מיין ליבע פעדער!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

מיין ליבע פעדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

שרייבן מיין פאך
שרייבן מיין שפראך
שרייבן מיין דערגרייך.

פון אותיות ווערן ווערטער
די אותיות אויף זייערע ערטער
יעדע אות א באזונדערע קערעקטער.

דער אות הארט און טריקן
דער אות הארץ אפדריקן
דער אות שטילערהייט טוט ריקן

ווערטער דורכגעווייקט
שווארץ און ווייס עס צייגט
און פערספעקטיוו עס לייגט.

דער אות איז נישט מוגבל
מען קען בויען א בערגל
אויך מאכן א קוגעל

דער אות איז פריי
טוט זיין ארבעט געטריי
שטיל און צומאל מיט א געשריי.

ווען מען זאל וויסן דיין שאץ
וואלט מען געצאלט טייערע גראצ'
אנצופילן פון דיר א גאנצע טאץ.

דער אות אייביג צו די האנט
אין בית מדרש אויפן וואנט
און אויפן קאושט אנגעלאנט

אין סידור ווערטער גיסט
אויך אין גמרא די ביסט
אין ארבעט מאכט מען מיט דיר א ליסט.

ווען עפעס טוט וויי
זאכן זענען נישט איי איי
נעמט מען דעם בליי

דער ליידיגע ווייסע פאפיר
נעמט מען אפיר
מען שרייבט די שפיר

די פעדער האט אייביג צייט
די פעדער שטייט אייביג צו די זייט
די פעדער האט א הארץ פון זייד

פון די פעדער איך שעם זיך נישט
די פאפיר באטראכט מיר נישט
די טינט לאכט מיך נישט

ארום דער זייגער
הערן זיי אויס מיט נייגער
ווי זייער שטייגער.

יעדע אות אן אנדערע באדייט
מיט אן אנדערע אויסקוק באקלייד
איינער צום אנדערע פרעמד אוועקגעדרייט

ווען מען ברענגט זיי צוזאמען
און מען לייגט זיי אין די ראמען
ווערן זיי שיינע פעראגראפען און גראמען.

זאכן פון אסאך יארן צוריק
וואס זענען געגאנגען צום דריק
גייען נישט לריק.

פון מוח צום פינגער
פון פינגער צום פעדער
פון פעדער צום פעפער

מיט א בלויז פעדער און טינט
קען מען שרייבן געשווינד
ווען אויף די פאפיר עס צורינט.

אזויפיל מעלות
זיי פרעגן נישט קיין שאלות
איך האב די בעלות

פון א פעדער געווארן א פען
פון די פען געווארן קנעפען
פון שרייבן געווארן קוועטשן.

מיט די פעדער בלייבן מיר בידידות
נאכן זיצן לאנגע שעות ביחידות
און געמאכט דערמיט התבודדות.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיין ליבע פעדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מממ... עס קאכט זיך גוטע סחורה...

זיי מהנה מער אפט!
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: מיין ליבע פעדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

טישטוך האט געשריבן:מממ... עס קאכט זיך גוטע סחורה...

זיי מהנה מער אפט!


נישט יעדן טאג קאכט זיך גוטע סחורה
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין ליבע פעדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך!
פיינע סחורה!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: מיין ליבע פעדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

אוש דעטס סאמטינג אונריעל
זייער זייער קריעיטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”