קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בענאק האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:רבותי איך ברויך היינט מאכן א דיסיזשן ביטע קומט אריין מיט אלע צדדים אויסקנעיטן די זאך
ישר כח
פאלקס קיח צומישט מיר נאר מיט זיינע פאקטן

איך אליין האב שוין גערעדט מיט עטליכע עשירים וואס האבן ביז היינט געלאכט פון מיר, און יעצט שרייען זיי "גיב אהער צוויי...."
איי געס, פאר אזא פרייז טראכט מען "יו קענט גאו ראנג" די האלץ פון די געביידע איז שוין ווערד מער...

דעיס קאסט ארום 2300 א חודש. אויב קען מען עס נישט פארדינגען צוליב די קומענדיגע איבערפלוס איז עס א פראבלעים
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דברים אלו האט געשריבן:רבותי איך ברויך היינט מאכן א דיסיזשן ביטע קומט אריין מיט אלע צדדים אויסקנעיטן די זאך
ישר כח
פאלקס קיח צומישט מיר נאר מיט זיינע פאקטן

זעהט נישט אויס ווי די מיינסט עס סיריעס בכלל, סארי.
פלאס וואס הייטנ קענסטו עניוועי גארנישט טון ווייל אלעס איז פארשפארט וועגן די חאגע
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

דברים אלו האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:רבותי איך ברויך היינט מאכן א דיסיזשן ביטע קומט אריין מיט אלע צדדים אויסקנעיטן די זאך
ישר כח
פאלקס קיח צומישט מיר נאר מיט זיינע פאקטן

איך אליין האב שוין גערעדט מיט עטליכע עשירים וואס האבן ביז היינט געלאכט פון מיר, און יעצט שרייען זיי "גיב אהער צוויי...."
איי געס, פאר אזא פרייז טראכט מען "יו קענט גאו ראנג" די האלץ פון די געביידע איז שוין ווערד מער...

דעיס קאסט ארום 2300 א חודש. אויב קען מען עס נישט פארדינגען צוליב די קומענדיגע איבערפלוס איז עס א פראבלעים

וואס קאסט 2300 א חודש ?
טאמער קויפסטו פאר 235
וויפעל לייגסטו אראפ קעש ? טאמער לייגסטו אראפ 30 פארצענט דעס הייסט 70 טויזענט דאון פעימענט
דאס הייסט
$820 מארגעזש
$1,083 טעקס
מיט מעינטענענס
ענדיגסטו ביי $1900 א חודש

וועלכע קומענדיגע איבערפלוס? חלומות ? דמיונות? 15 ברענד ניו דירות צו פארדינגען הייסט א איבערפלוס? עס וועט ווערן פארכאפט אין נאו טיים , דאס איז די פאקטן כעת
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

אויב קענסטו קויפן פאר 235k כאפ עס . פארוואס טראכסטו פון אינוועסטמענט קויף עס פאר דיר עס איז הערליכע הייזער ריזיג רחבות'דיג
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

מענטשן רעדן שטותים ... מלעבט גישמאק ראויג דארט
פאר אהין מיט א חבר צוויי יעדע נייע פלאץ האט אירע שוועריקייטן
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

דברים אלו האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:רבותי איך ברויך היינט מאכן א דיסיזשן ביטע קומט אריין מיט אלע צדדים אויסקנעיטן די זאך
ישר כח
פאלקס קיח צומישט מיר נאר מיט זיינע פאקטן

איך אליין האב שוין גערעדט מיט עטליכע עשירים וואס האבן ביז היינט געלאכט פון מיר, און יעצט שרייען זיי "גיב אהער צוויי...."
איי געס, פאר אזא פרייז טראכט מען "יו קענט גאו ראנג" די האלץ פון די געביידע איז שוין ווערד מער...

דעיס קאסט ארום 2300 א חודש. אויב קען מען עס נישט פארדינגען צוליב די קומענדיגע איבערפלוס איז עס א פראבלעים


קום אין אישי ביטע.
אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

איך בין גרייט צו קויפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר בחר בנו »

אויב איז נאך שייך צו קויפן פאר 235, ביטע זיך מעלדען צו מיר.

איך בין גרייט צו קויפן מיר ווי איינס.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

שוין בעבר אויסגעשמיעסט געווארן, איך וועל איבער חזרן אויפן שפיץ גאפל.

עס זענען פארהאן באופן כללי צוויי סארט אינוועסטירער, איינער וועט קוקן וויפיל עס בלייבט אים איבער סוף חודש, קעש פלאו בלע״ז. א צווייטער וועט קוקן מער אויף וויפיל דאס ריעל עסטעיט וועט שטייגן און ווערד במשך די קומעדיגע פאר יאר, אפילו כעת ברענגט עס אים נישט קיין גרויסע הכנסה (עפרישיעשען בלע״ז).

לעינינו, עס איז קלאר אז אויב קוקט מען אויף קעש פלאו איז דאס נישט קיין גוטע אינוועסטמענט (און אזוי אויך בדרך כלל און אלע היימישע געגענטער). אבער אויב וועט איר קוקן אויף עפרישיעשען, דאן איז דאס א גאר שיינע מציאה. איך קען זעהן בדרך הטבע אז אום צען יאר פון יעצט וועט אזא דירה זיין ווערט און די רענדזש פון פינף הינדערט טויזנט.

עס איז ווערט צוצולייגן, ווי עס קוקט יעצט אויס וועט אינעם נאנטן צוקומפט זיין א שטיקל דירות קריזיס און די שכינותדיגע ק״י ( צוליב די סוער שווערעקייטן וואס זיי גייען דורך). פון די וואס וועלן זיכן גרעסערע דירות וועלן א טייל וועלן אריינקוקן אין בב״ג. די פראבלעם וועט אבער זיין אז און בב״ג וועט אויך נעמען א צייט ביז די נייע דירות וועט זיין גרייט. אשע״כ איז זייער פעיר צו טראכטן אז די רענטס וועלן זיך אביסל הייבן און וועט אפי׳ קענען ארויסברענגען א שטיקל פראפיט.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

נאך א נקודה. אויב פארקויפט זיך די דירות מיט ארום 20% ביליגער, וועט לכאורה די טעקסעס אויך פאלן מיט בערך $2,700.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז טאמער טראכסטו עכט פון קויפן פאר די טעקס אישו ווערט געסאלווט רעד עס דורך מיט א גאר גוטן עקספערט וואס פארשטייט באמת די נושא פון אלע זייטן,
אזויפיל יא, נאר מיט געלט וואס קענסט זיך ערלויבן במשהו צו שפילן דערמיט, אויב איז עס אפגעשפארט פון מויל און מ'רעדט ממש פון לעצטע פרוטות מה לך ולצרה הזאת, קויף אויף מער א זיכערע פלאץ, איך מיין צו זאגן זיכער, אז דו וועסט זיך נישט מוטשענען מיט אזא טעקס אישו, אפילו אפשר בלומינג גראוו א עלטערע אבער גוטע קוואליטי הויז, סאיז נישט מעגליך צו געבן עצות אויפן אינטערנעט ווען מ'קען נישט אלע צדדים פון אלע זייטן, און אפילו לאמיר זאגן בערעלע וועט דיר זאגן ער איז הונדערט פראצענט ס'וועט מצליח זיין איז וואס? איך בין געוון הונדערט פראצענט אנפאנג דזשוירזי סיטי אז ס'וועט דורכפאלן, און צום סוף בין איך דורכגעפאלן, איך האב געהאלטן קלאר, ס'וועט קיינמאל נישט דורכגיין צוואנציג פינף און צוואנציג משפחות מכמה וכמה טעמים, היינט ווייס איך קלאר אז ס'האלט שוין ביי הונדערט וואס האבן געקויפט למען צו וואוינען דארט 84 (זאגט פערענץ דער גראסערי מאן, דאס פונקטליכסטע ציפער) וואוינען שוין איצט דארט! פופצן ווייס איך פון באגלייבטע בראקערס זענען שוין אדער אין קאנטראקט אדער געקלאויזט.
סא, קענסטו זיך אויף מיר אויך נישט פארלאזן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

קונדיטון האט געשריבן:שוין בעבר אויסגעשמיעסט געווארן, איך וועל איבער חזרן אויפן שפיץ גאפל.

עס זענען פארהאן באופן כללי צוויי סארט אינוועסטירער, איינער וועט קוקן וויפיל עס בלייבט אים איבער סוף חודש, קעש פלאו בלע״ז. א צווייטער וועט קוקן מער אויף וויפיל דאס ריעל עסטעיט וועט שטייגן און ווערד במשך די קומעדיגע פאר יאר, אפילו כעת ברענגט עס אים נישט קיין גרויסע הכנסה (עפרישיעשען בלע״ז).

לעינינו, עס איז קלאר אז אויב קוקט מען אויף קעש פלאו איז דאס נישט קיין גוטע אינוועסטמענט (און אזוי אויך בדרך כלל און אלע היימישע געגענטער). אבער אויב וועט איר קוקן אויף עפרישיעשען, דאן איז דאס א גאר שיינע מציאה. איך קען זעהן בדרך הטבע אז אום צען יאר פון יעצט וועט אזא דירה זיין ווערט און די רענדזש פון פינף הינדערט טויזנט.

עס איז ווערט צוצולייגן, ווי עס קוקט יעצט אויס וועט אינעם נאנטן צוקומפט זיין א שטיקל דירות קריזיס און די שכינותדיגע ק״י ( צוליב די סוער שווערעקייטן וואס זיי גייען דורך). פון די וואס וועלן זיכן גרעסערע דירות וועלן א טייל וועלן אריינקוקן אין בב״ג. די פראבלעם וועט אבער זיין אז און בב״ג וועט אויך נעמען א צייט ביז די נייע דירות וועט זיין גרייט. אשע״כ איז זייער פעיר צו טראכטן אז די רענטס וועלן זיך אביסל הייבן און וועט אפי׳ קענען ארויסברענגען א שטיקל פראפיט.

למעשה איז די פרייז גאר שטארק געפאלן פון 5 יאר צוריק ביז יעצט במילא גלייב איך נישט אז די פרייז וועט ארויפגיין מיט איבער 100 פראצענט
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

קודם כל, דו קענסט נישט זאגן אז "די פרייז איז געפאלן", דער אפפער איז א איינמאליגע זאך, און ס'איז געווען בתנאים, ספעציעל אז איינער נעמט די גאנצע, ס'איז א פעקעדזש דיעל, יענער האט אריינגענומען שותפים אין די זאך, דעם פרייז האט קיינער נישט געקענט באקומען אלס א מארקעט אפציע.

די פאקט אז ארום די גאנצע שטאט זענען שוין פרייזן היפש ארויף, און איז נאך קיינמאל נישט געפאלן, דער מציאות איז אז וועלכע הויז ס'קומט ארויף אויף די מארקעט דא אין געגענד ווערט שנעל צוכאפט, און דער פאקט אז וואס מ'בויעט ארום און ארום אין שטעטל פריוואטע הייזער און פריוואטע דעוועלאפמענטס ווערט שנעל פארקויפט ווייזט אז ס'איז דא א פיינע מארקעט, נאר די דעוועלאפמענט הייזער האבן זיך געמוטשטע מחמת די טעמים וואס איך האב שוין אויבן געשריבן, דעריבער האבן זיי אנגענומען דעם אפפער פון איינעם וואס כאפט און קויפט דאס גאנצע פעקל.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

אשאד די מי און טירחא פון ענטפערן ווען איינער קערט איבער און פארפירט אן אויפהער , איך ווייס נישט וואס ער וויל אדער זיין מאטיוו , אבער אויפטין זיכער נישט
איגנארען איז די בעסטע עצה
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואסי דער פראבלעם אז ס'איז ביליגער...? צוגענליכע האוזינג איז א מעלה פאר א געגנט, נישט א חסרון.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ר' יום טוב האט געשריבן:וואסי דער פראבלעם אז ס'איז ביליגער...? צוגענליכע האוזינג איז א מעלה פאר א געגנט, נישט א חסרון.

בדרך כלל אין די שארט ראן עטליסט, וואס איז גוט פארן געגנט איז שלעכט פארן אינוועסטאר, למעשה אין די לאנג ראן, אויב איז שלעכט פארן אינוועסטאר וועט עס צוברענגען אז דער געגנט זאל נישט האבן קיין אינוועסטער, וועט צוריק שטייגן די דירות, וחוזר חלילה, די זעלבע זאך פארקערט מען דארף האבן אסאך חכמה און מהלכים צו באלאנסירן.
אויב דארפסטו א שיעור אין עקאנאמיקס און אין ריעל עסטעיט טרענדס וכו' נישט דא איז דער פלאץ
אמאל געווען א א אשכול קרית יואל תקנות זיידי האט יעדן אויפגערעגט דערמיט ווער ער האט געזאגט דעם פאוינט, סא ליוו איט היער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

ר' יום טוב האט געשריבן:וואסי דער פראבלעם אז ס'איז ביליגער...? צוגענליכע האוזינג איז א מעלה פאר א געגנט, נישט א חסרון.

הונדערט פראצענט , אבער צו פארקויפן אזאנע הייזער פאר 235 איז נישט מעגליך צומאכן געלט , און גייט מער נישט זיין , פון יעצט אין ווייטער גייען זיי צו אנדערע בילדערס וואס גייען עס איבערנעמען נאר בויען מיט קאנטראקטס פון פאראויס פאר פרודוקטען און פרייזן וואס עס לוינט פאר ביידע, אריינרעכענדיג די מינומים אינפרעסטרוקטשער, איך רעדט נישט פון ליגעל פיס און רוחניות און גשמיות מינומום הצטרכות'ן וואס מען מוז , שוין אינקלודעט מילאנען וואס נדבנים זענען מתנדב .
קויפן אקער לאנד פאר יענע פרייז וואס זיי האבן דעמאלס געצאלט און בויען פאר די פרייז וואס זיי האבן געבויעט ,אפילו אן אינטרעסט פון אזויפיל יאר איז נישט ווערט צו בויען ,און א נייע שטעטעל דארף בתי מדרשים און מוסדות , לעיקוואד פרייזען זענען בערך 3 מאל די פרייז פאר בערל די זעלבע הייזער , נישט אז דארט קאסט 3 מאל די פרייז צו קויפן און בויען אדער די אינוועסטער מאכט 3 מאל אזויפיל, נאר עס ליגט געלט פאר בתי מדרשים ,עפעס פאר מוסדות און נאך .
אז זאלסט גיין אין הרי עררט און קויפן אקער לאנד פאר פרוטות און בויען אזאנע דירות אדער סינגעל הייזער אויף די קוואליטי מיט מינומים אינפרעסטרוקטשער, לוינט נישט פאר קיינעם צו בויען , דאס איז אויפן שפיץ גאפעל גערעדט
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

האלטסט אז למשל ליזשער לעיק איז געבויט לשם מצוה?

עס האט א שוהל, מיט א מקוה, מיט 2 סווימינג פולס, און א בילדינג פאר דעי קעמפ מיט עטליכע קלאסן, פלעי גראונדס, ראודס, וואסער, סוער, עלעקטריק.
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

דממה דקה האט געשריבן:האלטסט אז למשל ליזשער לעיק איז געבויט לשם מצוה?

עס האט א שוהל, מיט א מקוה, מיט 2 סווימינג פולס, און א בילדינג פאר דעי קעמפ מיט עטליכע קלאסן, פלעי גראונדס, ראודס, וואסער, סוער, עלעקטריק.

:lol:
די האסט פערצופאל אנגעכאפט א גוטע זשאוק,
איך קען פון די נאנט דיטעילס , איך וואלט נישט סתם אזוי אויסגעפראקט דא פריוואטע מענטשן , אבער וויבאלד עס איז ידוע לכל אז זיי האבן דערלייגט אויפן פראזשעקט אבער נישט סתם... , אבער איין מינוט די האסט שוין אמאל געזען ליזשער לעיק? ביזט שוין געווען אין די הייזער ? האסט שוין גערעדט צו מענטשן וואס אוינען דארט? ליזשער לעיק איז נישט אזאנע גרויסע הייזער , און צווייטענס עס איז געברענגעטע מאדיולער הייזער, די ביליגסטע ממש וואס איז שייך, אויף די גאס הייסט עס איז די ביליגסטע געבויעט פון די אלע זומער קאלאניס וואס איז יעצט אויף די מארקעט, און וויפעל האט געקאסט ליזשער לעיק ? האבן זיי אויך געבויעט אזא טייערע אינפרעסטרוקטשער סוער מיט וואסער ? פאר טויזענטער דירות, ניין זיכער נישט!
אדרבה הייב דיך אן נאך פרעגען ,כאפ שמועסן מיט חבירים וידידים אין קאנסטראקשען,ריעל עסטעיט,בילדערס ליין,זומער היים בויערס, קום ביטע דא צוריק וואס האסט געהערט טאמער 235 מאכט סענס צו בויען פאר דעם אטן טאמער עס איז מעגליך צו מאכן געלט

עניוועי כאב פארגעסן פריער צו ענדיגן מיין פוינט
פאר 235 גייט מער נישט זיין אין בלומינגבורג,
און אין קיין שום אידישע ישוב , אזא בעל החלומות ווי מר. לאם מאכט זיך איינמאל א יובל אדער דאס אויך נישט, ער האט געהאט א דריעם,עס איז כמעט צושטאנד געקומען אבער די עיקר פוינט אין ביזנעס, צו וויסן ווער דיין קלייענט איז האט ער בכלל פארפעלט צו וויסן פון פארדעם

א גוט שבת
א פרייליכען חנוכה
א גוטן חודש

נ.ב.
ווען איך האב 5 יאר צוריק געשריגען פאר יעדעם אז דער עולם דרייט געלט האט מען געלאכט פון מיר, יעצט מיט די #גמליאל סיטוציע איז שוין נישט קיין סוד אז דער עולם מאלט וואסער , עס בויען זיך כעת און געבויעט לעצטענס ארום 25 אדער 30 זומער היים פלעצער, ווער עס קען די ליין ווייסט אז רוב זעצן אן און מאכן נישט קיין געלט, יא זיי דרייען דורך 50 מיליאן דאלאר און ביזדערוויל לעבט מען עושר ,צום סוף גייט מען ארויס מיט א מיינוס , מאך די מינומים ריסערטש וועסטו הערן , יא עס איז דא אידן ב"ה וואס מאכן געלט , אבער זייער אסאך טאנצען אריין אין פראזשעקטס וואס טיען נאך אנדערע אן קיין חשבון , ווי האט מיר א היימישע איד וואס טוט שוין ריעל עסטעיט 44 יאר געזאגט די וואך ,אין די טריי סטעיט עריע איז כמעט נישט מעגליך צו מאכן עכטע געלט יעצט , נאר אוט אוף סטעיט , ער פארקויפט זיינע זאכען פאר גרויסע פראפיטס און קויפט זיך אן די אנדערע עק אמעריקא ווי מען קען מאכן 10 פארצענט עכטע געלט אויף דיין געלט, נישט לעבן פון ריפיינענסן און חס ושלום עס קומט א קראך , טרעפסטו זיך אן קיין דאלאר צו די נשמה
#גמליאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בליע"ה
אטעטשמענטס
ער''ח טבת בואכם לשלום.jpg
ער''ח טבת בואכם לשלום.jpg (309.32 KiB) געזען 1508 מאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

יונה האט געשריבן:בליע"ה

wow ב"ה דע מענטשען קומען פון וויליאמסבורג?
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

די וואך פרשת ויגש אליינס האבן אריינגעמופט דריי משפחות אין די דעוועלאופמענט
משפחת קליין
משפחת מאלאח
משפחת ראאב

אלע דריי זענען בלעיה"ר קינדער געבענטשע פאמיליעס וואס וועלן בעז"ה שטארק הנאה האבן פון די גרויסע שיינע רחבות'דיגע הייזער.
אטעטשמענטס
Picture0102201116_1.jpg
Picture0102201116_1.jpg (497.6 KiB) געזען 4185 מאל
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

Capture.PNG
Capture.PNG (51.13 KiB) געזען 3913 מאל
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

הרחבת גבולי הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

איינער ווייסט וואס זענען די פלענער ווייטער בנוגע מוסיף צו זיין נאך דירות בהרחבה און די קומענדיגע יאר
ערנסט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט »

איז דא איינער וואס וואונט דארט ביטע מיר קאנטעקטען אין פרייוועט
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

great האט געשריבן:איינער ווייסט וואס זענען די פלענער ווייטער בנוגע מוסיף צו זיין נאך דירות בהרחבה און די קומענדיגע יאר

משה שמילאוויטש געזאגט ביי די דירות עקספאו (נאר וואס געהערט אויף די פריש ארויס געקומענע סידי) אז עס קומט ארויף 5 נייע דעוועלאפמענטס בעז"ה
כן ירבה וכן יפרוץ
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”