דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

שליבוביץ האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:דאס איז דער וועכענטליכער בוללעטין

זייער בא'טעמ'טער אויסשטעל און ליינבאר, ווער מאכט דאס?

א סקווערע אינגערמאן. הר״ר שלום זילבער הי״ו
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

אינטרעסאנטער זאך די וואך אין סטעטן איילענד, סיי דער סקווערער דיין און סיי דער בעלזער דיין האבן שידוכים געטאהן בשעה טובה. דער רבש״ע זאל שיקען נאך און נאך שמחה פאר אלע פרישע איינוואינער מתוך נחת והרחבה. מען דארף שוין בויען א חתונה האלל...
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

ערבי נחל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דער מקילניצער איז אן אייניקל פונעם ר״ר העשיל?

די מקילניצער רב איז א זוהן פון די טארנפאלער רב אין בארא פארק.
גאר א חשובער רב. ער האט א גאר חשובע כלל חסידי בית המדרש מיט גאר חשובע חסידישע אינגערלייט פון אלע קרייזן.
נאך א גרויסע מעלה האט זיין בית המדרש אז מ׳רעדט נישט דארט ביים דאווענען.

לשבחו פון הרב באב״ד מוז געזאגט ווערען אז ער האט געמופט קיין סטעטן איילענד בלויז צוצושטעלען פארן ציבור א ביהמ״ד מיט א מקווה אין א צייט פון נויט. ער האט נישט געמופט פאר זיינעט וועגן, ער האט געקענט עפענן א שוהל אין ב״פ עני טיים. ממנו יראו וכן יעשו נאך בנש״קלעך אויפצוטוהן פאר אידישקייט און בויען שוהלן אין נייע געגנטער אוואו עס מאכט א דיפפערענס פארן ציבורישע עולם.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

נאך א מעלה פאר סטעטן איילענד. יעצט אין די שווערע היצן באמערק איך אז סטעטן איילענד איז 5 דעגריס קילער פון ברוקלין.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:נאך א מעלה פאר סטעטן איילענד. יעצט אין די שווערע היצן באמערק איך אז סטעטן איילענד איז 5 דעגריס קילער פון ברוקלין.

אפסטעיט איז צווישען 10 און 15 דעגרי קילער ווי אין ברוקלין אפשר מופט מען אהין ? ווי איך בין יעצט אין אפסטעיט איז 16 דעגריס קילער פון ברוקלין
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

דאס קלימאט און וועטער פון אן ארט איז א קובע אינעם דעסישען פון מענשען ווען זיי קלויבן א וואוינארט. לייקוואוד איז אסאך הייזער און מער יומיד פון ברוקלין.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דאס קלימאט און וועטער פון אן ארט איז א קובע אינעם דעסישען פון מענשען ווען זיי קלויבן א וואוינארט. לייקוואוד איז אסאך הייזער און מער יומיד פון ברוקלין.

לעיקוואד איז בדרך כלל 2-3 דעגרי ווארימער ווי ברוקלין, אבער ביינאכט איז די לופט בעסער, און די וואס וואוינען ארומגענומען מיט גרויסע ביימער פילן נישט די היץ אזוי שטארק ווי אין ברוקלין.
אין מציאות, האב איך מיך געקענט אראפזעצן אין מיין בעקיארד די פארגאנגענע שבת אין א גוטע שאטן און נישט געפילט אזוי די היץ, ווי אין מיין פראנט וואס האט נישט קיין ביימער.
נישט פארגעסן, אז אין אפאר חדשים קומט ווינטער און אין פאקט איז געווען גענוג מאל די פארגאנגענע יאר וואס אין ברוקלין איז געווען א שווערע שניי און אין לעיקוואד איז געווען א קאלטע רעגן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דאס קלימאט און וועטער פון אן ארט איז א קובע אינעם דעסישען פון מענשען ווען זיי קלויבן א וואוינארט. לייקוואוד איז אסאך הייזער און מער יומיד פון ברוקלין.

טאקע וועגן דעם גלייך איך מער אפסטעיט ווי די סיטי
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

פריער אין די אשכול האט איינער געבעטן א בילד פון די קעפ. אזוי ווי ס'שוין אפרא בלעטער צוריך ברענג איך די ארטיקל פון פריש!

פראגע: וועלכע סארט הייזער זענען אלס פארהאן צו קויפן אין סטעטן איילענד?
ענטפער: עס זענען פארהאן עטליכע קאטאגאריעס פון הייזער וואס זענען פארהאן אויפ'ן מארקעט, מיר וועלן אי"ה דורכאויס די קומענדיגע גליונות ערקלערן די אלעס ארט הייזער, זייערע מעלות און אייגנשאפטן און מעגליכקייטן און פאר וועמען זיי זענען צוגעפאסט.
די ליסטע פון הייזער זענען ווי פאלגענד:
קעיפ – Cape
רענטש – Ranch
היי רענטש – Hi Ranch
סעמי עטעטדשט 3 שטאק - Semi Attached
סעמי עטעטשעט 4 שטאק - Semi Attached
עטעטשד - Semi Attached
קאלאניעל - Semi Attached

מיר וועלן אנהויבן מיט א "קעיפ".
די סארט הייזער זענען זייער פאפולער אין סטעטן איילענד. דער לאט איז געווענליך 40 ביי 100 און דער עצם הויז איז 25 ביי 35 וואס איז טאקע קליין, אבער פארמאגט גאר אסאך פאטענציעלן. דער הויז קומט מיט א בעיסמענט, א הויפט שטאק און א צווייטע שטאק וואס איז שוין לעגאל א בוידעם כאטש מ'קען רואיג וואוינען דערין.
לויט די זאונינג רעגולאציעס קען מען פארניצן ביז 50 פראצענט פון די סקווער פוס פון דעם לאט צום וואוינען, און עס ווערט נישט דערין אריינגערעכנט די בעיסמענט און דעם בוידעם, די הייזער וויאזוי זיי קומען פארניצט קוים 900 סקווער פוס, אבער טעכניש קען מען פארברייטערן ביז 1000 סקווער פוס פלאס דער בעיסמענט און בוידעם, דאס באדייט אז מ'קען זיך פארברייטערן לאורך ולרחוב און באקומען זייער א רחבות'דיגע דירה.
די הויפט מעלה פון די הייזער איז אז זיי זענען זייער ביליג, ממילא איז עס געאייגנט פאר א משפחה וואס קען זיך נישט ערלויבן לעת עתה צו באצאלן א טייערערע פרייז אבער עס איז דא די אפציע עווענטועל צו פארברייטערן מיט די געוואוקס פון די משפחה און וואוינען מיט אן אויסטערלישע רחבות, און עס קאסט בכלל נישט טייער.
די סארט הייזער לויפן אין די געגענט פון 400-500 טויזנט דאלאר, געוואנדן אין די צושטאנד פון דעם הויז.
אזא הויז איז א געוואלדיגע אפציע פאר איינעם וואס וויל זיך אין דעם צוקונפט
באזעצן אין סטעטן איילענד אבער ער איז נאך נישט גרייט כרגע דערצו קען ער
דאס קויפן יעצט ווען ס'איז נאך רעאלאטיוו ביליגער, און די הויז קען מען פארדינגען ביז איר זענט גרייט זיך אריבערצוציען.
צוריק ארויף

קרעדיט - גליון קול סטעטן איילענד מיט רשות
אטעטשמענטס
א &quot;קעיפ&quot; הויז, מערקט דעם גרויסע בוידעם וואס די שטאט<br />רעכענט נישט פאר סקווער פיס אבער דאך איז לעגאל עס<br />צו שיטראקן און אנהייצן. אויך איז לעגאל צו מאכן די דאך<br />אנשטאט שיף כמעט גראד דאן וועט דאס זיין ווי א געהעריגע<br />שטאק אבער בלייבן מיט דעם לעגאלן נאמען ״בוידעם״
א "קעיפ" הויז, מערקט דעם גרויסע בוידעם וואס די שטאט
רעכענט נישט פאר סקווער פיס אבער דאך איז לעגאל עס
צו שיטראקן און אנהייצן. אויך איז לעגאל צו מאכן די דאך
אנשטאט שיף כמעט גראד דאן וועט דאס זיין ווי א געהעריגע
שטאק אבער בלייבן מיט דעם לעגאלן נאמען ״בוידעם״
cape.jpg (127.58 KiB) געזען 2875 מאל
לעצט פארראכטן דורך ערבי נחל אום מאנטאג יולי 22, 2019 8:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

"היי רענטש"
אצינד וועלן מיר אויסשמועסן א "היי רענטש" וועלכער איז אויך גאנץ פאפולער
אין סטעטן איילענד.
א "היי רענטש" איז א פערפעקט הויז פאר איינער וואס וויל א גרויסע דירה אן
צו דארפן אריינלייגן אסאך געלט דערין, די הייזער זענען געבויעט געווארן 30/40
יאר צוריק, דאס הייסט אז ס'איז רעאלאטיוו ניי, אין מערסטנס הייזער זענען נאך
אלע אינפאסטרוקטור ווי עלעקטריק, געז פלאמבינג אין גאר א גוטן צושטאנד און
מ'דארף דארט גארנישט טוישן.
גענוי ווי א 'קעיפ' געפינט זיך דער היי רענטש אויף א 100/40 לאט, אבער דא
איז שוין אויסגעניצט געווארן די מאקסימאלע לעגאלע סקווער פוס וואס מ'קען
ניצן, דאס הייסט א סך הכל פון 4000 סקווער פוס! און מיט דעם אלעם, אויב
ווילט איר קענט איר ארויפציען נאך א שטאק וואס זאלן נאכקומען די פארשריפטן
עס זאל הייסן א "בוידעם" אבער כמעט קיינער האט עס נאך נישט געטוהן ווייל
מ'האט איבערגענוג פלאץ.
דער היי רענטש איז אויסגעשטעלט ווי פאלגענד: אויפ'ן אויבערשטן שטאק
איז דער הויפט דירה, דארט געפינט זיך א דיינונג רום, א קיך און דריי בעדרומס.
דער קיך איז געווענליך אין א גוטן צושטאנד אבער אויף א גוי'אישן שטייגער,
דעריבער טוען רוב אידישע קויפער אריינלייגן א נייע קיך צוגעפאסט צו א אידישע
כאראקטער און עס דארף נישט קאסטן מער ווי אפאר טויזנט דאלער,
אויפ'ן ערשטן שטאק איז פארהאן א "גאראדש" וואס ווערט נישט גערעכנט פאר די לעגאלע סקווער
פוס און מ'קען דארט מאכן א ספרים שטוב, א שפיל צימער אדער אפילו א
געסט צימער, אויסער דעם איז פארהאן א גרעסערע צימער וואס ווערט גערופן
א "פאמיליע רום" מ'קען זיך באניצן דערמיט אויף וואס מ'וויל, און נאכדעם איז
פארהאן בערך 800 סקווער פוס וואס איז א 'רענטל' וואס מ'קען פארדינגען,
עס קומט דארט א קיך, א דיינונג רום, צוויי שלאפצימער, א ביה"כ. מ'קען עס
פארדינגען פאר בערך 1,500 דאלאר און עס פארמאגט אן עקסטערע אריינגאנג
דערנאך איז דא א בעיסמענט וועלכער איז אזוי גרויס ווי אלע אנדערע שטאקן און מ'קען
דארט טוהן וואס דער הארץ באגערט, טייל מאכן דארט א שיינעם שפיל צימער, א פסח
קיך, נאך שלאפצימערן, אפילו א דירה'לע, א לאנדרי רום. די אויסוואל איז ברייט.
דער הויז פארמאגט דריי בית הכסא'ס, צוויי אויבן אויבערשטן שטאק און נאך איינס אויף דעם
ערשטן שטאק. דער הויפט מעלה פון די היי
רענטשעס איז אז ס'איז נייערער הייזער, געווענליך פעלט זיך נישט אויס מער ווי
פעינטן און סקרעיפן, א נייער קיך און ס'איז גרייט. עס איז אויך פארהאן די אפציע
צו פארוואנדלן דעם אונטערשטער דירה אין איין גרויסע דירה מיט אויבן. און דאן
האט מען א ריזן געביידע המרחיבה דעתו של אדם.
פרייזן פון היי רענטשעס לויפן אין די געגענט צווישן 800 און 900 טויזנט
דאלאר מיט א בעיסמענט, און צווישן 750 און 850 אן א בעיסמענט ס'יאז דא
גאנץ ווייניג דערפון און ווען עס קומט ארויף ווערט עס צעכאפט. ]אין פארגלייך צו
בארא פארק קענען אזוינע לאטס און הייזער דערויף לויפן צווישן 2 און 3 מיליאן
דאלאר![
אה, און נאך איין זאך! א היי רענטש קומט געווענליך מיט צוויי דרייוו-וועיס,
אויסער די סטריט פארקינג וואס איז געווענליך רעזערווירט פאר דעם בעל הבית.


קרעדיט - גליון קול סטעטן איילענד מיט רשות
אטעטשמענטס
א &quot;היי רענטש&quot; הויז אין סטעטן איילענד
א "היי רענטש" הויז אין סטעטן איילענד
hr2.jpg (119.4 KiB) געזען 2868 מאל
דער Floor Plan פון דער אויבערשטע דירה אין א 'היי רענטש
דער Floor Plan פון דער אויבערשטע דירה אין א 'היי רענטש
hr.jpg (77.56 KiB) געזען 2868 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פאר פופציג טעג האב איך מיך איינגהאלטן גארנישט געשריבן און כמעט נישט געקומען אהער, היינט בינעך ביסל נייגעריג געווען וואס דער מאלער האט צו זאגן, בינעך געקומען אויף מיין אלטן קרעטשמע, זע איך מען שרייבט דא זעלכע שטותים און ראסיזים א מין לשון אויף א ריזן ריזן חלק פון כלל ישראל וואס וואוינט היינט אין אפסטעעיט,
בכלל מאכט דיין געשרייבעכץ נישט קיין סענס קעגן דזויזי סיטי און לעיקוואד (אודאי האט יעדע זאך מעלות און חסרונות און יעדער זאל ועגן פאר דיר און דו וועג פאר דיר אבער וואסערע מין געשרייבעכץ איז דאס פויערן אפגעזונדערטע קעגן טיכטיגע ציוויליזירטע איר זענט ניקסט ציוויליזירט אזוי צושרייבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

כאב עס אויך יעצט באמערקט און געוואלט ראגירן , אהער נאכן שרייבן אז ער קומט פון וויליאמסבורג דערנאך בארא פארק און סטעטען איילענד איז די זאך פארשטיי מיר שוין אלעס

פעלט נישט אויס צו ענטפערן

בכלל אז עס וואינען היינט צוטאגס איבער 20 טויזענט חסידישע משפחות אפסטעיט
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

lebediger berel האט געשריבן:
ריטשמאנער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פאר פופציג טעג האב איך מיך איינגהאלטן גארנישט געשריבן און כמעט נישט געקומען אהער, היינט בינעך ביסל נייגעריג געווען וואס דער מאלער האט צו זאגן, בינעך געקומען אויף מיין אלטן קרעטשמע, זע איך מען שרייבט דא זעלכע שטותים און ראסיזים א מין לשון אויף א ריזן ריזן חלק פון כלל ישראל וואס וואוינט היינט אין אפסטעעיט,
בכלל מאכט דיין געשרייבעכץ נישט קיין סענס קעגן דזויזי סיטי און לעיקוואד (אודאי האט יעדע זאך מעלות און חסרונות און יעדער זאל ועגן פאר דיר און דו וועג פאר דיר אבער וואסערע מין געשרייבעכץ איז דאס פויערן אפגעזונדערטע קעגן טיכטיגע ציוויליזירטע איר זענט ניקסט ציוויליזירט אזוי צושרייבן



יישר כח, ערעב בערעלע. ריכטיגע רייד.

אגב, שלום עליכם, מיר האבן שוין געבענקט, ביטע בלייבן דא אביסל פארברענגען, מיר דארפן אזעלכע אידן ווי אייך מיט אונז, דאס א. אידנטוהם האט אייך שוין מוחל געווען..
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

סעמי עטעטשד
אטעטשמענטס
סעמי עטעטשד
סעמי עטעטשד
7DB0E2D6-4F73-4C19-AA7B-00FC9FA951FD.jpeg (510 KiB) געזען 2566 מאל
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

lebediger berel האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פאר פופציג טעג האב איך מיך איינגהאלטן גארנישט געשריבן און כמעט נישט געקומען אהער, היינט בינעך ביסל נייגעריג געווען וואס דער מאלער האט צו זאגן, בינעך געקומען אויף מיין אלטן קרעטשמע, זע איך מען שרייבט דא זעלכע שטותים און ראסיזים א מין לשון אויף א ריזן ריזן חלק פון כלל ישראל וואס וואוינט היינט אין אפסטעעיט,
בכלל מאכט דיין געשרייבעכץ נישט קיין סענס קעגן דזויזי סיטי און לעיקוואד (אודאי האט יעדע זאך מעלות און חסרונות און יעדער זאל ועגן פאר דיר און דו וועג פאר דיר אבער וואסערע מין געשרייבעכץ איז דאס פויערן אפגעזונדערטע קעגן טיכטיגע ציוויליזירטע איר זענט ניקסט ציוויליזירט אזוי צושרייבן

ענטשולדיגט מיר, ווער קען זיך דינגען מיט דעם אז א דארף איז מגדל מצומצמים און איזולירטע מענשען בגשם וברוח. און אזוי איז אייביג געווען סיי ביי אידן און סיי ביי די גוים להבדיל. קענט איהר דען צושטעלן א איד וואס שטאמט פון שאראשפאטאק, פישפיקלאדיין, אדער רקאקאשפאלאטא צו א איד פון א גרויסער שטאדט ווי מונקאטש, חוסט, אונגוואר, אדער ווער רעדט נאך קראקע צו וויען? ס׳קענען וואוינען פופציג טויזנט אידען אפסטעיט, סדא גענוג פלאץ אין דארף.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ס'איז נישט דא די פלאץ פארדעם, אבער אז דו שרייבסט אזעלכע ווערטער מוז מען מגיב זיין.

עס איז א דרגה אין נאאיוויטעט צו זאגן, אז וויליאמסבורג אדער ב''פ - אין דיינע ווערטער - "פראדעצירט מער טיכטיגע, ציוויליזירטע מענטשן, נוחים לשמים ולבריאות," ווי מאנסי אדער ק''י.

כנלענ''ד.
ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערבי נחל »

גוט געשריבן. סיטי איז סיטי דארף איז דארף. יעדער וועסט ס׳איז א חילוק. דאס ברויך נישט פוגע זיין אין קיינעם. ס׳איז פשוט א מציאות.
אוועטאר
בעקער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 11:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקער »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

איך ווייס נישט אויב איר זענט באהאווענט מיט מאנסי אין ק"י אבער איך מיין אז סטעטן איילענד איז איז דארפיש אנקעגן זיי.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ערבי נחל האט געשריבן:גוט געשריבן. סיטי איז סיטי דארף איז דארף. יעדער וועסט ס׳איז א חילוק. דאס ברויך נישט פוגע זיין אין קיינעם. ס׳איז פשוט א מציאות.

#דאפעלטע ניק אלערט
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בוללעטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

סטעטן איילענד בוללעטין פרשת פנחס
אטעטשמענטס
0001.jpg
0001.jpg (407.3 KiB) געזען 2363 מאל
0002.jpg
0002.jpg (414.64 KiB) געזען 2363 מאל
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ערבי נחל האט געשריבן:גוט געשריבן. סיטי איז סיטי דארף איז דארף. יעדער וועסט ס׳איז א חילוק. דאס ברויך נישט פוגע זיין אין קיינעם. ס׳איז פשוט א מציאות.

טאמער 20 טויזענט משפחות אין מאנסי און 6 טויזענט משפחות אין קרית יואל הייסט א דארף , דעמאלס בין איך שטארק חושש אז די ביזט אויפגעוואקסן אין א דארף אדער א שטאל...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

רואיג! האט געשריבן:ס'איז נישט דא די פלאץ פארדעם, אבער אז דו שרייבסט אזעלכע ווערטער מוז מען מגיב זיין.

עס איז א דרגה אין נאאיוויטעט צו זאגן, אז וויליאמסבורג אדער ב''פ - אין דיינע ווערטער - "פראדעצירט מער טיכטיגע, ציוויליזירטע מענטשן, נוחים לשמים ולבריאות," ווי מאנסי אדער ק''י.

כנלענ''ד.



עפן עני אשכול מיט **** **** אינעם קעפל. און זאג מיר צו עס איז א נאאיווקייט, יעדע מאל נאכן ליינען פארקלאפט מיר די אפעטיט פון אהינגיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

די עולם דא מאכט זיך ווי זיי פארשטייען טאקע נישט.

יא! ס'איז דא א חילוק פון קינדער וואס קומען פון טאהש, גיבערס, צו קינדער וואס קומען פון מאנסי און מאנרא, צו קינדער וואס קומען פון בארא פארק און וויליאמסבורג.

מ'האט שוין עטליכע מאל אויסגעשמיסט דעיע נושא.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איך פארשטיי אז א סביבה האט א שטארקע השפעה אויף די מענטשן.

איך האב מיר ספעציפיש באצויגן צי די ווערטער:

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:א שטאט פראדעצירט מער טיכטיגע, ציוויליזירטע מענטשן, נוחים לשמים ולבריאות.


מער טיכטיג? יא, אין שטאט זענען זיי לכאורה מער טיכטיג. אין דארף זענען די דארפסלייט מער טיכטיג.

אבער בעיקר איז די קומענ'דיגע ווערטער, אויב פארשטייסטו נישט אז אן אנדערע קולטור/ראסע/שטאט - אפילו זיי זענען זייער אנדערש ווי דיר. - זענען זיי נאך אלץ פונקט אזוי ציוויליזירט, פונקט אזוי נוחים לשמים ולבריאות. נו שוין, נעבעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”