וואקסינירן שפורן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נאך אמאל געזאגט די זעלבע זאך
קיין מאל נישט צופרידנגעשטעלט
איבערגעדרייט פון שטארק צו שוואך
האט זיך דאס גאנצע וועלט

ווער איז גערעכט און ווער איז נישט
איז דא אן אלטערנאטיוו
וואס איז דאס וואס מאכט צומישט
בלויז צו פארשטיין איך פרואוו

צו איז דאס א קאנפליקט צווישן די וויסנשאפט
מיטן אלמעכטיגער גאט
צו איז דאס אלס בלויז קאנספיראציע זאפט
וואס אן עקסטרעמיסט געקלערט האט

צו איז דאס טויטליך פאר קומענדיגע דורות
און שעדליך עס איז געפערליך
צו איז דאס נארישע בויך תורות
און עס לוינט זיך צו בלייבן ערליך

צו איז דאס אן אגענדע פון דעם בייזוויליגן
אראפצונידערן די פאפולאציע
אדער ברויך מען די נישט-צוטרוי פארטיליגן
און פאלן פאר קאנספיראציע

עס איז מיר זייער אינטערסאנט
ביטע לאזט מיר וויסן
בעפאר איך לאז שטעכן מיין האנט
מיט א הארץ אין צוויי צוריסן

מען זאגט אז עס איז געשטארבן א מיידל
אין רעזולטאט פון דעם שטאך
מען זאגט אז עס קען וואקסן א וויידל
און ברענגען צו א נערוון בראך

מען שרייט קוקט און זעטס
וואס דא גייט פאר
אלס איז א פלאן פון ביל געיטס
און אלע שווארצע יאר

אבער איך זעה א צווייטער בילד
וואס לאזט נישט הערן די געשרייען
איך זעה אמבולאנסן פארן ווילד
איך זעה מציבות זיך באנייען

איך זעה טויזענטע מענטשן וויינען
איך זעה שפיטעלער אנגעפילט
איך זעה אידן ווידוי ליינען
איך זעה דער שטן בילט

מיין זיכרון איז נישט שוואך
און אפילו אויב ווען עס איז ביז גאר
נישט אריבער צייט אסאך
ניטאמאל א גאנצער יאר

דער וויירוס הארגעט ליידער
און ווי מער ער וויל
פארקנאקט דער שולע און חדר
און אזוי אויך די מקוה און דער שול

ענדליך עס איז דא עפעס פריש
מען הייבט אן קומען צו זיך
קומען קאנספיראטארן צום טיש
ווי שטיינדלעך אין די שיך

איבריג איז קלאר מאכן די געפארן
און ברענגען ראיות פון קאנספיראציע מאשין
טוט אייערע ארבל ארויפשארן
און לאזט אריינדרינגען דעם וואקסין
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לאזט אייך נישט שטערן
דאס איז לענ”ד וואס איך טוה קלערן
אויב ווילט אנדערש ס’זאל ווערן
דאן לאזט אייך ביטע הערן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

(שטעך מיר אריין אינעם פינגער...)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פיין!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ערשט יעצט באמערקט.

זייער גוט געשריבן!
;l;p-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טאלאטפול!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך בין קיין חכם קיין גרויסע,
קיין פאשער קיין סייענטיסט,
איך האב קיין מיינונג אויף די נושא,
גערעכט צו אומגערעכט דו ביסט.

אבער צו גראמען בין איך א פאשטייער,
און קען זאגן אן אפיניען,
צו איז עס גראמען זיס און טייער,
אדער נישט גערעדט צום ענין.

און דא קום איך און לייג די הנחה,
אז יעדעס ווארט איז זיס ווי צוקער,
אז די שרייבער איז א בר הכי,
איז פון יעדע גראמ'על ניכר.

סיי די שורות סיי די גראמען,
זענען עפעס לעילא לעילא,
און די גאנצע בנין צוזאמען,
איז א מפואר'דיגע כלי.

בלייבט אונז נאר איבער צו בעטן,
ווען דער שרייבער איז דא מיט אונז,
ער זאל אפטער דא אריינטרעטן,
און איבערלאזן פינגער-פרינטס!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א דאנק מר. שטומפיג פאר די ווארעמע גריסן
איך בין שוין געווארן כמעט מיד פון שרייבן
איך האב נישט געהאט קיין אהנונג אויב מען טוט געניסן
ווען איך לאז אין פאעזיע מיינע געפילן איבערבלייבן

אבער אויב קומען ניקים און שרייבן תגובות דערויף
מיינט אז מען טוט עס נישט איגנארירן
און אזוי בלייבן פייכט מיינע מים שאין להם סוף
פון די קריטיקירן, קאמפלימענטירן, טאלערירן, און פארפירן

אבער אז דו קענסט דאך אויך די גראמען פאך
שארף און גראד גארנישט שטומפיג אז מען רעדט שוין
כאפ א פעדער און שרייב - עס גיבט צו א סאך
לאמיר אויפלעבן די פאעזיע ווינקל און איר צוריק אנטון דעם קרוין
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

טישטוך האט געשריבן:א דאנק מר. שטומפיג פאר די ווארעמע גריסן
איך בין שוין געווארן כמעט מיד פון שרייבן
איך האב נישט געהאט קיין אהנונג אויב מען טוט געניסן
ווען איך לאז אין פאעזיע מיינע געפילן איבערבלייבן

אבער אויב קומען ניקים און שרייבן תגובות דערויף
מיינט אז מען טוט עס נישט איגנארירן
און אזוי בלייבן פייכט מיינע מים שאין להם סוף
פון די קריטיקירן, קאמפלימענטירן, טאלערירן, און פארפירן

אבער אז דו קענסט דאך אויך די גראמען פאך
שארף און גראד גארנישט שטומפיג אז מען רעדט שוין
כאפ א פעדער און שרייב - עס גיבט צו א סאך
לאמיר אויפלעבן די פאעזיע ווינקל און איר צוריק אנטון דעם קרוין

;l;p-
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: וואקסינירן שפורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער הנאה געהאט פון די גראמען, און בכלליות פונעם געדאנק.
---
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”