יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:האסט איין נאמען פון א עסקן וואס די ווייסט האט אריינגעלייגט דעם עד? אויב יא געב זיי מוחל אהער זיין נאמען און נומבער איך זיך א דירה פאר ביליג, איך וויל וויסן ווי סגייט זיין
איך וועל דיר שיקן אין אישי די נאמען פון אן עסקן אין וועד להצלת ווילאמסבורג (הגם ס'איז מיר בכלל נישט באקאנט אויב ער האט א שייכות מיט די עד), און איך מיין אז דער האט נישט קיין איין טענעט, קוים א דירה פאר זיך, ער איז א איד א ת"ח און זיין עסקנות איז לשם שמים.
אבער ער וועט אייך נישט קענען זאגען כזה ראה וקדש, כאפ דעם דירה ווייל דאס גייט זיין ביליג, ניין. נאר וואס דען, זייער פלאן און ציל איז צו לייגן דריק אויף
אלע אידישע בעלי בתים ארום ווילאמסבורג אז זיי זאלן עס פארדינגן פאר אידן, און דעס אלעס זאל געשען אויפאמאל, אזוי וועט האפענטליך דעמאלט'ס אביסל פאלן די פרייזן.
איך פארשטיי אייער ווייטאג, ס'איז דרוקט גאר שטארק אויפ'ן הארץ ווען מען דארף זיך אריבערציען צו א גרעסערע דירה און ס'איז נישט דא ווי אדער איז עס נישט באצאלבאר, אדער געוואלד די עסקנים ווילן אייך העלפן נישט פארקערט, ממילא האט נישט קיין פשט זיין צו ארונטערייסן.