קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שכח, גיי מיר בל"נ פרובירן די מיליכיגע רעסטוראנט אויב די צייט וועט ערלויבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

lebediger berel האט געשריבן: און מעגסט האבן א ווארימע פלאס א הייסע מקוה ווען כ'וועל באזוכן אין א קאלטע ווינטערדיגע פרייטאג

איר האט א גוטע טעיסט!
וויפיל מקוה געלד זענט איר גרייט צו צאלן? :smile:
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קונדיטון האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן: און מעגסט האבן א ווארימע פלאס א הייסע מקוה ווען כ'וועל באזוכן אין א קאלטע ווינטערדיגע פרייטאג

איר האט א גוטע טעיסט!
וויפיל מקוה געלד זענט איר גרייט צו צאלן? :smile:

הא, הא, מוסדות בלומינגבורג וועלן זיך אויפהאלטן אויף מיין מקוה געלט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אקטועלע מעלדונג: יעדן דאנערשטאג נאכט [אין די זומער וואכן] וועט פארקומען בעז"ה א מנין מעריב אום 10:30 אין ביהמ"ד בית יושע אויף טשערי קארט.

ספעציעל געאייגנט פאר די פילע רייזענדע בליע"ה, דער שול איז א קנאפע 4 מינוט דרייוו פון די ניו יארק סטעיט ראוט 17 [פיוטשער אינטערסטעיט 86] עקזיט 116. https://www.google.com/maps/dir/41.5527 ... 479687!3e0

די וואס גלייכן א שארטקאט... איז איין ארויסגאנג פריער אביסלע שנעלער (עקזיט 118, עס איז נישטא קיין עקזיט 117 אויפן סעווענטין).
https://www.google.com/maps/dir/41.5181 ... 479687!3e0
אטעטשמענטס
מעריב_001.jpg
מעריב_001.jpg (123.33 KiB) געזען 2817 מאל
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

Capture.PNG
Capture.PNG (16.49 KiB) געזען 2186 מאל

Capture (1).PNG
Capture (1).PNG (18.33 KiB) געזען 2186 מאל

Capture.PNG
Capture.PNG (15.15 KiB) געזען 2434 מאל
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

א אינטערסאנטע ארטיקל אין פארגאנגענע וואך 'דער איד' איבער די אידישע היסטארי פון דעם שטעטל.
@SatmarKYL: Read the interesting historic article in Der Yid about Yidishkeit in our Kirya throughout the years https://t.co/mmBMrwnzt4 ...
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

lebediger berel האט געשריבן:שכח, גיי מיר בל"נ פרובירן די מיליכיגע רעסטוראנט אויב די צייט וועט ערלויבן

נו טייל מיט מיטן ציבור
ביזט דארט געווען? וואס איז דיין עקספיריענס?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פריינד האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:שכח, גיי מיר בל"נ פרובירן די מיליכיגע רעסטוראנט אויב די צייט וועט ערלויבן

נו טייל מיט מיטן ציבור
ביזט דארט געווען? וואס איז דיין עקספיריענס?

אני הק׳ הייתי שם, פיינע פרישע עסן. זייער גוטע עקפיריענס
על "טעם וריח" אין להתווכח
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס איז די מעשה מיטן פארקויפן די היסטארישע בילדינג?

אריינקומנדיג ביי עזיט 113 האביך געזען סיינס קעגן פארקויפן די בילדינג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פריינד האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:שכח, גיי מיר בל"נ פרובירן די מיליכיגע רעסטוראנט אויב די צייט וועט ערלויבן

נו טייל מיט מיטן ציבור
ביזט דארט געווען? וואס איז דיין עקספיריענס?

הרב פריינד איר זענט שוין דארט געווען ? אויב יא וויאזוי איז געווען דיין עקספיריענס
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

נא_שכל האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן פארקויפן די היסטארישע בילדינג?

אריינקומנדיג ביי עזיט 113 האביך געזען סיינס קעגן פארקויפן די בילדינג.


די רעדע איז איבער א בנין כמעט 200 יאר אלט (197 יאר, צו סיין פונקטליך) וואָס שטייט אין צענטער פון שטאָט גראד נעבן די בנין פון מוסדות סאטמאר אויף מעין סטריט.

העכער פערציג יאר צוריק איז געגרינדעט געווארן אן ארגענעזאציע וואס זייער ציל איז צו פרעזערווירן דעם בנין און נוצן עס פאר א מוזעאום צו צייגן פאר באזוכער איבער די היסטאריע פון דעם אלטן בנין.

פאר ארום צוואנציג יאר צוריק האט דער טאון אוו מאמאקעיטינג (בלומינגבערג איז א טייל פונעם טאון) באקומען די בנין פון די סאליווען קאנטי און עס פארדינגן פאר די מוזיאום ארגאניזאציע, וואָס צאלן א דאלער פער יאר, זיי האָבן זיך אונטערגענומען אויפצוהאלטן און פרעזעווירן די בנין.

למעשה איז דער בנין נישט אין באנוץ בדרך כלל און איז אין א שטארק נאכגעלאזטע צושטאנד, אסאך ווייעלעשאנס, עס איז א שטיק צייט געווען בכלל אפגעשלאסן דורך די בילדונג דעפארטמענט צוליב די סכנה'דיג צושטאנד.

העכער א יאר צוריק האט דער טאון סופערווייזער באשלאסן אפצושטעלן די קאנטראקט מיט די ארגאניזאציע און געמאכט א הסכם מיט א קירכע פון מידעלטאון זיי עס צופארקויפן פאר 85 טויזענט טאלער בתנאי אז זיי גיין עס נוצן. זיין טענה איז געווען אז די בנין איז נאכגעלאזט און בכלל איז א שאד אז ס'פיסטעוועט אוועק.

נאכן דורכגיין אלע פראצעדורן איז דער מכר באשטעטיגט געווארן דורך די טאון באורד (אלע חוץ דער בלומינגבערגע קאנסילמאן האבן געשטימט צו פארקויפן).

די געזעץ זאגט אז אויב טוהן א געוויסע צאל מענטשן אריינגעבן א פעטיציע אקעגן פארקויפן, איז די טאון געצווינגען אפצוהאלטן די מכירה ביז מען האלט אפ ספעציעלע וואלן צו הערן דעם דעת הקהל יא אדער ניין.

דער ארגאניזאציע האט זיך צאמגענומען און אויפגעטריבן אפאר הונדערט פעטיציע'ס (דעראינטער ארום 150 פון אנ''ש תושבי העיר) אסאך אסאך מער ווי פארלאנגט.

דער סופערווייזער איז געווען איבעראשט פון די גרויסע אפעזיציע און זיך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוויסט ווי ווייט דער עולם איז דערקעגן... יעצט איז שוין אבער צו שפעט פאר אים חוזר צו זיין (אפי' ער וואלט באמת געוואלט) ווייל ס'איז שוין פאקטיש פארקויפט, נאר א רעפערענדום קען עס צוריקדרייען.

איז טאקע באשטימט געווארן מארגן דינסטאג מטות-מסעי פון צוועלף מיטאג ביז אהט אין אווענט קען מען וועלן יא אדער נישט פארקויפן. אויף אלע זייטן אינעם גאנצן טאון הענגן טאוולען מען זאל שטימען ניין. איך האב נישט געזען אפי' איין טאוועלע וואס רופט צו שטימען יא.

די צוויי דיינים אין שטאט האָבן געשריבן תשובות אויף דעם ענין, ווי עס איז מבואר אז ס'איז א גרויסע זאך צו העלפן אז די בנין זאל בלייבן אזוי ווי ס'איז און נישט ווערן פארקויפט. אויף דעם ארויף האבן די לאקאל עסקנים ארענדזירט א פולע קאמפיין ארויסברענגן דעם ציבור שטימען.

אנדערש ווי געווענליך וואָס די וואלן קומען פאר לאקאל אין שטאָט הויז נעבן די גראסערי - קען מען דאס מאל נאר שטימען אין די טאון האל, וואָס איז ארום צען מינוט אוועק.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די באריכט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

און קורצן פון פריער: זעמיר געבליבן ביי דעם אז די וואלן קומען פאר בלויז אין טאון.

און יעצט ליינט ווייטער...

מען האט פרובירט רעדן מיט די טאון זאל מסדר זיין צו קענען שטימען אויך אין די ווילידזש ווי שטענדיג, זיי האבן אבער נישט מסכים געווען דערצו.

די ווייטקייט וועט אבער נישט אפהאלטן די חשובע תושבי העיר פון אויסנוצן דעם זעלטענע געלעגנהייט צו צייגן פאר די נישט אידישע שכנים אז מיר קומען זיי צו הילף ווען זיי ברויכן דאָס.

ביים ארויסהעלפן מיט די רעפערענדום האָט דאָס שוין געהאט גאר א פאזיטיווע אפקלאנג, מיר האבן דאָס צוריקגעהערט פון עטליכע ערטער און איז אויך געווען געדריקט אין די גוישע פרעסע, האפפענטליך וועלן מיר זיי אויך קענען העלפן ענדגילטיג אפראטעווען דעם בנין. און אין איין וועגס אפהאלטן די מידעלטאון קירכע פון אריינקומען מטמא זיין די שטאט.

עס איז דא נאך אן ענין פון א פערזענליכע נקמה אין איינער פון די שונאים, דער דיין שליט''א לאזט עס אבער נישט טון צוליב דעם, וועל איך דאָס אויסלאזן.

אלנפאלס האט מען מסדר געווען א ספעציעלע שאטל וואס וועט אויפנעמען דעם עולם פון אלע געגענטער אפפירן צום טאון און צוריקברענגן נאכן אפגעבן די שטימען. אזוי אויך וועט צוגעשטעלט ווערן א פלאטע מיט פריוואטע אוטו'ס פאר די וואס ווילן פארן אין אנדערע צייטן, פאלגט נאך די לאקאלע מעלדונגען פאר מער איינצעלהייטן.

כלנו למערכה ולד' הישועה.

בייגעלייגט אן אויסצוג פון ר' יואל'ס תשובה להלכה.
אטעטשמענטס
m.jpg
m.jpg (163.91 KiB) געזען 1846 מאל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ס'טוט זיך. וואלן. קירכעס. אבד תאבדון. תשובות. באסעס...

און איך זוץ אין די טשאלנט טאפ ווילי פאר 3000 רענט. פארוואס? וועגן די מאטארסייקל נויז? דארט איז דאך שוין די נויז אינטערסאנטער!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס פלאנט/וויל די ארגנאזיציע טון מיט די בנין? האלטן זיי אז זיי גייען קענען אויפהאלטן די פלאץ פאר אנדערע זאכן?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

נא_שכל האט געשריבן:וואס פלאנט/וויל די ארגנאזיציע טון מיט די בנין? האלטן זיי אז זיי גייען קענען אויפהאלטן די פלאץ פאר אנדערע זאכן?

נישט געזארגט די היימישע אידן וועלן שוין לייגן א האנט דערויף פארן צורך פון די מוסדות, געב עס נאר אפאר יאר וועט עס שוין זיין אין אידישע הענט
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

עטליכע מעלדונגען איבער די היינטיגע וואלן...
אטעטשמענטס
gold1.jpg
gold1.jpg (372.68 KiB) געזען 1554 מאל
notice0.jpg
notice0.jpg (370.56 KiB) געזען 1554 מאל
mayor.jpg
mayor.jpg (385.1 KiB) געזען 1554 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

נא_שכל האט געשריבן:וואס פלאנט/וויל די ארגנאזיציע טון מיט די בנין? האלטן זיי אז זיי גייען קענען אויפהאלטן די פלאץ פאר אנדערע זאכן?

זיי ווילן עס לאזן כמו שהוא, פונקט ווי די לעצטע פערציג יאר.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

יונה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:וואס פלאנט/וויל די ארגנאזיציע טון מיט די בנין? האלטן זיי אז זיי גייען קענען אויפהאלטן די פלאץ פאר אנדערע זאכן?

זיי ווילן עס לאזן כמו שהוא, פונקט ווי די לעצטע פערציג יאר.

נדבורנא זוכט שוין נישט קיין בנין פאר די מוסדות?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:וואס פלאנט/וויל די ארגנאזיציע טון מיט די בנין? האלטן זיי אז זיי גייען קענען אויפהאלטן די פלאץ פאר אנדערע זאכן?

זיי ווילן עס לאזן כמו שהוא, פונקט ווי די לעצטע פערציג יאר.

נדבורנא זוכט שוין נישט קיין בנין פאר די מוסדות?

דאס איז זיכער אז פאר די גוים איז נדבורנא נישט מער ניחא ווי א קירכע פון מאמוקעטינג. און דאס איז געווען מיין שאלה וואס איז זייער פלאן פאר דעם בנין, פאר די אידן ווילן זיי דאך אויך נישט אז ס'זאל גיין. אויף דעם האט מען גענטפערט אז זיי ווילן סטאוטס-קווא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ווי ס'שיינט האט מען דארט אסאך ליידיג צייט
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

לא לנו האט געשריבן:ווי ס'שיינט האט מען דארט אסאך ליידיג צייט


יאפס, זייער אסאך איבריגע צייט, די עוורידש 3 שעה א וואך וואס דער שטאטישער געבט אוועק צו זוכען פארקינג קענען זיי אויסניצען פאר גוטע זאכען
חיש נישט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיש נישט »

שיינע לענגערע בריוו פון הגה"צ רבי זיידל ראזענבוים שליט"א מנאדבורנא בלומינגבורג איבער די וויכטיגקייט פון גיין וואוטען היינט וועגן די קירכע.
ער שרייבט אביסל היסטאריע פון די בראשית יארן וואס מען האט צוזאמענגעליטן פון די שונאי ישראל, און אז די גוים וועלכע האבן זיך אנגענומען פאר אונז בעטן אונז צו וואוטען אז דאס זאל נישט אריבערגיין צו די מידעלטאון תיפלה, דארפן מיר זיי מכיר טובה זיין
אטעטשמענטס
nadverna.jpg
nadverna.jpg (183.42 KiB) געזען 2366 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

פריער געווען אפגעבן מיין שטימע... עס זענען אנגעקומען פיל מער ווי געראכטן, די חברה האבן געברויכט פריער ברענגן א פרישע שיפמענט פון בעלאטס, און מ'דארף שוין באלט נאך א שיפמענט...

דאס שטימען גייט צו אויף גאר א פרימיטיוון סיסטעם, יעדער קריגט א בויגן מ'לייגט א צייכן ביי יא אדער ניין, און מ'שטופט עס אריין אין א קעסטל..
אטעטשמענטס
ballot.jpg
ballot.jpg (239.56 KiB) געזען 2230 מאל
box.jpg
box.jpg (225.89 KiB) געזען 2230 מאל
20180710_182000_crop_604x918.jpg
20180710_182000_crop_604x918.jpg (319.39 KiB) געזען 2230 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”