קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

די_אמת
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

רבי מרדכי'לע מנדבורנא צדקה קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

בס"ד
אזוי ווי באוואוסט האבן אין די לעצטערע יארן פילצאליגע אידן זיך ארויסגעצויגן אין די קעטסקיל בערג. פילע פון זיי האבן גענומען די שריט צוליב די גרויסע מאנגל אין דירות אין די עקזיסטירנדע אידישע שטעט, און האבן זיך דעריבער אריבערגעצויגן צו די נייע אידישע געגענטער ווי די רענט פרייזן איז גאר ביליג. די אידן האבן ברוך השם שטארק הנאה און א אידישע לעבן פאנגט זיך אן צו ווירבלען אין די גאנצע געגענט דורכאויס די יאר.
אבער אין די זעלבע צייט וואס די אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע דירות און א געשמאקע לעבנסשטייגער, טוען זיי זיך אנשטויסן אין שוועריקייטן מיט פרנסה. די דזשאב מעגליכקייטן אין די געגענט איז היבש באגרעניצט און אזוי אויך איז נאך נישט פארהאן גענוג מענטשן צו קענען עפענען אייגענע געשעפטן און דערמיט פארדינען א צוגענגליכע געהאלט צו קענען שפייזן א קינדער געבענטשטע פאמיליע.
צוקוקנדיג צו די לאגע האט דער אלעמען באקאנטער עוסק בצרכי ציבור באמונה, הרב הצדיק רבי זיידל ראזענבוים שליט"א, אדמו"ר מנאדבורנא בלומינגבורג יצ"ו, באשלאסן צו גרינדען א צדקה פאנד לע"נ זקנו הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זצוק"ל, וואס וועט ארויסהעלפן די פאמיליעס וואס פלאגן זיך מיט פרנסה, מיט געלט פאר עסן און קליידונג, אז עס זאל נישט פעלן די וויכטיגע באדערפענישן אין אידישע שטובער.
הרה"צ רבי זיידל שליט"א, וואס רבים נהנים ממנו עצה ותושיה דורך די באקאנטע "מכון הגורלות", און פילצאליגע אידן פון לאקאל און איבעראל, טוען זיך מיט אים אדורכשמועסן זייערע פערזענליכע ענגשאפטן, האט באשלאסן צו גרינדען די "רבי מרדכי'לעס צדקה קאסע" לעילוי נשמת דער איש פלא ופועל ישועות בקרב הארץ, רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע, וואס איז באקאנט געווען מיט זיין אויסטערלישע פזרנות פאר די באדערפענישן פון אידישע קינדער. די קאסע וועט פארטיילן ספעציעלע קארטלעך וועלכע וועלן קענען גענוצט ווערן ביי געשעפטן צו קענען איינקויפן עסן און קליידונג.
די געלט פון די קאמפיין גייט אויסשליסליך פאר די "ר' מרדכי'לעס צדקה קאסע", און נישט פאר די פילצאליגע אנדערע אקטיוויטעטן פון די "מוסדות נאדבורנא בלומינגבורג", ווי די בנין בית המדרש החדש והמפואר, מקוה טהרה און די מוסדות החינוך.
צו הערן מער דעטאלן און זיך צו פארבינדען פערזענליך מיט רבי זיידל שליט"א מנאדבורנא בלומינגבורג קענט איר רופן 347-675-6045

https://thechesedfund.com/cause/rabbi-m ... vorne-fund
תושב בלומינגבורג יצ"ו
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

מען נעמט די בעסטע מלמדים וואס איז שייך פאר די הצלחה פונעם מוסד

אז מען טרעפט גוטע מלמדים אין לאקאל, זענען זיי די ערשטע. אז נישט, מוז מען בלית ברירה נעמען פון קרית יואל.
גראדע איז דא איין מלמד וואס קומט יעדן טאג פון ק"י, און ער ציעט זיך שוין ארויס קיין בב"ג
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

בענאק האט געשריבן:

די מלמדים זענען יא פון בלומינגבורג און עס איז אויך דא וואס קומען צו פארן דעם קורצן נסיעה'לע פון קרית יואל, וכדברי בענאק, די אפיס ארבעטערס, אדמיניסטראטאר, מענעזשער, פאנד רעיזערס, אא"וו זענען אלע פון בלומינגבורג.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

קלוגער האט געשריבן:כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?

זונטאג ויקרא אין עטרת פעסיל לאה
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?

זונטאג ויקרא אין עטרת פעסיל לאה

נישט אין שטאט? פארוואס?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

פארוואס נעמט סאטמאר-בארא פארק מלמדים פון וויליאמסבורג און נישט פון לאקעל בארא פארק?

אגב; 5 מלמדים זענען פון לאקעל בלומינגבורג
און בלויז 4 זענען פון קרית יואל
און בקרוב גייט זיין 6 פון לאקעל בלומינגבורג און בלויז 3 פון קרית יואל (איינער פון די מלמדים ציהט זיך קיין בלומינגבורג)
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

בלומינגבורגער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

פארוואס נעמט סאטמאר-בארא פארק מלמדים פון וויליאמסבורג און נישט פון לאקעל בארא פארק?

אגב; 5 מלמדים זענען פון לאקעל בלומינגבורג
און בלויז 4 זענען פון קרית יואל
און בקרוב גייט זיין 6 פון לאקעל בלומינגבורג און בלויז 3 פון קרית יואל (איינער פון די מלמדים ציהט זיך קיין בלומינגבורג)

ער טענהט סאיז נישטא קיין זשאבס
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בלומינגבערגע איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט היינט צו א הערליך שניי ווייס באדעקטע שטעטל...

ב"ה די שארער טראקס האבן געמאכט גאר א פיינע ארבעט, כאטש וואס די שניי איז געפאלן כמעט אן אויפהער, זענען זיי דורכגעפארן נאכאמאל און נאכאמאל אוועקשארן די שניי און געשיט זאלץ עס זאל נישט זיין גליטשיג.

די חדר און סקול זענן ב"ה אפען מיט טראנספארטאציע (ס'איז געפארן עטוואס שפעטער ווי געווענליך) די גרעסערע מיידלך וואס פארן לערנן קיין ק"י איז יא געווארן געקענסלט צוליב וואס דארט איז געווארן אפגערופן די שולע.
אטעטשמענטס
talmid Torah.jpg
talmid Torah.jpg (201.6 KiB) געזען 2299 מאל
maple.jpg
maple.jpg (266.17 KiB) געזען 2299 מאל
nadverna.jpg
nadverna.jpg (201.85 KiB) געזען 2299 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

נאך עטליכע בילדער.
אטעטשמענטס
chider.jpg
chider.jpg (254.29 KiB) געזען 2294 מאל
plow.jpg
plow.jpg (746.26 KiB) געזען 2294 מאל
bus.jpg
bus.jpg (176.06 KiB) געזען 2294 מאל
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

אהה, שיינע ווייסע טישטוכער אויסגעשפרייט, נו לייג שוין אראפ אפאר בילקעס, און שטעל משקה!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

מיין חלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מוסדות סאטמאר בלומינגבערג האט געעפענט א קאמפיין אראפצושטעלן א יסוד פאר די ארטיגע מוסדות.
לעצט פארראכטן דורך איש האשכולות אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אויפ'ן היינטיגע איד דעקל..
אטעטשמענטס
Screenshot_20180118-115058.jpg
Screenshot_20180118-115058.jpg (106.07 KiB) געזען 2009 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קאמפיין הייבט זיך אן...
אטעטשמענטס
Screenshot_20180118-151811.jpg
Screenshot_20180118-151811.jpg (665.87 KiB) געזען 1914 מאל
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

איז דעס אויכעט א מעטשיג פאנד קאמפעין? מיליאן דאללער איז אסאך געלט,
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קוקט אויס א גוטע אנהויב.

דער עיקר איז, איינצושפאנען א באזע פון עסקנים וואס זאלן זיין זייער אקטיוו.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

דעי dart media איז פיינע נייעס!
די קאמפיין איז לכאורה ליפטיגע שטיתים א מוסד פון קרוב צו ? הינדערט קינדער זאל אנציען אזוויפיל געלט אבער עס איז א גיטע איידיע אז מען זאל רעדן אביסל פון בלומינגבערג,
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

די איינוואוינער און אנגעשטעלטע אין די מוסדות הקדושים אין בלומינגבורג קוקן ארויס אויף א שטארקע הצלחה בע"ה מיט דעם מיליאן דאללאר קאמפיין, פארשטייט זיך אז די עסקנים ארבעטן אויך אויף נגידים און ווארעמע הערצער פאר גרעסערע סכומים, אבער דער עולם נעמט זייער ווארעם אויף די רעיון פון מיט בלויז $100 קען מען זייך א שותף אין אראפשטעלן א שטארקע יסוד פאר די הייליגע מוסדות וואס גייען דורך דעם כל התחלות קשות מיט קידוש לבנה אותיות, ווי פארשטענדליך, און מיט דעם האט מען א חלק אין אויפבויען דעם הערליכן און בליענדן ישוב וואס וועט בעז"ה זיין פון די שיינע שטעט ביים היימישן כלל ישראל.

די מוסדות וואס זענען געגרינדעט געווארן מיט בלויז איין יאר צוריק, און האלט שוין היינט ביי איבער 300 קינדער קע"ה, מ'דארף שוין אין די קלענערע קלאסן פאראלעל, און עס איז ערווארטעט צום קומענדיגן לערן יאר איבער 400 קינדער כ"י. די וואוקס איז נישט נאר פון משפחות וואס ציען זיך כסדר ארויס, נאר אויך פון די אינגע משפחות וואס וואקסן קע"ה און גיבן כסדר אריין נאך קינדער און גיט צו צו די שנעלע וואקס פון די מוסדות.

די מוסדות מוטשענען זיך מיט א גרויסן בודשעט, צו דעקן די גרויסע סטעף מיט אנגעשטעלטע, באסעס און אויפהאלטן דעם גרויסן בנין, און מיט די שכר לימוד און אינאיינעם בלייבט א ריזיגער לאך יעדן חודש, ואין הבור מתמלא מחולייתו, מ'דארף צוקומען צו אחינו בשרינו צו לייגן א קליין פלייצעלע, און דאס קען געבן א גוטן שטופ מיט השי"ת'ס הילף אז די מוסדות זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס און קענען אנגיין.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז די מוסדות זענען אויסערגעווענליך געלונגען ברוחניות ובגשמיות, די עלטערן זענען גאר שטארק צופרידן, און די קינדער זענען אויסעגעווענליך פרייליך און צופרידן, און מצד די שטאב און קוואליטעט האט זיך דער מוסד נישט וואס צו שעמען פאר אלטגעזעצענע און אויסגערופענע מוסדות, אבער אז ס'קומט סוף חודש און מ'קען נישט דעקן א פעיראלל, און ווען ס'קומט א געז און עלעקטריק ביל קען מען נישט באצאלן, מאכט עס די מנהלים און הנהלה זאלן אונטערברעכן, יעצט איז די צייט.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ס'אט זיך ארומגעדרייט א טעקסט אז ס'אט זיך געעפענט נאך א שוהל אין בלומינגבערג דעי שבת, איינער קען אריינקומען מיט מער פרטים?
וויפיל שוהלען איז שוין דא?
וויפיל זענעם סאטמארע שוהלען?
און פארוואס דארף מען אזוי פיל שוהלען ווען די גאנצע שטעטעל האט אינגאנצען 130 משפחות?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך ווייס נישט פון א נייע שול, אבער פשט פון די אלע שוהלן איז, צוליב די געאגראפישן ווייטקייט צווישן די פארשידענע געגענטער.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די טעקסט האט געמאלדן אז מען האט די וואך אנגעהויבן דאווענן אין בנין התלמוד תורה פרייטאג צונאכטס.

סאטמאר האט דערווייל צוויי שולן, איינס איז אין די היקארי קאמפלעקס, און דאס אנדערע איז די בית יושע שול אינעם נייעם דיוועלאפמענט, חוץ דעם איז דא דאס נאדווערנע ביהמ"ד וואס איז דערווייל קווארטירט אין רבינ'ס שטוב, ביז די נייע בנין וואס די קהלה האט געקויפט וועט אריינגיין אין דינסט.

בשעת'ן בויען די בנין התלמוד תורה האט מען אריינגעלייגט ריקעדיגע ווענט אינעם לאנטש רום מיטן פלאן עס זאל דינען פאר א בית מדרש מען האט עס אבער כמעט נישט גענוצט ביז יעצט. דאכט זיך אז עס איז צוגעקומען עטליכע משפחות אין יענע געגענט נעבן די תלמוד תורה און דאס איז די סיבה פארן עפענן די בנין פאר שבת.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

כ'דענק מ'האט געהאט גערעדט פין א טשערנאוויצע שוהל, עפעס געווארען דערמיט?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

סעטינגס האט געשריבן:כ'דענק מ'האט געהאט גערעדט פין א טשערנאוויצע שוהל, עפעס געווארען דערמיט?

טשערנאוויץ האט א קאנטרי אין די געגענט אין זוממער איז דא אינעם קאנטרי א טשערנאוויץ'ע שוהל
אמונה בטחון גאולה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 21, 2018 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה בטחון גאולה »

העריך ס'קומט פאר אן אסיפה היינט אויפ דערנאכט אין בהמ"ד בית יושע, וועגן דעם מוסד פינאנציעלען מצב, איינער מיט דיטעילס, וואס וויל מען?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”