באזעצן נייע וויליאמסבורגער גאסן - דער צייטווייליגער לייזונג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
באזעצן נייע וויליאמסבורגער גאסן - דער צייטווייליגער לייזונג
אין די היימישע צייטונגען פונעם היינטיגן דאנערשטאג איז דא א קורצע באשרייבונג און מאפע פון די פרישע וויליאמסבורגער גאסן וואס זענען שוין באוואוינט דורך אריבער הונדערט משפחות מאחב"י ווי ווערנאן, ווילאבי, הארט, פולאסקי, טאמפקינס דיקאלב וכו' און איז יעצט לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי וויליאמסבורג קען ווייטער אויסשפרייטן אירע גרעניצען און געבן א געלעגענהייט פאר נאך קרוב צו פיר טויזענט אידישע משפחות צו וואוינען אין דעם חרדישער ישוב.
אין דעם געלעגענהייט איז וויכטיג ארויסברענגען אפאר זייער וויכטיגע פוינט'ס וואס מענטשן וואס קענען זיך נישט אויס אינעם געגנט זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם.
ווי באקאנט איז דער אלט באקאנטער שרעקעדיגע בעדפארד סטייוועסענט אין די לעצטע יארן געווארן טראנספארמירט צו די רואיגע בעד-סטיי און איז היינט די וואוין ארט פאר זייער אסאך היי קלעס גוים וואס זיכן צו זיין נאנט צו מאנהעטן אבער ווילן נישט צאלן די נארט וויליאמסבורגער רענט פרייזן וואס דאס האט געברענגט אז די ווייסע פאפולעשין האט זיך דארט געטריפעלט אין די לעצטע פאר יאר און האלט אין איין וואקסן ווען אין די זעלבע צייט טוט די שווארצע און לאטינא פאפולעשין שרינקען מיט יעדעס יאר וואס גייט פארביי און דאס און נאך אנדערע פאקטארן ווי בעסערע פאליציי שיץ האבן דראסטיש רעדוצירט די קריים ראטע אינעם געגנט און עס איז היינט מיינסטענס א שטילע און זיכערע נעבערהוד וואס דאס איז זייער גוטע נייעס פארן היימישער עולם וואס האבן מורא געהאט ביז לעצטענס זיך אויסצושפרייטן אין דעם געגנט.
אבער אין די זעלבע צייט מוז ארויסגעברענגט ווערן זייער א וויכטיגע פוינט בנוגע רענט פרייזן אין דעם געגנט, ווי פריער ארויסגעברענגט האט בעד-סטיי צוגעצויגן אין די לעצטע פאר יאר זייער אסאך פונעם היי קלעס און יאפי עלעמענט וואס האבן געהאלפן טוישן דעם געגנט צום גוטן אבער אין די זעלבע צייט דראסטיש געהעכערט דעם ריעל עסטעיט מארקעט, ווי למשל א בראונסטאון וואס איז אין יאר 11' געגאנגען פאר ארום א האלבע מיליאן האט היינט א פרייז טעג פון אריבער מיליאן דאלער! און פאר זייער א פשוטער סיבה ווייל די רענט אינקאום איז דראסטיש געשטיגן און לדוגמא פאר א 3 בעדרום אפט באקומט מען היינט 2600 ביז 2800 רענט אינעם געגנט וואס דאס האט געמאכט דעם נסיון ארויסצוגעבן דירות פאר גוים ענדערש ווי אידן ביטער שווער און דאס איז דער הויפט סכנה פארן געגנט.
מאכט זיך אבער אמאל יא א איד מיט מסירת נפש וואס קוקט נישט אויפן דאללער און איז יא גרייט צו געבן פאר אידן פאר 'ביליגער' ווי דעם ארטיגן מארקעט פרייז און בעט 'נאר' די וויליאמסבורגער פרייזן און דערלייגט שווערע טויזענטער'ס א יאר קומט דער ציבור אין קרימט מיט די נאז 'א חוצפה! אזויפיל צו בעטן פאר א דירה וואס איז נישט אינעם הארץ פון וויליאמסבורג' און אנשטאט צו באזינגען דעם איד פאר זיין מסירת נפש וואס אסאך זענען נישט בכח צו ביישטיין טוט מען אים גאר דערנידערן און אוועקנעמען דעם אפעטיט פון אנדערע צו פראבירן ארויסגעבן פאר אידן און דורך דעם ליידן מיר אלע ווייל אויב די גרעניצן וועלן זיך נישט אויסשפרייטן אין מען בלייבן קאנצענטרירט אינעם יעצטיגען געגנט וועלן די פרייזען זיך נאך מער הייבן.
אינטערשטער שורה:
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'דירות' קריזיס: די נייע וויליאמסבורגער גאסן.
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'רענט פרייזן' קריזיס: אפסטעיעט אדער א נייער ישוב
נאך אסאך געבליבען אין פענע... איך וועל אי"ה פראבירן צו זיין צירוק מיט א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם נושא סיי פונעם לענלארד'ס און סיי פונעם טענענט'ס פוינט אוו וויא.
הצלחה רבה
לאמפ

- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
לאמפ האט געשריבן:אין די היימישע צייטונגען פונעם היינטיגן דאנערשטאג איז דא א קורצע באשרייבונג און מאפע פון די פרישע וויליאמסבורגער גאסן וואס זענען שוין באוואוינט דורך אריבער הונדערט משפחות מאחב"י ווי ווערנאן, ווילאבי, הארט, פולאסקי, טאמפקינס דיקאלב וכו' און איז יעצט לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי וויליאמסבורג קען ווייטער אויסשפרייטן אירע גרעניצען און געבן א געלעגענהייט פאר נאך קרוב צו פיר טויזענט אידישע משפחות צו וואוינען אין דעם חרדישער ישוב.
אפשר קען איינער אהערברענגען די מאפע?
-
ביז וואו גייט די "יאפי געגנט"? און איז דא פאטענציעלן צו גיין מיט נאך עטליכע גאסן אהינציר און פארט האבן א ביליגע געגנט?
דא האט איר דעם מאפע
ווי זיי שרייבן אויפן מאפע האבן זיי נאר געלייגט פון פראפערטי'ס וואס זיי האבן קאנפירמד אז ס'באלאנגט צו אידן אבער ס'נאך דא אסאך אסאך מער לפי ידיעתי.

- אטעטשמענטס
-
- Williamsburg.pdf
- (163.39 KiB) געווארן דאונלאודעד 536 מאל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אויב די עבר לערענט אונז עפעס.. איז עס א לימוד אז נייע וויליאמסבורג איז ענדערש די חרבון ווי איידער א לייזנוג.
די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..
די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:הירשל ציג האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:אויב שוין קראוינהייטס קען מען ענדערש גיין קיין בלומינבורג אדער לאק שעלדריק
און אפשר גאר צו די אררט בערג
סאך בעסער פלאס סאיז ביליגער
דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט אויב שוין וכו', פאקט איז אז ווילאנג מ'בויעט נישט קיין שטעטל שפרייט זיך וויליאמסבורג אויס, ווי זאכן לויפן וועט מען לכאורה מערזשן מיט קראונהייטס ביז 20-25 יאר בערך
מחותן האט געשריבן:די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..
די מעלה פון דעם געגנט איז אז ס'רוב איז קליינע הייזקעלעך וואס באלאנגען צו פריוואטע בעל בתים און נישט צו דעוועלאפער אבער פון די אנדער זייט מאכט דאס אסאך אסאך שווערער ווייל עס איז א הויז ביי הויז שלאכט ספעציעל אזוי ווי דער מחותן האט געשריבן זענען ליידער דא אידישע דעוועלאפער וואס פרובירן אינטערצולייגן פיסלעך אז דער געגנט זאל נישט ווערן אידיש פאר זייער אייגענע אינטערעס.
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן עטליכע מאל ווי אידן האבן געקויפט פראפערטי אין די געגנט כדי צו בויען פאר אידן אבער נאכן קומען אונטער דרוק פון די דעוועלאפער'ס האבן זיי געברויכט טוישן די פלענער און איך גלייב אז דאס איז וואס שטייט אונטער דעם מאפע איז צו ברענגען אן אויפוואכונג ביים ציבור אז דא בויעט זיך א הערליכע עקסטענשיאן צו וויליאמסבורג אבער איז אים א סכנה פון אינטערגיין צוליב עטליכע מיט אינטערעסן.
מחותן האט געשריבן:אויב די עבר לערענט אונז עפעס.. איז עס א לימוד אז נייע וויליאמסבורג איז ענדערש די חרבון ווי איידער א לייזנוג.
די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..
אזא 'אקופיר וואל סטריט' סטיל תגובה קריצט מיר אין די אויערן, עס קען זיין אז אלץ א מחותן האסטו געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט א דעוועלאפער, אבער פאר דו גייסט העצן אויף אידישע ברודער ביטע גיי מאך ריסוירטש וויפיל א עס קאסט פאר דעם דעוועלאפער צו קויפן א סקווער פיס און אירע air rights, וויפיל עס קאסט צו בויען און רעכן אויך צו אלע tax, fees, and intrest וואס קומט צו, דערנאך קוק וויפיל מען בעט פון א איד און ווילאנג דער דעוועלאפער ארבייט אויף דעם פראיעקט.
למשל, אויב די אלע אויבנדערמאנטע קאסטען קומען אן צו בערך 300$ א סקווער פיס און דער דעוועלאפער פארקויפט עס פאר 430$ נאכן ארבעטן אויף דעם 2 יאר, קלער איך אז דאס איז א יושר'דיגע פרייז און דאס מאכט א מארקעט פרייז. מען קען נישט פארלאנגען אז פאר א ספעציפישע דעוועלאפמענט וואס האט נישט געהאט איינס אדער עטליכע פון די אויבנדערמאנטע קאסטען - אדער ווייל מען האט נישט געדארפט האבן קיין לאון אדער אויב דער לאט איז שוין געווארן אפגעקויפט אסאך יאר צוריק - אז דער דעוועלאפער זאל בעטן ביליגער ווי די מארקעט פרייז.
-
- שר העשר
- תגובות: 44
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm
לאמפ, איך ווייס נישט אויב די ביסטו אינגאנצן גערעכט ווייל די שטאטישע הייזער אויף פלאשינג, עלערי, און האפקינס גלייב איך נישט אז דעוולעפארס קענען דארט עפעס טון. די פראבלעם דארט איז סופליי און דימענד. סאיז דא זייער ווייניג אויף די מארקעט און ווען עפעס קומט ארויף ווערט א בידינג וואר צווישען היימישען עולם אז סהייבט זיך שנעל די פרייז
די גענגנט דא ווערט ביטער טייער אין די מארקעט וועליו, צוליב דעם דערמאנטן סיבה, ברוקלין ובפרט דאון טאון ברוקלין, ווערט מער און מער באזעצט מיט די יאפי'ס, וועלכע צאלן אין די שחקים אריין,
זעה איך נישט וואס די גדולה צו באוואוינען דא מיט נאך אידן (אלס די פרייז אויס),
מיר האבן זיך דא איינגעגעסן ווי א ווארים אין די קרויט, און ביז מען וועט אונז נישט אפשינדן די הויט, פשוטו כמשמעו, וועט מען זיך נישט רירן פון דא (צום וויפילטן מאל לייענסטו שוין דאס דא?....)
ווער ס'וויל זיך איבערצייגן זאל א קוק טון אין די ריעל עסטעיט נייעס...