ברוכים הבאים צום נייעם פארום

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

ברוכים הבאים צום נייעם פארום

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:56 pm

ערב שבת קודש כ"ח ניסן תשע"ה לפ"ק

בשורה טובה תדשן עצם!

מתוך שבח והודאה להשי"ת טוען מיר בס"ד פארשטעלן דא דעם נייעם פליגל פון אונזער הערליכער פלאץ, דאס איז דער "הוצאות ספרים" אפטיילונג פונעם בית המדרש שע"י אייוועלט רבתי.

דער מפעל הוצאת ספרים פון אייוועלט, וואס ווערט אנגעפירט דורך אונזער חשוב'ער מיטגליד הרב יידישע קהלות און זיינע מיטהעלפער, איז שוין פקיע שמיה מיט אירע הערליכע דערגרייכונגען, ווען אין בלויז א קורצע צייט האט מען זוכה געווען צו זעהן דעם גאנצן ספר "בנין שלמה - על התורה ואגדות הש"ס" אויפגעזעצט און מסודר כליל בהדרו, וכל מי שרואה אומר ברקאי, און יעצט גייט די ארבייט ווייטער אן בהוצאה לאור פונעם ספר החשוב "בתי נפש - על התורה" וואס ליגט שוין באהאלטן איבער צוויי הונדערט יאר, און יעצט דורך די הילף פון חברים חשובים שלא ע"מ לקבל פרס, ווערט דער ספר אפגעדרוקט, קודם אין א וועכנטליכען גליון פארמאט און אי"ה עווענטועל אלס א ספר השלם באופן נאה ויאה.

מיט די אויפוואכונג פון די פראיעקטן האבן זיך אנגעזאמלט מערערע אשכולות איבער דעם חשוב'ען "מפעל הוצאת ספרים", ורבים אומרים מי יראנו טוב, דער עולם וויל דאס האבן אויף א מסודר'דיגען פארנעם, נישט צו שטערן די אנדערע הערליכע ענינים אויף וואס דער "ועל פליטת בית סופריהם" פארום איז געגרינדעט געווארן. דעריבער איז געווארן אנגענומען דער פארשלאג און אט וועט דער נייער סוב-פארום דינען דעם ציל פונעם "מפעל הוצאת ספרים" וואו אלע ביז יעצטיגע אשכולות ווערן ווערן אריינגעברענגט, און אלע אשכולות בעתיד וועלן דא ווערן געעפנט און געפירט.

עס איז א כבוד פאר "אייוועלט" צו זיין דער אכסניא של תורה, און צושטעלן דעם גאלדענעם רינגעלע און אונזער קייט פון פעולות חשובות לתועלת הכלל והפרט, בגשמיות וברוחניות, ואשרי להם פאר די אלע מסעיים ועוזרים, מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם נייעם סדר, ויתרבה גבולינו בתורה ותרום קרנינו למעלה.

מיט דאנק,
די מנהלים

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 19, 2015 1:49 pm

א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג אפריל 19, 2015 1:54 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.

א גרויסן דאנק!
הק' איש ימיני

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 19, 2015 1:58 pm

גם אני מצטרף להודות להמארחים היקרים שיחיו.
איצט גייען מיר האבן א רואיגער צימער וואו מיר וועלן קענען ארבעטן אומגעשטערט.
אחת שאלתי פון די טייערע ניקים הי"ו, קומט אריין, באזוכט אונז... איר דארפט נישט קלאפן אויפן טיהר, יעדער איז ווילקאמען... ווייזט ארויס אייערע כשרונות: העתקה, הגהה, גרעפיקס, עימוד וכו'. לערנט אייך וויאזוי ארויסצוגעבן א ספר, מיט די באלגייטונג פון א סטעף פון עטליכע מומחים אויף יעדע באזונדערע געביט. און אין די זעלבע צייט האט די זכיה פון ראטעווען דברי תורה מתהום נשיה, און שאפן א נח"ר פאר א נשמה פון א פריערדיגע גדול נבג"מ, וואס וועט זיכער מליץ יושר זיין אויף אייך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אפריל 19, 2015 2:09 pm

גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.

א גרויסן דאנק!

גם אני מצטרף! א ריזן יישר כח פאר דער הנהלה און פאר די עומדים בראש המפעל.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אפריל 19, 2015 2:12 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.

א גרויסן דאנק!

גם אני מצטרף! א ריזן יישר כח פאר דער הנהלה און פאר די עומדים בראש המפעל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג אפריל 19, 2015 2:24 pm

יישר כח, און מזל טוב.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 19, 2015 2:42 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.

ברוך הטוב והמטיב, ברוך שמסר 'עולמינו' לשומרים.

יישר כחכם וחילכם לאורייתא, תזכו למצוות

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג אפריל 19, 2015 2:48 pm

א ישר כח פאר די עושים ומעשים להגדיל תורה ולהאדירה!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 19, 2015 2:53 pm

א שיינעם דאנק פאר די הנהלה!

און נאכאמאל ווייזט זיך ארויס, אז החלטות זענען נישט סתם עקשנות צו "ווייל אזוי וויל איך", נאר ווען אזאך האט א ריכטיגע סיבה, א ריכטיגע באדערפעניש, וועט ער מיט ערעסטקייט אויפגענומען, און מען טוט צום זאך.

ישר כח נאכאמאל פאר די הנהלה, און עקסטער פאר "אידישע קהילות" שכרכם הרבה מאוד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 19, 2015 3:24 pm

יישר כוח בעלי בתים ומנהלים פארן נייעם פלאץ.

די גמרא אין ברכות (מ"ב ע"א) זאגט "תכף לת"ח ברכה" זאגט רש"י המקריבו אליו ומארחו. באה תיכף ברכה לתוך ביתו. אזוי אויך שטייט איז די גמ' (שם ס"ג ע"ב) מאריך אין די ברכות וואס מען איז זוכה ווען מען איז מארח א ת"ח אין זיין שטוב.
בלייבט אונז נאר איבער טאקע צו וואונטשען פאר די וואס האבן זוכה געווען צו מארח זיין די דברי ת"ח בביתם אז די ברכה זאל טאקע תיכף ומיד קומען.

אגב זייער פאסיג דער מדרש וואס דער מחבר ר' שלמה כהן ז"ל ברענגט די וואך (בפר' מצורע) ויקחו לי תרומה, יש לך מקח שמי שמכרו נמכר עמו, אמר הקב"ה לישראל מכרתי לכם תורתי וכו', כך אמר הקב"ה לישראל נתתי לכם את התורה, לפרוש ממנה איני יכול, לומר לך אל תטלוה איני יכול, אלא בכל מקום שאתם הולכים בית אחד עשה לי שאדור בתוכו שנאמר {שמות כ"ה ח'} ועשו לי מקדש עכ"ל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אפריל 19, 2015 4:16 pm

נא_שכל האט געשריבן:יישר כוח בעלי בתים ומנהלים פארן נייעם פלאץ.

די גמרא אין ברכות (מ"ב ע"א) זאגט "תכף לת"ח ברכה" זאגט רש"י המקריבו אליו ומארחו. באה תיכף ברכה לתוך ביתו. אזוי אויך שטייט איז די גמ' (שם ס"ג ע"ב) מאריך אין די ברכות וואס מען איז זוכה ווען מען איז מארח א ת"ח אין זיין שטוב.
בלייבט אונז נאר איבער טאקע צו וואונטשען פאר די וואס האבן זוכה געווען צו מארח זיין די דברי ת"ח בביתם אז די ברכה זאל טאקע תיכף ומיד קומען.

אגב זייער פאסיג דער מדרש וואס דער מחבר ר' שלמה כהן ז"ל ברענגט די וואך (בפר' מצורע) ויקחו לי תרומה, יש לך מקח שמי שמכרו נמכר עמו, אמר הקב"ה לישראל מכרתי לכם תורתי וכו', כך אמר הקב"ה לישראל נתתי לכם את התורה, לפרוש ממנה איני יכול, לומר לך אל תטלוה איני יכול, אלא בכל מקום שאתם הולכים בית אחד עשה לי שאדור בתוכו שנאמר {שמות כ"ה ח'} ועשו לי מקדש עכ"ל.

;l;p- ;l;p-
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג אפריל 19, 2015 9:32 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:יישר כוח בעלי בתים ומנהלים פארן נייעם פלאץ.

די גמרא אין ברכות (מ"ב ע"א) זאגט "תכף לת"ח ברכה" זאגט רש"י המקריבו אליו ומארחו. באה תיכף ברכה לתוך ביתו. אזוי אויך שטייט איז די גמ' (שם ס"ג ע"ב) מאריך אין די ברכות וואס מען איז זוכה ווען מען איז מארח א ת"ח אין זיין שטוב.
בלייבט אונז נאר איבער טאקע צו וואונטשען פאר די וואס האבן זוכה געווען צו מארח זיין די דברי ת"ח בביתם אז די ברכה זאל טאקע תיכף ומיד קומען.

אגב זייער פאסיג דער מדרש וואס דער מחבר ר' שלמה כהן ז"ל ברענגט די וואך (בפר' מצורע) ויקחו לי תרומה, יש לך מקח שמי שמכרו נמכר עמו, אמר הקב"ה לישראל מכרתי לכם תורתי וכו', כך אמר הקב"ה לישראל נתתי לכם את התורה, לפרוש ממנה איני יכול, לומר לך אל תטלוה איני יכול, אלא בכל מקום שאתם הולכים בית אחד עשה לי שאדור בתוכו שנאמר {שמות כ"ה ח'} ועשו לי מקדש עכ"ל.

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג אפריל 19, 2015 11:52 pm

שיינער אנטוויקלונג, די אייוועלט פאבלישינג איז אפיציעל.
מזל טוב יידישע קהילות והמסייעים. ס'איז א שטאלץ פאר די הנהלה און די חברים די ארבעט וואס ווערט דא אהערגעשטעלט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » זונטאג אפריל 19, 2015 11:55 pm

green האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:יישר כוח בעלי בתים ומנהלים פארן נייעם פלאץ.

די גמרא אין ברכות (מ"ב ע"א) זאגט "תכף לת"ח ברכה" זאגט רש"י המקריבו אליו ומארחו. באה תיכף ברכה לתוך ביתו. אזוי אויך שטייט איז די גמ' (שם ס"ג ע"ב) מאריך אין די ברכות וואס מען איז זוכה ווען מען איז מארח א ת"ח אין זיין שטוב.
בלייבט אונז נאר איבער טאקע צו וואונטשען פאר די וואס האבן זוכה געווען צו מארח זיין די דברי ת"ח בביתם אז די ברכה זאל טאקע תיכף ומיד קומען.

אגב זייער פאסיג דער מדרש וואס דער מחבר ר' שלמה כהן ז"ל ברענגט די וואך (בפר' מצורע) ויקחו לי תרומה, יש לך מקח שמי שמכרו נמכר עמו, אמר הקב"ה לישראל מכרתי לכם תורתי וכו', כך אמר הקב"ה לישראל נתתי לכם את התורה, לפרוש ממנה איני יכול, לומר לך אל תטלוה איני יכול, אלא בכל מקום שאתם הולכים בית אחד עשה לי שאדור בתוכו שנאמר {שמות כ"ה ח'} ועשו לי מקדש עכ"ל.

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 6:32 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:א באגריסענדע און פאסיגע שריט. מזל טוב אייוועלט! כה יתן ה' וכה יוסיף.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 10:06 pm

מזל טוב! עס ברענגט ארויף איי וועלט צי א נייע לעוול.


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט