דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווען איינער בויעט אדער קויפט א דירה צום פארדינגן איז עס מיטן חשבון אז ער וועט מאכן געלט און אז די פרייז וועט ארויפגיין אז יארן ארום וועט ער מאכן נאך מער געלט. די אלע וואס ווילן מ'זאל קאנטראלן די פרייזן וואס און וויפול מ'מעג בעטן כאפן נישט אז טאמער לאזט מען נישט לענלארדס שיין פארדינען וועט מער נישט זיין קיין דירות. ס'זענען דא גענוג גוים וואס ווילן קויפן ריעל עסטעיט אין וומ"ס און ווען נישט די איד אפפערט א בעסערע פרייז עס צו קויפן וואלט עס געגאנגן צום גוי.

נאך א פונקט וועגן שליסל געלט
איך האב לעצטענס געליעסט א נייע קאר איז געווען פארשידענע טשארזשעס וואס מ'דארף אראפלייגן אפ פראנט. איך האב געהאט די ברירה צו וויינען צום דופן עקימה וויי שליסל געלט ווע ווע איך האב ענדערש געטון צום זאך, איך בין געווען וויליג צו צאלן ביז 400 פער חודש פאר א קאר, האב איך גענומען די 5,000 עקסטערע טשארזשעס און געמאכט די חשבון אז ס'איז לערך 140 פער חודש, און לויט דעם האב איך געמאכט מיין החלטה וואספארא קאר איך וויל דינגן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

דריידל האט געשריבן:הערטס שוין אויף וויינען ווי בעביס. שליסל געלט, הויכע רענט, סעקיוריטי דיפאזיט וכל שום וחניכא דאית להו ס'איז אלעס די זעלבע זאך. באדעם ליין דארף מען ארייננעמען אין קאפ צוויי זאכן: 1. לענלארדס האבן ליב געלט פונקט ווי יעדער איינער, און זיי דארפן זיין משוגע צו בעטן ביליגער ווי זיי קענען (איך רעדט נישט יעצט פון צדקה ווייל דאס איז קיינעמס ביזנעס ווי ער גיט זיין צדקה), און 2. וויליאמסבורג איז פון די טייערסטע געגענטער צו וואינען. טאמער נאכ'ן אריינרעכענען שליסל געלט קומט אויס אז ס'קאסט די דירה 5,000 דאלער א חודש, זאל יעדער פאר זיך מאכן די חשבון אויב ער קען עס אפארדן און טאמער די לאקזערי פון וואינען אין וומ"ס איז אים ווערד די פרייז.
ס'איז זייער סעלפיש פון האבן טענות אויף לענלארדס וואס ווילן זיך לאזן באצאלן. ווען איינער דארף א גוטע דאקטאר אדער לאיער וואס בעהט א טויזענט דאלער א שעה, פארשטייט יעדער אז דאס איז די פרייז און מ'קען נישט האבן קיין טענות פארוואס ער בעהט אזוי טייער, ווייל טאמער ווילסטי נישט צאלן, קענסטי גיין ערגעץ אנדערש און זיכן איינעם פאר ביליגער. די זעלבע מיט א לענדלארד. איך זאג עס דא קלאר טאמער למשל איך האב א הויז אין וומ"ס צו פארדינגן (ליידער האב איך נישט, אבער ס'איז נאר א משל) וואלט איך ארויסגעמעלק די מערסטע וואס איך קען און איינער וואס זאגט אנדערש איז איינע פון די דריי: ער וויל גיבן צדקה דורך אראפלאזן פון די רענט וואס ער קען באקומען, סתם א שוטה אדער א ליגנער

טענו בחיטין והודו...
ער פרעגט פארוואס ער דארף באצאלן פאר די אפליינסעס און ער מעג עס נישט מיטנעמען ווען ער מופט, וויא קומט א אריין אז וויליאמסבורג איז די טייערסטע געגענט??
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

5 טויזענט פאר די אויסגערעכנטע זאכן איז קליין געלט, אין אנדערע ווערטער דער שוכר האט "נישט" באצאלט דערפאר און ס'געהערט געהעריג דעם משכיר'ס, פארן פרייז פון 5 אלפים לאזט ער אים עס נוצן ביז די ענדע פון ליעס.

נעמנדיג אין באטראכט אז דער משכיר צאלט געז, וואסער און מעניטענענס איז דאס גאנץ א גוטע דיעל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

דאס אלעס דארף ער צאלן געזעצלעך און מענטשלעך.
מענטענעטס איז נישט שייך ווייל ער איז דער בעל הבית פונעם בילדונג.
דאס אז דו מיינסט אז ער איז גערעכט איז א חלק פון די מגיפה...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

לאלתר לחיים האט געשריבן:אין א נישט לאנגע תקופה צוריק איז נישט גלייבנדיג פארגעקומען אין די היימישע וויליאמסבורג א זאך וואס האט זייער פארדראסן יעדן ערליכן איד צוליב דאס נישט יודישקייט און אפילו נישט גוישקייט וואס איז געלעגן דערין,
די מדובר איז פון די נידערפרעכיגע שליסל געלט וואס לענדלארס בונם פארלאנגט פון א טענענט ביים סיינען א ליעס צו דינגען ד אפארטמענט, די געלט האט צומאל געקענט זיין אין די הויכע טויזנטער ווי 30 אלפים און צומאל אינגאנצן 10 אלפים געוואנדן אינעם לענדלארס גוסטע (וויפל צוקער די קאווע האט געהאט), ס'וויכטיג צו אנמערקן אז נישט קיין חילוק פאר ווי לאנג מ'דינגט די דירה אויב ווילסטו אן אפארטמענט דארפסטו עס באצאלן
די זאך איז בשעתו בטל געווארן נאך א לענגערע מערכה אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן און אפילו ביי א גוי טוהט מען נישט אזאנס.
ס'איז אנגעקומען צו מיר א ליעס (שטר שכירות) פאר אן אפארטמענט וואס ווערט אט אט פארטיג, חוץ פון די הויכע איבער 2200 פאר א 2 בעדרום וואס דער גוי צאלט אויך נישט דארטן דעם פרייז און חוץ די אלע שטרענגע זאכן וואס דער ספרא דדייני האט אריינגעשריבן אינעם שטר, בעט ער עקסטערע 5 אלפים פאר פעינטן סקרעיפן אפלייענסעס געיטס לחלונות און מייז פראפינג (ס'גלייבט זיך נישט)..
די אלע זאכן זענען זאכן וואס דער גוי באקומט פאר אומזיסט חוץ פון א דזים אויפן פלאץ (און א חודש פרי רענט און א חודש רענט פאר א בראקער צו ברענגען דעם גוי) חוץ פון די געיטס פאר חלונות.
אן פארגעס נישט די אלע זאכן מוזן דארט בלייבן אפילו דער טענענט גייט ארויס נאך א קורצע צייט,
אין אנדערע ווערטער בעטן ער עקסטערע פינעף טויזנט דאלאר פאר גארנישט מיט נישט דהיינו שליסל געלט.
דאס איז א זאך וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן. ס'איז נאך א זאך וואס מ'פראבירט צו רייטן אויפן היימישן תמימות'דיגער עולם וואס פאלגט אלעס וואס מ'פארלאנגט פון זיי.
אפשר וואלט געווען אן עצה מ'זאל מייסד זיין אן היימישן 311 ארגעניזאציע וואס זאל זיך באנעמען מיט זאכן וואס גייען נישט צו ס'דארף ע''פ חוקי המדינה.

בייגעלייגט א קאפי פונעם שטרענגן שטר. אדרבה זאל דער ציבור זאגן זייער מיינונג.

Screenshot_2018-07-10-10-27-18.png

Screenshot_2018-07-10-10-27-11.png


די סארט לענדלארדס זענען ברייט בארימט, און יעדער ווייסט זייער רשעות, און זיי מוטשען זיך טאקע צו טרעפן טענענטס בהמות וואס זאלן גרייט זיין דאס צו צאלן....., ביודעי ומכירי קאמינא
נאר דעם לענדלארד לוינט זיך עס [אזוי מיינט ער] צו ווארטן ביז ער וועט טרעפן א בהמה וועלעכער איז גרייט צו גיין מיט אים אין שפאן

בד"וו, אין דעם אשכול שרייבט מען אסאך גוזמאות.....
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לאלתר לחיים האט געשריבן:מענטענעטס איז נישט שייך ווייל ער איז דער בעל הבית פונעם בילדונג.

א בעל הבית פון א בילדונג דארף אויך מעינטעינן די בנין און עס קאסט אים אויך געלט...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאכעדיגע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הערטס שוין אויף וויינען ווי בעביס. שליסל געלט, הויכע רענט, סעקיוריטי דיפאזיט וכל שום וחניכא דאית להו ס'איז אלעס די זעלבע זאך. באדעם ליין דארף מען ארייננעמען אין קאפ צוויי זאכן: 1. לענלארדס האבן ליב געלט פונקט ווי יעדער איינער, און זיי דארפן זיין משוגע צו בעטן ביליגער ווי זיי קענען (איך רעדט נישט יעצט פון צדקה ווייל דאס איז קיינעמס ביזנעס ווי ער גיט זיין צדקה), און 2. וויליאמסבורג איז פון די טייערסטע געגענטער צו וואינען. טאמער נאכ'ן אריינרעכענען שליסל געלט קומט אויס אז ס'קאסט די דירה 5,000 דאלער א חודש, זאל יעדער פאר זיך מאכן די חשבון אויב ער קען עס אפארדן און טאמער די לאקזערי פון וואינען אין וומ"ס איז אים ווערד די פרייז.
ס'איז זייער סעלפיש פון האבן טענות אויף לענלארדס וואס ווילן זיך לאזן באצאלן. ווען איינער דארף א גוטע דאקטאר אדער לאיער וואס בעהט א טויזענט דאלער א שעה, פארשטייט יעדער אז דאס איז די פרייז און מ'קען נישט האבן קיין טענות פארוואס ער בעהט אזוי טייער, ווייל טאמער ווילסטי נישט צאלן, קענסטי גיין ערגעץ אנדערש און זיכן איינעם פאר ביליגער. די זעלבע מיט א לענדלארד. איך זאג עס דא קלאר טאמער למשל איך האב א הויז אין וומ"ס צו פארדינגן (ליידער האב איך נישט, אבער ס'איז נאר א משל) וואלט איך ארויסגעמעלק די מערסטע וואס איך קען און איינער וואס זאגט אנדערש איז איינע פון די דריי: ער וויל גיבן צדקה דורך אראפלאזן פון די רענט וואס ער קען באקומען, סתם א שוטה אדער א ליגנער

טענו בחיטין והודו...
ער פרעגט פארוואס ער דארף באצאלן פאר די אפליינסעס און ער מעג עס נישט מיטנעמען ווען ער מופט, וויא קומט א אריין אז וויליאמסבורג איז די טייערסטע געגענט??

אויף דעם ענטפער איך אז ער דארף גארנישט צאלן, ער מוז נישט נעמען די דירה. אבער ווי די מצב איז יעצט זענען די לענלארדס ידם על העליונה און טאמער וויל איינער די דירה זאל ער צאלן וואס מ'בעט נישט קיין נפק"מ וואספארא נאמען די לענדלארד ריפט עס. קענסט עס אנקוקן ווי אן אפליקעישן פי, טאמער וויל די טענענט אריינגיין אין די דירה דארף ער צאלן 5 אלפים. איי ס'איז אסטראנאמיש? יא, דאס איז די פרייז פאר וויליאמסבורג. טאמער זאל רענט זיין מיט א טויזענטער מער און מ'דארף נישט צאלן פאר אפלייענסעס וואלסטי געווען צופרידן?
טאמער בעט די לענדלארד 5 אלפים פאר עפלייענסיס און זאגט אז די טענענט וועט עס קענען נעמען ביים מופן און שפעטער וויל ער נישט לאזן, דאן האסטי א גערעכטע טענה אבער ווילאנג ער זאגט קלאר און האלט זיך צו זיינע ווערטער איז גארנישט ראונג.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וויפיהל קאסט נערמאל צו פעינטען און סקרעיפען א דירה? וויפיהל קאסט צו מאכען געיטס ביי א איירען ווארקער? וויפיהל קאסט מייז פראפינג?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קלוגער האט געשריבן:וויפיהל קאסט נערמאל צו פעינטען און סקרעיפען א דירה? וויפיהל קאסט צו מאכען געיטס ביי א איירען ווארקער? וויפיהל קאסט מייז פראפינג?

שווער צו וויסן וואס די ריפסט נארמאל. ס'קען זיין צווישן דריי אין צען טויזענט דאלער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פעינטן און סקרעיפן - ביליגערהייט בערך 3000
איירען ווארקער, ווענדט זיך וואספארא געיטס און וויפיל פענסטערס, בערך 2000
מייז פראפינג - אין א ליידיגע נייע דירה - בערך 300
געשטימט פאר ראשעק הול
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

סאו ווי איז דא שליסעל געלט דא?? בעיסקילי טוט די לענדלער א טובה אז ער טוט די אלע זאכען פארען טענענט און בעהט איהם די קאסט פון עס, און פאר א באונעס לאזט ער איהם נאך ניצען ברענד נוא עפלייענסעס בחינם, גאנץ א גיטע לענדלער!

איין מינוט, איך האב איכעט געזעהן אז ער געבט געז אינקלאדעד, וואסער אויכעט, א מין רייסערישע לענדלער

#שטארעם אויף א גלעזעל וואסער
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

וואס איך וויל איז ער זאל צושטעלן די זעלבע ווי להבדיל פארן גוי,
דער גוי באקומט אפלייענסעס
דער גוי האט נישט קיין מייז (ווען יא קאלט ער 311...)
דער גוי באקומט עס געפעינט און געסקרעיפט
דער גוי צאלט נישט קיין מעינטענענטס
דער גוי צאלט נישט וואסער
סא האסטו געגעבן פענסטער געיטס.. טענקיו..
אונז כאפן נישט וואס דא גייט פאר ווייל ליידער זעמער געוואוינט דערצו אז דער לענדלארד שלאגט כפרות מיטן טענענט.
לעצט פארראכטן דורך לאלתר לחיים אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

הרב לאלתר, דאס איז שוין א אלטע טענה און איז שוין פיל מאל דעבאטירט געווארן. יא, ווען איינער זוכט צו דינגן א דירה ווייטאגט ער פארוואס מיר ווערן נישט געסערווט ווי דעם ערל. און מ'דארף אליינס אריינלייגן געלט..

אבער 'שליסל געלט' איז עס נישט. די ליעס וואס איז דא געווארן צוגעברענגט ברענגט נישט צוריק די קאשמארע שליסל געלט פון אמאל.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אוי ווען מען קען דא ארויפשטעלן שטרות פון שוכר/משכיר קונה/מוכר פון די לעצטע פאר יאר....
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס איך וויל איז ער זאל צושטעלן די זעלבע ווי להבדיל פארן גוי


אויב גייסטו צו אלס איד, און אידישער געפיל, און דו ווילסט ער זאל נאר בעטן 1800 אדער 2000 א חודש, קענסטו אים אבער אויך נאר מחייב זיין מיט וואס די שו"ע האט אים מחייב געווען, נישט צאלן קיין וואסער, נישט צאלן קיין הייס וואסער, סטים וכדו'. אפגערעדט פון סקרעיפן אדער פעינטן, פון מייז פראפינג, ע"פ שו"ע איז ער בכלל נישט מחוייב צוצושטעלן מער ווי דאס. און יא, אין די צייטן פון שו"ע האט מען ניטאמאל געקענט מייז פרופן אפילו אויב מען האט געוואלט, און ס'נישט געווען קיין קלער אז דער לענדלארד זאל דאס באצאלן.

ווילסט ער זאל צושטעלן כמנהג המקום? נו נו, דו מוזסט אבער אויךמסכים זיין ער זאל אויך מעגן רופן מארשאלס און ארויסווארפן די וועש פון פענסטער ווען מען באצאלט נישט קיין רויטן גרייצער פאר לאנגע חדשים, ער זאל מעגן אוועקווארפן א קערידזש וואס ליגט אים אינמיטן וועג און ער קען קריגן דערפאר א טיקעט, וכו' וכו'.

מען טאר נישט מייקר זיין השער אויף קיין פרייז, ווייל ער איז א איד, אבער מאך נישט קיין קאמפעריסן טשארט פון די אידישע טענענטס צום גוי להבדיל.
געשטימט פאר ראשעק הול
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דער "צולייגער" רעדט מיר ווי א זאטער דזשערסי סיטי "תושב"...

העי! פארגעס נישט פון דיינע הוגנגעריגע יארן אין וומס"ב...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

@צולייגער
נאך מער. עפ"י תורה מוז ער בכלל נישט פארדינגן. איינער קומט און זאגט איך וויל דינגן די דירה זאל ער צאלן וואס מ'בעט.
ווער מאכט אפ וויפול מ'מעג בעטן עפ"י תורה? אלע פרייזן גייען ארויף און יעדער צאלט וואס מ'קען עפארדן (הלוואי) און וויפול מ'האלט אז ס'איז ווערד. קיינער קאנטראלירט נישט די מארקעט און טאמער איינער בעט מער ווי וואס דער עולם וויל צאלן וועט ער שטיין ליידיג און מוזן נידערן די פרייז.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נא_שכל האט געשריבן:דער "צולייגער" רעדט מיר ווי א זאטער דזשערסי סיטי "תושב"...

העי! פארגעס נישט פון דיינע הוגנגעריגע יארן אין וומס"ב...

די שווערע יארן אין וומ"ס האט אים געברענגט די ישועה, אז ער איז געווען געצווינגן זיך אפצושאקלן פון די קאשמארן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

לאמיר שוין איינמאל פאר אלעמאל הערן וואס מיין לענדלער איז יא מחיוב מיר צוצשטעלן על פי תורה/געזעץ /5טע שו"ע
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טעיק איט איזי, כ'האב בכלל נישט פארגעסן.

כ'האב ב"ה קיין שלעכטער לענדלארד קיינמאל נישט געהאט.

מיין טאטע / שווער / ברודער / שוואגערס און רוב פון מיינע קרובים וואוינען אין ווילי, און כ'בין נישט אזא רשע זיי נישט צו פארגינען זאטע יארן אין וויליאמסבורג ווילאנג זיי קענען.

כ'האב בכלל נישט בארעכטיגט דעם לענדלארד וואס פירט זיך אויף ווי א רשע, כ'האב נאר געשטעלט פאקטן סטרעיט. קאמפעירן צו די גויים איז נישט לאגיש, ווי אויבנדערמאנט.

--
ניס קראכער:
גארנישט וואס דו האסט זיך נישט אויסגענומען בכתב בעפארן סיינען קאנטראקט
געשטימט פאר ראשעק הול
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

איז איינער דא א דיין?
איך ווייס אז דינא דמלכותא דינא, אויסער דעם איז א יוד געבינדן צו די תורה הק', א יוד האט דאפלטע שיעבודים
יא יא, א יוד קען נישט טוהן וואס ער וויל, אז די געזעץ זאגן אים צושטעלן וואסער און אוועק נעמען מייז מוז ער עס טוהן, און א די תורה זאגט אים נישט ארויס וואפן א יוד אויפן גאס מיט ער פאלגן.
די זעלבע מיטן טענענטס,
אז די תורה לאזט אים נישט רופן 311 טאר ער נישט, וכו'.
א גוי קען אנזעצן איינעם מיט אים קארפארעישן און זיין רייך ביי אן אנדערע על. על. סי. אבער א יוד קען נישט.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

לאלתר לחיים האט געשריבן:איז איינער דא א דיין?
איך ווייס אז דינא דמלכותא דינא, אויסער דעם איז א יוד געבינדן צו די תורה הק', א יוד האט דאפלטע שיעבודים
יא יא, א יוד קען נישט טוהן וואס ער וויל, אז די געזעץ זאגן אים צושטעלן וואסער און אוועק נעמען מייז מוז ער עס טוהן, און א די תורה זאגט אים נישט ארויס וואפן א יוד אויפן גאס מיט ער פאלגן.
די זעלבע מיטן טענענטס,
אז די תורה לאזט אים נישט רופן 311 טאר ער נישט, וכו'.
א גוי קען אנזעצן איינעם מיט אים קארפארעישן און זיין רייך ביי אן אנדערע על. על. סי. אבער א יוד קען נישט.

דינא דמלכותא דינא איז א 2 וועי סטריט, ס'מיינט אז מ'דארף באצאלן די רענט און צייט.. און ווען די דין תורה גיבט א היתר צו רופן רופן מארשאלס משום איזה סיבה שהוא, האט די טענענט נישט קיין רעכט אים צו באשמיצן אין די גאסן וכהנה וכהנה....
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווען איך פאר אמאל דורך נייע דעוועלאפמענטס וואס האלט אינמיטן זיך בויען, ווייטאגט מיר דאס הארץ טראכט ענדיגן אז דא גייט פארשווענדעט ווערן שווערע מיליאנען דורך אידן וואס מיטשן זיך צו דעקן די קאסטן, און הערשט באקומט מען א דירה וואס איז בכלל נישט געאייגענט פאר א משפחה מיט קינדער
אידן קומטס צום שכל און זעהט איין אז אין וומ"ס וועט קיין רחבות נישט זיין עפ"י דרך הטבע. נעמטס ענק צאם און מופטס אוועק צו איינע פון די נייע געגענטער ווי מ'קען לעבן רואיגער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דריידל. וואו וואוינסט ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

דריידל האט געשריבן:אידן קומטס צום שכל און זעהט איין אז אין וומ"ס וועט קיין רחבות נישט זיין עפ"י דרך הטבע.

אבי גערעדט. עפעס האב איך געהערט אז איינער אין ווילי האט זיך לעצטענס געבויעט א הויז פון 30,000 - 30 טויזנט! סקווער פיס גרויס
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”