איך בין פון קרית יואל!!!

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 1:58 pm

בס''ד
מאמי געב א קיק
מיינע אויגען איך ריק

א גוי וואס דעדט אידיש
א וועלט פרעמדע חידוש

א גוי מיט אלע בגדים
רעדט יודש צו מיינע קינדער נחמדים

צו וויל ער זיי פארכאפן?
מען דארף אים שנעל סטאפן!

איך געב א גיי צו מיט מוט
און געזאגט זיי מיר מסביר וואס איר טוט?

איך וויל ס''ה די וועג!
דירעקשנס נישט פרעגן איך מעג?

זאג איך דאס איך פארשטיי!
אבער פון ווי יודיש קענסטו איך געב א שריי?

וואס פארשטייסטו נישט? אלעס איז דאך פארשטנעדליך וואויל!
איך קום פון קרית יואל!....

יודן סאיז נישט קיין לאגענדע אדער טרוים
מען רייסט פון אונז שטיקער מען ראטעוועט קוים

יודן וועקטס ענק אויף
שיקטס תפילות ארויף

צו רעטען אונזערע בנים
זיין ערליך לאורך השנים

טוען זיין רצון בתמימות
און שטענדג בלייבן מיט די חמימות.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שמו » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:40 pm

שוידערליך
אבער וואס ווילסטו פון קרית יואל

אנדערע שטעט זענען ליידער נישט אנדערש.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

פנחס זיסקינד
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך פנחס זיסקינד » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:41 pm

שמו האט געשריבן:שוידערליך
אבער וואס ווילסטו פון קרית יואל

אנדערע שטעט זענען ליידער נישט אנדערש.

נעם עס נישט פערזענליך
ער האט געטראפן א גוטע גראם אויף וואויל... קרית יואל....
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:43 pm

קורץ און שארף.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:57 pm

איך האב מיר שוין מער ווי איינאל אנגעשטויסען אין אזא סיטואציע ליידער.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:59 pm

יויש!
מעשים בכל יום ליידער.
אתה ה' תשמרם תנצרנו מן הדור זו לעולם.
גוט אראפגעלייגט @ניין און יא.
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך ניין און יא » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:19 pm

שמו האט געשריבן:שוידערליך
אבער וואס ווילסטו פון קרית יואל

אנדערע שטעט זענען ליידער נישט אנדערש.

My story was whit monroe
Nothing personal
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שמו » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:15 pm

דיסקלעימער, איך האב גארנישט מיט קרית יואל
נאר אנגעקוקט מאדנע, אז מען פארשמירט א הייליגע שטעטל

שוין, מחול לכם כולכם
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:18 pm

היינט געהאט, א ריזיגע שייטל קאפ מיט טייני קאפל, אינמיטן א שמועס נעמט ער זיך צי רעדן אידיש, פרעג איך אים פון פון ווי ער קען, זאגט ער מיר אז ער האט געלערנט אין א היימישע חדר. (נישט אין ק''י)
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך dont care » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:29 pm

ניין און יא האט געשריבן:בס''ד
מאמי געב א קיק
מיינע אויגען איך ריק

א גוי וואס דעדט אידיש
א וועלט פרעמדע חידוש

א גוי מיט אלע בגדים
רעדט יודש צו מיינע קינדער נחמדים

צו וויל ער זיי פארכאפן?
מען דארף אים שנעל סטאפן!

איך געב א גיי צו מיט מוט
און געזאגט זיי מיר מסביר וואס איר טוט?

איך וויל ס''ה די וועג!
דירעקשנס נישט פרעגן איך מעג?

זאג איך דאס איך פארשטיי!
אבער פון ווי יודיש קענסטו איך געב א שריי?

וואס פארשטייסטו נישט? אלעס איז דאך פארשטנעדליך וואויל!
איך קום פון קרית יואל!....

יודן סאיז נישט קיין לאגענדע אדער טרוים
מען רייסט פון אונז שטיקער מען ראטעוועט קוים

יודן וועקטס ענק אויף
שיקטס תפילות ארויף

צו רעטען אונזערע בנים
זיין ערליך לאורך השנים

טוען זיין רצון בתמימות
און שטענדג בלייבן מיט די חמימות.

איך בין אמאל געווען ביי א איווענט אין מיילעך קאהן האט דאס געזינגען

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך אלטער » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:45 pm

זייער שטארק און צום פוינט.


צ/ק
איך בין אויך פון קרית יואל....
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 9:47 pm

קורץ שארף און ציפעדיג
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:50 pm

וואס טוט מען טאקע ס׳זאל נישט פאסירן? קען איינער אריינקומען קלאר מיטן לעיזונג?

אוועטאר
נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך נחזור לענינינו » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:15 am

אלטער האט געשריבן:זייער שטארק און צום פוינט.


צ/ק
איך בין אויך פון קרית יואל....

יא, אבער איר האט א שיינע ווייסע בארד..

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:27 am

Graphic24 האט געשריבן:וואס טוט מען טאקע ס׳זאל נישט פאסירן? קען איינער אריינקומען קלאר מיטן לעיזונג?

נישטא קיין עכטע לעזונג

די פראבלעם איז ווען מאיז אין א באבל אז אלעס איז גוט בשעת ווען אינדערויסן פון דיין באקס גייט פאר א קאטעגאריע 5 האריקעין
בארכאשעם מקוקט זיך ארום כולם אהובים כולם ברורים.. ערעב איד!! וועקט אייך אויף.. זיי וואוינען מער נישט אין שטעטל, לעב נישט ווי א בת היענה!

---------

איך זעה אבער נישט דוקא די פראבלעם אין קרית יואל, ניטאמאל פראצענטואל

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:29 am

איך האב באמת געמיינט אז ער צילט דא אויף וואלדעק זז"ג

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:34 am

די גראמען אליינס איז ביוטעפול

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:35 am

זייער שטארק
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך אלטער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 7:32 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב באמת געמיינט אז ער צילט דא אויף וואלדעק זז"ג

:grin:
געמיינט די זעלבע ווען כ'האב אנגהויבן ליינען...
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך פיק ניק » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 7:37 am

שמו האט געשריבן:שוידערליך
אבער וואס ווילסטו פון קרית יואל

אנדערע שטעט זענען ליידער נישט אנדערש.

איך האב עס פארשטאנען לרבותא.
א דאנק פאר די וואס האבן מיך געהאלפן מיט זייער קאנסטראקטיווע קריטיק:
מחשב - גרויסע עם הארץ - איינס - דייקן - פעיק ניוז
האסט א גוט ווארט? זאג עס ברבים, קריטיק? אין אישי.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:28 am

ליינענדיג דעם אשכול איך מיר א מעשה:

איך שפאציר איינמאל אריין אין 7-ELEVEN אויפן רוט 59 אין מאנסי, זעה איך ווי זי האבן א פלייש אפטיילונג, מיט עפעס א הכשר און עס ארבעטן דארט 2 מענטשן מיט קליינע קאפלעך,

זיך וואונדערונג, ווי קומט צו די געשעפט פלייש מיט א הכשר, פרעג איך זיי אויף ענגליש, צו די פלייש אפטיילונג געהערט פאר א איד, זאגן זיי מיר אז יא,

דערנאך פרעגט מיר איינער פון זיי "יור נעים איז זית(מיין משפחת נאמען), יעס?
האב איך געענטפערט, אין אידיש,

דו קומסט פון קרית יואל מאך מיר נישט רעדן ענגליש,

האבן זיי מיר געזאגט ווער זיי זענען

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 9:48 am

איך האב שוין אסאך געטראפן אזאנע יודן ליידער, רוב פון מלחמה איבערלעבער.

כ'האב געדילט מיט אן עלטערע גוי (?...) אפאר יאר צוריק און דא דארט האט ער געזאגט יודישע ווערטער פרעג איך אים פון ווי ער קען יודיש ענטפערט ער מיר I'm Jewish.
?Where are you coming from
From מונקאטש.
Do you remember the מנחת אלעזר?
Whom???
The מנחת אלעזר די רב.
Ow yes the ruv....

אפאר יאר צוריק אנפאנג אלול וואק איך פרייטאג צונאכטס אויף בראדוועי ווען א ווען מיט טינטעד ווינדאוס שטעלט זיך אפ נעבן מיר און די פענסטער עפענט זיך אויף און יענער שרייט ארויס "אלול אלול"
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 2:36 pm

יא יא!
דערמאנסט מיר ווען איך בין אמאהל געפארן מיט א קבוצה בחורים אויף א באס צום עירפארט, און אן עלטערע יונגערמאן איז מיטגעפארן.

רופט זיך אהן אן עלטערע מיט א צורת גוי, אין א זאפטיגע יודיש, מיטן גאליציאנער אקצענט, צום עלטערן יוד וואס ער האט געקענט
"האסט געברענגט דיינע בחורים דא, שוין, קיין גרויסע עבירות וועל איך דא שוין נישט קענען מאכן..

ליידער ליידער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:03 pm

ליידער ליידער אזוי אמת'דיג און וויטאג'לעך, ניין און יא שכויעח.

דערמאנט מיר א מעשה ס'האט פאסירט יארן צוריק און מאנסי, גראדע וויי איך ביי וועם און מיט וועם. א איד האט געזוכט א שבת גוי, ענדליך האט ער געטראפן, ער האט איהם אנגעהויבן מרמז זיין וואס ער וויל, דער גוי האט'צעך געמאכט ווי ער כאפט נישט, נאך א שטיק צייט ווען דער איד האט געזעהן אז ס'גיט נישט מיט רמזים, האט ער געפלאצט און זיך אנגערופן: נו, צינד שוין אן די לייט דארט..., דער גויט איז צוגעגאנגען און אנגעצינדן, דערנאך פרעגט ער איהם קאלטערהייט מיט א שמייכל אויף אידיש "און וואס איז מיט אמירה לעכו"ם"...

ליידער ליידער דעמאנט מיר עס אויך וואס בעיני ראיתי א גוי זיצן און פארברענגען מיט אפאר באחנ'טע יונגלעך ווייזנדיג 'זאכן' אין זיין סמארטפאון... כאפנ'דיג אז רח"ל ס'איז זייער טאטע...

ריבוש"ע הייל אונז שוין אויס!
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

Kollel
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איך בין פון קרית יואל!!!

תגובהדורך Kollel » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:30 pm

אלטער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:איך האב באמת געמיינט אז ער צילט דא אויף וואלדעק זז"ג

:grin:
געמיינט די זעלבע ווען כ'האב אנגהויבן ליינען...

סעים הער.
@ניין און יא, דיין טאלאנט איז עפעס מורא'דיג
און די מעשה שרעקוועדיג
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט