השלמת ספר בתי נפש

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

השלמת ספר בתי נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ימי הקיץ ממשמשים ובאים. איך קלער צו מ'קען אפשר מיט די השתדלות פון אונזערע טייערע מתנדבים הע"י פרובירן צו פארענדיגן דעם הערליכן מייסטערארבעט פון בתי מועד - דברי מוסר ואגדה אויף מועדים.
איך ברענג עס ארויף איצט, ווייל אפשר קען מען ארבעטן דערויף במשך די קאנטרי/קעמפ חדשים, במשך די וואקאציע.
לאמיר קודם כל רעדן פון דעם חלק אויף אלול וימים נוראים וועלכע וועט זיין די עניני דיומא נאכן זומער. דא זענען די נומערן:
אלול 33
סליחות 26
ר"ה 12
עשי"ת 23
יו"כ 20
(שבת 18)
עס וואלט געווען א שיינע זאך, א הערליכע זאך, ווען מיר קענען באווייזן עס ארויסצוגעבן לכבוד ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
פארשטייט זיך אז אן אייער פולשטענדיגע מיטארבעטן וועט נישט זיין מעגליך דאס צו באווייזן. על כן, אויב פילט איר אז איר קענט נעמען א געוויסע אפטיילונג, אדער עטליכע עמודים (און אפילו אויב נאר איין עמוד!) רופט אייך אן, און בעזרת ה' נעשה ונצליח.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”