איך האב אמאל געמיינט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

איך האף אז דער מעסעדזש איז גענוג קלאר, בין נישט דא צו אוועקמאכן גארנישט חלילה, נאר צו ארויסברענגען מיינע אייגענע געפילן צום יום הדין
געשריבן אויף די גאנג פון דער נייע פאעטישע ניגון "איך האב אמאל געמיינט" פון דער מלך הגראמערס מוטי אילאוויטש


איך האב אמאל געמיינט, אז די הייליגע טעג
זענען שטרענג און פיל מיט רעג
דער לאנגע דאווענען איז טאקע הייליג
אבער ענדלאז און לאנגווייליג

סליחות א קאפ וויי
שופר א טימל און געשריי
אלול געמאכט פאר די פיש
בעסער ווען מ'גיבט ווען א מיש

ווי מער איך עלטער מער
פארשטיי איך אנדערש און מער
די טעג זענען אזוי לעכטיג
מ'ווערט נאנט צום אלמעכטיג

זיצן אויפן באנק אין שוהל
זיך אנשעפן מיט נאנטע געפיל
שופר ערוועקט די הארץ
עס נעמט אוועק די זאץ

איך האב אמאל געמיינט
עשי"ת איז א שמייכל אומב'חנ'ט
אויב מ'איז פארשלאפן די עלות
האט מען פארפאסט די באס

אז די דאווענען נאר ווערד מיט געדרענג
מיט פיס וויי פיל מיט ענג
דער פחד אין פארענט פון די אויגען
דער גייסט צוזאמגעצויגען

ווי מער איך עלטער מער
פארשטיי איך אנדערש אין מער
ראש השנה איז א געלעגנהייט
פאר א יאר מיט פרישקייט

אויפנעמען דעם קעניג
און זיין אונטערטעניג
מקבל זיין עול מלכות
און ארויסגיין פון שאול תחתית

איך האב אמאל געמיינט
אז ווען תשרי ערשיינט
איז בעסער א שלאף
פון די דראמע אוועקלאף

אז די היינטיגע פארשטייען נישט
דער הימל איבערקערניש
נאר די אמאליגע האבן מורא געהאט
מיר זענען שוין נישט פון די גוטע לייט

ווי מער איך עלטער מער
פארשטיי איך אנדערש און מער
אז אויכט היינט גרייט מען זיך צום יום הדין
מיט השתוקקת איינגעטינקן דערין

שעות מ'דאווענט מיט התלהבות
מ'לאזט אפ אלע תאוות
דעם באשעפער מ'טוט באקרוינען
און ער וועט אונז צוריק באלוינען
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך!! גוט ארויסגעברענגט

דאס קומט אבער מיט א ערענסטערע טאן ווי מאטי'ס ניגון..
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין, גוט ארויסגערענגט..
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גם אתה יכול ארויסברענגען הערליך א נקודה...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

אמת'ע נקודות, עידית שבעידית
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

מייסטערהאפטיג
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

ממש ארויסגעברענגט וואס איך טראכט
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

שכוח פאר אלע געשמאקע פיעדבעק
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הערליך שיין און אמת
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

הערליך
פאר נייגער איז עס גרינגער צו שרייבן אויף א אלטע ניגון אדער פשוט סריז מער אינטרעסאנט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

ניין און יא האט געשריבן:הערליך
פאר נייגער איז עס גרינגער צו שרייבן אויף א אלטע ניגון אדער פשוט סריז מער אינטרעסאנט


ס'איז בכלל נישט גרינגער
נאר דער ניגון איך האב אמאל געמיינט איז געבויעט אויף די גאנג פון מיינונגען וואס האבן זיך געטוישט דעריבער האב איך געפילט פאסיג צו שרייבן אויף די מהלך ווען דער געפיל האט געוואלט ארויסברענגען א טויש אין מיינונג. דער ניגון גיבט צו פארשטאנד צו די ווערטער.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

גם אתה יכול האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:הערליך
פאר נייגער איז עס גרינגער צו שרייבן אויף א אלטע ניגון אדער פשוט סריז מער אינטרעסאנט


ס'איז בכלל נישט גרינגער
נאר דער ניגון איך האב אמאל געמיינט איז געבויעט אויף די גאנג פון מיינונגען וואס האבן זיך געטוישט דעריבער האב איך געפילט פאסיג צו שרייבן אויף די מהלך ווען דער געפיל האט געוואלט ארויסברענגען א טויש אין מיינונג. דער ניגון גיבט צו פארשטאנד צו די ווערטער.

ריכטיג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אזוי ריכטיג און אזוי אמת
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: איך האב אמאל געמיינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און אזוי שיין
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”