פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.
פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.
פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.
איך בין געווען פאריגע וואך אויפן פערי וואס פארט פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן און אויפן סקרין איז געווען געשריבן אז זיי גייען אנהייבן סערוויס צו סטעטן איילענד, איך האב נישט געזען מער פרטים צ.ב. ווען עס גייט זיך אנהייבן אדער די פונקטליכע ראוטס.
נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס
געווען די וואך זייער א שיינע שבת אין סטעטן איילענד. ר׳ אראלע סאמעט מיט א שיין קבוצה מנגנים צווישן זיי חנא דייטש מיט די שפריי ברודער פון די שירה קווייער זענען געקומען אויפלעבן די שטאט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הערליכע ווארעמע קבלת שבת און די בעלזער שטיבל אויף וועלברוק עוועניו דערנאך איז די קבוצה ווייטער געגאנגען צום ישיבה נתיבות התלמוד אויף ברעדלי עוועניו צו פיהרן א הערליכע באטע ווי די בחורים האבן זיך געקאכט אין דעם שבת מיט שירות ותשבחות ביז צו די פריע פארטאגס שעות. די המשך פון די שבת איז ווייטער געווען און בעלזער שטיבל. גענדיגט האט זיך די שבת מיט די סעודת מלוה מלכה כסעודת שלמה בשעתו צוזאמען מיט א קומזיץ מיט פארמאכטע לעקטער ווי ס׳האבן זיך געגאסן טייכען טרערן פון אלע באטייליגטע מרוב התרגשות....
נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס
די מרחק פון סטעטען איילענד צו מאנהעטען איז פיר מאל ווייטער ווי סטעטן איילענד צו ברוקלין, די מאנהעטען פערי מיט אלטע שיפן נעמט 25 מינוט, לויט דעם חשבון דארף ברוקלין נעמען 5 - 10 מינוט. צו בעסער פארשטיין לייג איך דא ארויף א מעפ.
גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......
ערבי נחל האט געשריבן:גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......
די טיאריע שטימט נישט אינגאנצן ווייל ס'דאך דא די ס"א פערי וואס איז גענצליך פריי פון אפצאל
עסקנים אין סטעטן איילענד האבן אונטערגענומען א פעטיציע-קאמפיין אז די MTA זאל עפענען אן Express Routh פון די היימישע געגענט אין סטעטן איילענד קיין בארא פארק, א זאך וואס וועט שטארק פארגרינגערן די טראנספארטאציע אהין און צוריק
עס איז געווארן באשטעטיגט אז א נייע מיידל שולע וועט געעפנט ווערן צום נייעם שנת הלימודים אין סטעטן איילענד לטובת מאות תושבי העיר כן ירבו.
די מיידל שולע 'בנות חיה' פון בארא פארק האט נארוואס געמאלדן די דראמאטישע נייעס אז זיי זוכן א פאסיגע פלאץ פאר א נייעם פליגל אין סטעטן איילענד. דאס וועט ברענגן א פרישע פלייץ פון תושבים, בנוסף צו די יעצטיגע בערך 250 חסידישע תושבים.
ווי אויך וועט עס דינען אלס סקול פאר די צענדליגער תושבי לינדען ניו זשערזי, וואס געפינט זיך קנאפע 15 מינוט אוועק פון סטעטן איילענד.
נישטערנדיג אין די הויפנס פונעם גליון ״קול סטעטן איילענד״ האב איך געטראפן נאך א שיין הארציג בריוו צו די נשים צדקניות!
בס"ד
א ווארט פונ'ם דיין הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א דומ״ץ אין איינע פון די חסידישע קהילות אין סטעטן איילענד
עס איז באוואוסט וואס חז"ל זאגן אין מסכת סוטה (יא ע"ב): דרש רב עוירא "בשכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל ממצרים" (אין די זכות פון די נשים צדקניות וואס האבן געלעבט אין יענע צייט זענען די אידן אין מצרים אוסיגעלייזט געווארן), דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע ערקלערט די גמרא אויף מורא'דיגן אופן, אז ס'איז דאך באקאנט אז די אידן זענען געווען שוואכע בעלי אמונה און מצרים, און די מענער האבן גע'גט זייערע פרויען ווייל זיי האבן נישט געזען קיין עתיד, אבער "חכמת נשים בנתה ביתה", דאס איז מרים הנביאה וואס האט געגעבן אן עצה פאר איר פאטער עמרם אז ער זאל נאכאמאל חתונה האבן, און אלע אנדערע פרויען האבן איר נאכגעפאלגט און צוריק חתונה געהאט מיט די מענער און אזוי האבן זיי געהאט קינדער און אדאנק זיי איז פארבליבן אן עתיד פאר כלל ישראל. זעט מען אז די פרויען האבן יא געגלייבט אין די גאולה און אין זייער זכות איז מען טאקע אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, עכ"ל. זעט מען פון דעם אז דער כח פון נשים צדקניות איז דוקא אין דעם אז זיי האבן זיך נישט מייאש געווען פון די גאולה און זיי זענען די וואס האבן אריינגעברענגט א שטארקע אמונה אין די הערצער פון זייערע מענער זיך נישט צו לאזן נאר אויפשטעלן א דור וואס זאל ארויסגיין פון מצרים. אין אונזער דור איז דאס דער זעלבער זאך, מ'זאגט דאך אין די הגדה "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים", ממילא איז די יציאת מצרים פון יעדן דור אין זכות פון די נשים צדקניות פון יענעם דור. ווי איז דען פארהאן גרעסערע 'נשים צדקניות' וואס האבן גענומען אויף זיך דער זכות אויפצושטעלן אזא הערליכע שיינער פראכטפולער חסידישע ווינקעלע אין דעם שיינעם נייעם יישוב אין סטעטן איילענד, ס'איז נישט קיין ספק אז דער הצלחה פון דעם קהילה דאהי איז בלויז מיטן כח פון די אמונה, האפענונג און חיזוק וואס די פרויען געבן פאר זייערע מענער, בלויז אדאנק זייערע פרויען קענען די מענער עוסק זיין אין די עבודת הקודש פון יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, אויפצושטעלן אזא הערליכע שיינע פלאץ, אזא מקום תורה ותפילה, אזא הערליכע אחדות'דיגע קהילה וואס איז נישטא זיינס גלייכן, בלויז אדאנק די נשים צדקניות קענען די מענער קומען יעדע נאכט אין שטיבל און קובע זיין עתים לתורה, און די וואס זייערע מענער זיצן און לערנען אגאנצן טאג איז דאך שוין גאר א גרויסער זכות וואס איז אין לשער ואין לתאר. מיר זאגן אין די הגדה של פסח 'ושאינו יודע לשאול את פתח לו', זאגן די צדיקי הדעת א רמז, אז א איד וואס איז אין א מצב אז ער דארף א גרויסער ישועה אין דעם סדר נאכט, און ער ווייסט נישט דער וועג וויאזוי צו בעטן דעם טאטן אין הימל און און מיט וועלכע כח מ'קען בעטן פאר בני חיה ומזוני בשפע, זאגט אונזער דער בעל הגדה "את פתח לו", "את" איז דאך מלשון נקבה, א רמז אויף די נשים צדקניות אז אין זייער זכות ווערן געפנט די שערי שמים און שערי תפילה, און וואס א מענטש בעט גייט ארויף אין הימל און די תפילות ווערן נתקבל בזכות נשים צדקניות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם היינטיגן ליל סדר הבעל"א זאלן אלע ענעקערע תפילות נקבל ווערן לרחמים ולרצון, און איר זאלט זוכה זיין גדל צו זיין אייערע קינדער בנחת ובניקל, און האבן אלס וואס איר דארפט און זוכה זיין אויפצושטעלן א דור ואוס זאל זיך נישט שעמען מקבל צו זיין פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.