קענען שפילן זינט די געביידע פארמאגט נישט קיין יארד, די זעלבע דא.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יוני 11, 2015 11:34 am

לאמפ, עס איז נישט "די דאך", קוק נאכאמאל אן די סקיצע און ברענג מיר איין אידישע געביידע אין וויליאמסבורג וואס קוקט אזוי אויס...
ווי געזאגט איז עס א קלוגע שריט און לגמרי נישט קיין עולה

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג יוני 11, 2015 12:28 pm

מיין מיינונג
אז די זייטיגע פארטשעס גייען ווערן פארבויעט נאכן סי.אף.אוי. אזוי ווי מ'טוט איבעראל.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג יוני 11, 2015 12:30 pm

ווען נישט וואלט ער נישט געלייגט די קליינע פארטש אין פראנט פון דעם...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 11, 2015 12:40 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:לאמפ, עס איז נישט "די דאך", קוק נאכאמאל אן די סקיצע און ברענג מיר איין אידישע געביידע אין וויליאמסבורג וואס קוקט אזוי אויס...
ווי געזאגט איז עס א קלוגע שריט און לגמרי נישט קיין עולה

איך האב געמיינט צו זאגן סעט-בעק. כמעט יעדע געביידע אין וויליאמסבורג וואס האט זיבן אכט שטאק איז אזוי געבויעט מיט א סעט-בעק אויף די טאפ פלאר.

וועגן די פארטשעס, מען קען זעהן אז דאס איז דעזיינט פאר אידן אז מען זאל קענען בויען כשר'ע סוכות.

אין עני קעיס בין איך נישט באזארגט אז דאס גייט גיין פאר גוים, ווייל די דירות גייט מען לכאורה פארכאפן אין נאו טיים זינט דער געגענט איז שוין היינט צוטאגס היבש באוואוינט מיט אידן. אדרבה, פרעגט אייך נאך ביי ר'יצחק דייטש וויפיל קאלס ער האט לעצטענס באקומען ווען ער האט געהאט אן עוועיליביליטי אין זיין בנין וואס איז ווייטער.

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » דאנארשטאג יוני 11, 2015 1:40 pm

די שאלה איז צו וועט ווילי אויסקוקען ווי קראון הייטס, מיט נאר איין סארט קרייז, אדער ווי הארלעם וואשינגטאן הייטס וואס נאר געציילטע בלייבן איבער?...

זעה דא מער איבער וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט תרפ"ו...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 11, 2015 5:12 pm

חניוק האט געשריבן:די שאלה איז צו וועט ווילי אויסקוקען ווי קראון הייטס, מיט נאר איין סארט קרייז, אדער ווי הארלעם וואשינגטאן הייטס וואס נאר געציילטע בלייבן איבער?...

זעה דא מער איבער וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט תרפ"ו...

וואס איז די עצה? מאכן עליה אפשר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 17, 2014 8:20 am

תגובהדורך קארן טשיפ » זונטאג יוני 14, 2015 9:42 am

איך בין דעי וואך געווען אין א אפארטמענט אין ווילי, נישט ביים עק שטאט, נאר אינעם סאמע צענטער שטאט, דיווישאן /לי געגנט, א דריי בעדראם דירה, שיין אבערגעבויעט, מיט א געהעריגע דיינינגראם. און נישט מער און נישט ווייניגער מיט א בלכענעם פנים זאגט מיר דעם לענדלער אז ס'גייט פאר ארטיסטען!! אין צענטער פון ווילי

איך מיין אז ס'איז א מורא'דיגע חוצפה פון א לענדלער. מילא ערגעץ ביי בראדוועי אדער ווילאבי/דיקאלב אקעי ער קען זוך אפשר פארענפערן, אבער לי עוו??

און איך גלייב נישט אז דער ארטיסט גייט צאלען מער ווי דעם יוד

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 16, 2015 4:55 pm

מוזט נישט גלייבן, ס'איז א פאקט!

---
די דיזיין פון עליאט שפיצער'ס דעוועלאופמענט אויף קענט עוו. צווישן בראדוועי און סאוט ניין.

SPITZERweb3-superJumbo[1].jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג יוני 16, 2015 5:02 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:מוזט נישט גלייבן, ס'איז א פאקט!

---
די דיזיין פון עליאט שפיצער'ס דעוועלאופמענט אויף קענט עוו. צווישן בראדוועי און סאוט ניין.

SPITZERweb3-superJumbo[1].jpg

נא גיי מיר קויפן א דירה דארט??

סייז וועט לכאורה נישט זיין צו קליין א קעגן די היינטיגע לעכלעך

פרייז? וואס טוט מען נישט צו וואוינען און וויליאמסבורג!!!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 17, 2015 2:12 am

מאנ-יימער האט געשריבן:מוזט נישט גלייבן, ס'איז א פאקט!

---
די דיזיין פון עליאט שפיצער'ס דעוועלאופמענט אויף קענט עוו. צווישן בראדוועי און סאוט ניין.

SPITZERweb3-superJumbo[1].jpg

לייג ביטע איבער די בילד ס'איז עפעס נישט אריינגעקומען אזוי קלאר...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג יוני 19, 2015 11:54 am

מישענדיג די שאפערס רוט אדער בולעטין נעכטן (כגעדענק נישט וועלעכע) זעה איך צוויי ריזיגע פילע פעידזשעס פון די וועד להצלת וויליאמסבורג,,, (אזוי הייסטעס?) אז דורכן זומער גייט מען אויפקומען מיט פונקטליכע פלענער וויאזוי מקען זיך צושפרייטען ארום ווילי און אזוי ארום לינדערן דעם דירות קריזיס און אטאמאטיש וועלן די דירות פרייזען פאלן, זיי האבן שוין אפילו גערעדט מיט אידישע הייזער אייגענטומער וואס זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן,
אזוי צו מאכן פורים פונעם עולם גולם אז סיז שרעקליך,, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוהן אויף איז אז די פרויען וואס זענען שוין געווען אביסל איבערצייגט אז מדארף אוועקמופן גייען יעצט צוריקציען ווייל סשטייט אפען אז סגייט זיין דירות און פרייזען גייען פאלן, חוץ דעם טוהן זיי גארנישט אויף, סתם מאכן דאס גענאר פון אונז,

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג יוני 19, 2015 11:57 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מישענדיג די שאפערס רוט אדער בולעטין נעכטן (כגעדענק נישט וועלעכע) זעה איך צוויי ריזיגע פילע פעידזשעס פון די וועד להצלת וויליאמסבורג,,, (אזוי הייסטעס?) אז דורכן זומער גייט מען אויפקומען מיט פונקטליכע פלענער וויאזוי מקען זיך צושפרייטען ארום ווילי און אזוי ארום לינדערן דעם דירות קריזיס און אטאמאטיש וועלן די דירות פרייזען פאלן, זיי האבן שוין אפילו גערעדט מיט אידישע הייזער אייגענטומער וואס זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן,
אזוי צו מאכן פורים פונעם עולם גולם אז סיז שרעקליך,, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוהן אויף איז אז די פרויען וואס זענען שוין געווען אביסל איבערצייגט אז מדארף אוועקמופן גייען יעצט צוריקציען ווייל סשטייט אפען אז סגייט זיין דירות און פרייזען גייען פאלן, חוץ דעם טוהן זיי גארנישט אויף, סתם מאכן דאס גענאר פון אונז,

האט מען נישט געדארפט אויפקומען מיט לעזונגען דעם פארלאפענעם זומער?...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג יוני 19, 2015 12:07 pm

די איינציגסטע עצה צו די דירות קריזיס איז אנהייבן צו דינגען און קויפן די הייזער וועלכע שטייען פאר ארטיסטן.

סקווער פיס זענען ביידע די זעלבע. סיי ווי און שטאט איז מען שוין גרייט אויפצוגעבן אויף די באקוועמליכקייטן פון א דיינונג רום און גרויסע קאך. אזוי וועט מען כאטש האבן א גרויסע פענסטער.

פרייז???

ביסט דאך עניוועי א מאבד עצמו לדעת....

אז א שנה ראשונה אינגערמאן זאל וואוינען און א דירה פון קרוב צו 3000 רענט [וואס ער באצאלט סיי ווי נישט] קאן ער וואוינען אויכעט פאר 5000...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג יוני 19, 2015 12:24 pm

סראלי האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מישענדיג די שאפערס רוט אדער בולעטין נעכטן (כגעדענק נישט וועלעכע) זעה איך צוויי ריזיגע פילע פעידזשעס פון די וועד להצלת וויליאמסבורג,,, (אזוי הייסטעס?) אז דורכן זומער גייט מען אויפקומען מיט פונקטליכע פלענער וויאזוי מקען זיך צושפרייטען ארום ווילי און אזוי ארום לינדערן דעם דירות קריזיס און אטאמאטיש וועלן די דירות פרייזען פאלן, זיי האבן שוין אפילו גערעדט מיט אידישע הייזער אייגענטומער וואס זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן,
אזוי צו מאכן פורים פונעם עולם גולם אז סיז שרעקליך,, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוהן אויף איז אז די פרויען וואס זענען שוין געווען אביסל איבערצייגט אז מדארף אוועקמופן גייען יעצט צוריקציען ווייל סשטייט אפען אז סגייט זיין דירות און פרייזען גייען פאלן, חוץ דעם טוהן זיי גארנישט אויף, סתם מאכן דאס גענאר פון אונז,

האט מען נישט געדארפט אויפקומען מיט לעזונגען דעם פארלאפענעם זומער?...

קען זיין סיז די פאריעדיגע פון פרשת קרח טאקע, כאב מיך גראדע געווינדערט פארוואס זיי לייגען עס נאכמאל אריין, סיז דאך שוין דא דירות און די פרייזען שוין געפאלן,

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 19, 2015 12:56 pm

זיי מיינען לכאורה ווילאנג דער עולם איז אין קאנטרי, זענען די דירות אין שטאט צו פארדינגען פאר ביליג.....

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג יוני 19, 2015 1:02 pm

סראלי האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מישענדיג די שאפערס רוט אדער בולעטין נעכטן (כגעדענק נישט וועלעכע) זעה איך צוויי ריזיגע פילע פעידזשעס פון די וועד להצלת וויליאמסבורג,,, (אזוי הייסטעס?) אז דורכן זומער גייט מען אויפקומען מיט פונקטליכע פלענער וויאזוי מקען זיך צושפרייטען ארום ווילי און אזוי ארום לינדערן דעם דירות קריזיס און אטאמאטיש וועלן די דירות פרייזען פאלן, זיי האבן שוין אפילו גערעדט מיט אידישע הייזער אייגענטומער וואס זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן,
אזוי צו מאכן פורים פונעם עולם גולם אז סיז שרעקליך,, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוהן אויף איז אז די פרויען וואס זענען שוין געווען אביסל איבערצייגט אז מדארף אוועקמופן גייען יעצט צוריקציען ווייל סשטייט אפען אז סגייט זיין דירות און פרייזען גייען פאלן, חוץ דעם טוהן זיי גארנישט אויף, סתם מאכן דאס גענאר פון אונז,

האט מען נישט געדארפט אויפקומען מיט לעזונגען דעם פארלאפענעם זומער?...

וועד להחרבת וויליאמסבורג (עפעס אזוי)

גראדע ווי יעך האב געזעהן דעם עד שטייט נישט קיין ווארט אז די פרייזן גייען פאלן [אויפן קאפ געפאלן? יא דאס זיכער]

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יוני 19, 2015 1:04 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מישענדיג די שאפערס רוט אדער בולעטין נעכטן (כגעדענק נישט וועלעכע) זעה איך צוויי ריזיגע פילע פעידזשעס פון די וועד להצלת וויליאמסבורג,,, (אזוי הייסטעס?) אז דורכן זומער גייט מען אויפקומען מיט פונקטליכע פלענער וויאזוי מקען זיך צושפרייטען ארום ווילי און אזוי ארום לינדערן דעם דירות קריזיס און אטאמאטיש וועלן די דירות פרייזען פאלן, זיי האבן שוין אפילו גערעדט מיט אידישע הייזער אייגענטומער וואס זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן,
אזוי צו מאכן פורים פונעם עולם גולם אז סיז שרעקליך,, די איינציגסטע זאך וואס זיי טוהן אויף איז אז די פרויען וואס זענען שוין געווען אביסל איבערצייגט אז מדארף אוועקמופן גייען יעצט צוריקציען ווייל סשטייט אפען אז סגייט זיין דירות און פרייזען גייען פאלן, חוץ דעם טוהן זיי גארנישט אויף, סתם מאכן דאס גענאר פון אונז,

זיי שרייבן נישט מיט אזא זיכערקייט ווי די לייגסט עס אראפ, זיי שרייבן נאר אז מעגליך ס'גייט אביסל פאלן אדער סטאבילעזירן די מצב.

ס'איז נישט דא קיין שום ענין אראפצורייסן עסקנים וואס זוכן אויפצטוהן און העלפן אנדערע, די עסקנים פון די וועד ווילן העלפן אויף דעם אופן, די האסט בעסערע עסקנות פלענער? אדרבה טוט צו דער זאך, אדער זייט עס מציע לרבים, אבער יענעם שוואך צו מאכן די פיס ווייל אפשר וועלן פרויען באיינפלוסט ווערן איז נישט מין הנימוס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג יוני 19, 2015 1:06 pm

נא_שכל האט געשריבן:

האסט איין נאמען פון א עסקן וואס די ווייסט האט אריינגעלייגט דעם עד? אויב יא געב זיי מוחל אהער זיין נאמען און נומבער איך זיך א דירה פאר ביליג, איך וויל וויסן ווי סגייט זיין

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יוני 19, 2015 1:22 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:האסט איין נאמען פון א עסקן וואס די ווייסט האט אריינגעלייגט דעם עד? אויב יא געב זיי מוחל אהער זיין נאמען און נומבער איך זיך א דירה פאר ביליג, איך וויל וויסן ווי סגייט זיין

איך וועל דיר שיקן אין אישי די נאמען פון אן עסקן אין וועד להצלת ווילאמסבורג (הגם ס'איז מיר בכלל נישט באקאנט אויב ער האט א שייכות מיט די עד), און איך מיין אז דער האט נישט קיין איין טענעט, קוים א דירה פאר זיך, ער איז א איד א ת"ח און זיין עסקנות איז לשם שמים.
אבער ער וועט אייך נישט קענען זאגען כזה ראה וקדש, כאפ דעם דירה ווייל דאס גייט זיין ביליג, ניין. נאר וואס דען, זייער פלאן און ציל איז צו לייגן דריק אויף אלע אידישע בעלי בתים ארום ווילאמסבורג אז זיי זאלן עס פארדינגן פאר אידן, און דעס אלעס זאל געשען אויפאמאל, אזוי וועט האפענטליך דעמאלט'ס אביסל פאלן די פרייזן.

איך פארשטיי אייער ווייטאג, ס'איז דרוקט גאר שטארק אויפ'ן הארץ ווען מען דארף זיך אריבערציען צו א גרעסערע דירה און ס'איז נישט דא ווי אדער איז עס נישט באצאלבאר, אדער געוואלד די עסקנים ווילן אייך העלפן נישט פארקערט, ממילא האט נישט קיין פשט זיין צו ארונטערייסן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 08, 2015 4:24 pm

דירות איז טאקע א פראבלעם אין ווילי אבער פון די אנדערע זייט איז דא גוטע ביזנעס אפערטוניטיס, ווייסעך שוין נישט צו ס'לוינט אוועקצומופן קיין אפסטעיט.

viewtopic.php?p=1077701#p1077701
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 08, 2015 4:47 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דירות איז טאקע א פראבלעם אין ווילי אבער פון די אנדערע זייט איז דא גוטע ביזנעס אפערטוניטיס, ווייסעך שוין נישט צו ס'לוינט אוועקצומופן קיין אפסטעיט.

viewtopic.php?p=1077701#p1077701

לייצעם!!!!!!!!!!!!!!!!!

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 10:33 am

זומער איז שוין באלד דורך און דער עולם הייבט זיך שוין אן צו פאקן, וואס טוצעך מיט די וועד להרחבת וויליאמסבורג? ווי זענען די ביליגע דירות וואס מהאט געדארפט טרעפן דורכן זומער? ווי זענען די גוט הארציגע יודן וואס האבן הייזער ארום וויליאמסבורג און זענען גרייט צו פארדינגען פאר יודן???

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט