א מאמעס קרעכץ

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

א מאמעס קרעכץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א יעדער פון אייך האט שוין געזען אמאל
די קליינע באס'עלעך וואס נעמען ספעציעלע קינדער אין סקול

מ'גייט אמאל אינדערפרי אין שיהל
זעט מען פון זיי פארן פיל

אביסל רחמנות'דיג מ'בליקט
אויף די מאמע וואס דעם קינד שיקט

נישט אין סקול נישט אין חדר
נאר מיט גאר אן אנדער סדר

אבער ווער קען דען וויסן
ווי א מאמעס הארץ ווערט צוריסן

ביז דארטן זי זעהט זיך
עס קומט נישט אן אזוי גיך

די מאמע שטייט אויף אינדערפרי
אין קינדער שטוב קוקט זי

ווי אזוי טוט זיך איר קינד פילן
טוט זי וויינען אדער זיך שפילן

איר קינד קען נישט זאגן
צו זי איז צופרידן צו זי טיט זיך פלאגן

די מאמע גייט צו צום בעט
הויך א זאג זי געט

מודה אני לפניך מלך חי
אז מיין קינד איז אויפגעשטאנען פון דאסניי

זי זעצט אויף דעם קינד
זי גיסט אפ איר הענד געשווינד

דאס קינד אויף דער ערד זי טרעט
די מאמע ווען זי דאס זעהט

דעם בורא לויבט זי גלייך
נאר ער האט געקענט באווייזן אזא זאך

דאס קינד זאל שטיין אויף די פיסעלעך
ס'האט טאקע גענומען לאנג און צוביסעלעך

א מאמעס קרעכץ ווער קען דען פארשטיין
ווען זי האט געבעטן צום אדון היצורים מיט א געוויין

העלף מיר מיין קינד זאל קענען שטיין
אויף די אייגענע פיס גיין אליין

דער דאקטער האט זאגט אז ס'איז נישט מעגלעך
אבער זי האט געלויבט דעם באשעפער טעגלעך

דו האסט פאר אלעם א וועג
חלילה איך זאל טאן עפעס א פרעג

דוד המלך אין תהלים זאגט
ביי א יעדע צרה וואס איך ווער געפלאגט

מהולל אקרא השם
ערשט טו איך לויבן פאר דעם

פארזיכערט איך בין אינעם בורא
פאר גארנישט האב איך נישט מורא

יפול מצדך אלף ורבבה מימין
אפילו די סטאטיסטיק האט געוויזן אז ס'איז זייער ווייט דערפון

האסטו טאטע עס געטאן באווייזן
ווייל אידישע תפילות זיי ברעכן אייזן

אסאך צייט מיט פארשידענע טערעפיס פארבראכט
געווען פארנומען בייטאג און ביינאכט

אבער מיר וויסן דעם אמת דאך
אז העלפן העלפט נאר די אמונה בך

אייגענע פעולות טאקע מען טוט
אבער דיינע חסדים זעהט מען דאך א יעדע מינוט

דאס קינד זי זעצט צום טיש שיין
און פאר דאס עסן אין מויל זי לייגט אריין

זי מאכט מיט איר הויך א ברכה
אז צו קייען קען מען כהלכה

דעם בורא מען דארף צו לויבן
זיין נאמען זאל ווערן דערהויבן

א יעדעס ביס איז עקסטער חסדים
וואס דאס קינד טוט כאחד האדם

אז דאס עסן ווערט געהעריג צוקייעט
אין די מאגן גוט פארדייעט

דאס ווייסט שוין די מאמע מיט די יארן
אז ס'קומט נישט אליין צופארן

א יעדעס בייס באזונדער
איז דעם בורא כל עולמים'ס וואונדער

דאס קינד זי דארף שוין צום באס אנגרייטן
נאך אביסל עס קומט שוין צו רייטן

קיין מינוט ער וועט קלערן
אז מ'נישט גרייט וועט ער נעלם ווערן

דאס קינד זי באגלייט ארויס
און זאגט הער מיך אויס

א גאנצן טאג אין טו פון דיר קלערן
צום באשעפער פאר דיר בעט איך מיט טרערן

דו מיין קינד בעט אויך פאר מיר
איך זאל האבן כוח צו ערציען דיר

אויך צו דיינע שוועסטער און ברידער
און אין שטוב צו פירן דעם רידער

די שטוב צו פירן צו האבן כוח
צייט אביסל לנוח ולשמוח

זיך אפגעבן מיט די לעגאליטעטן
מיט די בארד אף עד און אירע פארמאליטעטן

מיט די שטאטישע ביוראקאטיע זיך צו קריגן
דער פון אויבן וועט העלפן און מיר וועל זיגן

מיין קינד האב אינזין דיין מאמען
איך בין א גאנצן טאג מיט דיר צוזאמען

א מאמעס קרעכץ ווער קען דען פארשטיין
ווען זי בעט צום אדון היצורים מיט א געוויין

העלף מיר מיין קינד זאל קענען שטיין
אויף די אייגענע פיס גיין אליין.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום זונטאג מאי 04, 2008 3:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווערטערלאז.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

שפראכלאז.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א טאטעס הארץ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייענדיג געבענטשט מיט אן אייגענע משפחה ב"ה, איז מיין הארץ צוגאנגען און מיין האלז האט געשטיקט לייענענדיג די פאעטישע שורות פון כבוד ידידי וידיד נפש כל חי הרב אפרים שלאפן הי"ו.

מיר ברויכן דאנקען און לויבן דעם לעבעדיגען באשעפער אויף אלע חסדים וואס ער טוט מוט אונז טאג-טעגליך, זאל דער זכות פון די התעוררות דיר ביישטיין להוושע בכל מילי דמיטב.

יעקב דוב
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זיין דרשה רעדט פאר זיך אליין, און עס רייסט אריין ביי מיר אין הארץ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פארשלאפען, מלא אמונת השם, געפילעש געשריבן, ספעציעל ווען איך ווייס אז ס'איז א המשך פון די שמועס וואס מיר האבן דא אמאל געהאט.

איך ווער נתפעל פון דיין גבורה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיידעניו, כ'ווער אימאשענעל, נאך אביסל, און גרויסע וויכטיג מאכער, וויינט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זיידעניו, כ'ווער אימאשענעל, נאך אביסל, און גרויסע וויכטיג מאכער, וויינט!!!


זיידעניו האט עפעס מיט פארשלאפען?

פארשלאפן, מיינע אויגן זענען פארלאפן מיט טרערן בלויז פון ליינעם די שורות,
דיינע ווערטער זענען זייער זייער הארציג און ווארעם, א ריכטיגע אידישע גבורה,
דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט אוודאי און אוודאי ווייטער העלפן,
ער וועט אונז קיינמאל נישט פארלאזן,
ער קען און וועט אויסהיילן אלע וואס דארפו א ישועה,
נישט נאר וואקען נאר רעדן און באוועגען אינגאנצען אליין,
ער וועט זיך ארומדרייען מיטן גאנצען חן, אמן.

נ.ב. עס קוקט מיר אויס ווי דאס איז געצילט פון אדער צו עפעס, אויב מעגליך צו מעלדן?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געוואלטיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מורא'דיג, פאר מיר איז דאס ווי א מוסר ספר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פארן שלאפן אדער נאכן שלאפן? אויך מיר פארשלאפן, אז דאס הייסט פארשלאפן, וואס הייסט אויף געווען?

פארשלאפן טייערער, ס'איז דאך מורא'דיג, דו צונעמסט דאס הארץ, שכוח פארן געבן חומר למחשבה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק איך קום ענק אלע
ווערטער בפי אמלא
דאס וואס איר זענט מיר מחזק מיט ווערטער
השם זאל ענק בענטשן אויף אלע ערטער

זוכה זיין זאל יעדער איד באזונדער
רוב נחת צו זעהן ביי אלע קינדער
עד עולם נאר וויסען פון פריידן
אן קיין טראפעלע ליידן
חן וחסד ביי אלע בנות ובנים
יזכו לגדלם ולחנכם מיט א פריילעך פנים
אלעס דערצו פארמאגן
וואס מען קען נאר זאגן
קלוגע קינדער מיטן דעת א קלארע
יארן לאנגע און געזונטע פונעם כל ברא
מיט רמ"ח אברים גראדע און פעסטע
אן א חסרון די קלענסטע

אמן ואמן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

פארשלאפן; איך קען נישט ראגירן, איך וויין און וויין, איי אזעלכע הייסע ווערטער גליטשן זיך פונעם גרעסטן חשכות טוט א אידישע נשמה בליען און גלאנצן.

עס בעט זיך א תפלה, באשעפער קוק אויף דיין עם סגולה
ווי זיי וועלן דאנקן און לויבן, אנעם פארשטיין וואס טוט זיך אויבן

אויב אזוי איז דאך שוין זיכער כדאי, ס'זאל קיין בלוט נישט טריפן אבר מן החי
אז מיר טוען דיר סייווי לויבן און דאנקן, זאל עס שוין זיין אויף חסדים און געשאנקן

וואס דו זאלסט באגיסן דיין שה פזורה, מיט השפעות און גוטס און שיק שוין די בשורה
אז הנה זה עומד אחר כתלינו, קיין ירושלים זאלן מיר שוין קומען במהרה בימינו
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארשלאפן איך בין מלא רגש און איבערגעפילט מיט געפיהל פאר אידישע קינדערליך וואס האבן די זכיה פון ערציען די נשמות יקרות וואס ווער פון אינז קען דאס אפשאצען די גרויסקייט און חשיבות פון די עלטערן

כ'דערמאן זיך יעצט א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט

הנותן שלג כצמר

דער רבוש"ע גיט שניי לויט וויפיל מאנטלן עס איז דא

און אז השי"ת זעהט א איד וואס איז אנגעגארטלט מיט אמונה און בטחון מער ווי אנדערע ציווילע בירגער גיט מען אים די זכיה פון אויסלייטערונג דורכן ערציען העכערע נשמות וואס נישט יעדער בשר ודגים האט דער ערלויבעניש דאס צו טוהן
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

איך האב עס יעצט געזעהן צום ערשטן מאל
זיער ווארעם זייער שיין זייער איידל
יישר כוח
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א מאמעס קרעכץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:זיך אפגעבן מיט די לעגאליטעטן
מיט די בארד אף עד און אירע פארמאליטעטן

מיט די שטאטישע ביוראקאטיע זיך צו קריגן
דער פון אויבן וועט העלפן און מיר וועל זיגן


איך שפיער אז סליגט אויף מיר א חוב
ברבים צו דאנקען דעם בורא פאר כל טוב
רינה כהמון ווען איך וואלט געטאן פארמאגן
כי הוא זה וואלט איך נישט געקענט זאגן
הילף ער שיקט אויף אלע אופנים
ארויס ער האט מיך געהאלפן אין די שווערסטע זמנים
תבועות מיר האבן געהאט אנטקעגן די עדיוקעישאן באורד
ה'ילף פון זיי צו באקומען יארן עס געדויערט
בדמים תרתי משמע זיך געקריעגט מיט זיי
כ'האב שוין געהאט געקלערט ס'איז א שאד אויף די געלט סיי ווי סיי
לויט ווי ס'האט אויס געזעהן פון די ערשטע מינוט
עס וועט נישט זיין פאר אונז גוט
תעיתי כזה אובד האב איך געהאט געקלערט
תמהתי אויב ס'איז בכלל ווערט
מאין עזרי יבא, פון וואנען
יגיעתי לריק איך האב געטאן טענה'ן
דרכי השם ווער קען פאשטיין דען
תמיד זיין גרויסקייט זעהט מען
הללוהו בנבל וכינור
לי ולמשפחתי הי' אור
תשבחתו לנצח נצחים
ובשמו אנו נבטחים
בבי דואר האב מיר באקומען די פארגאנגענע וואך
פאר אסאך מער ווי געקלערט באקומען מיר נאך
ידי לה' אפרוש היום בבעיתא
מוח און כח ער זאל מיר געבן צו ערציען מיינע קינדער די זיסע
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א באגריסונג אויפן געווינס, און אויפן שיינעם חרוז.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פארשלאפן, זאל דער פון אויבן העלפן, אז ס'זאל דיר אייביג גיין גוט, און מיר זאלן הנאה האבן, פון די שבח לקודב"ה, ברענגסטעס ארויס געוואלדיג. שכוח.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ויה"ר אז די ריכטיגע קאמפענסאציע זאלסטו באקומען פון הקב"ה אדון כל הנשמות.
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ס'קומט מיר יעצט ארויף אין מח די ווערטער 'על כל נשומה ונשומה תהלל קה', שכוח פארן מיר דערמאנען צו דאנקן דעם אייבערשטען אויף די אלע חסדים וואס ער טוט מיט אידישע קינדער, און אז מיר מיר זאלן זוכה זיין צו פארשטיין די חסד וואס איז באהאלטן אין יעדע זאך וואס ער טוט, אפילו עס קוקט אויס אנדערש מיט די מענטשליכע אויגן.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

אראפגעליטשט א טרער
ווען געליינט ווי שווער
פאר אונזערס א ברודער
מיר ווילן דיר העלפן וואס מער
וואס צו טון איך קלער
א תפילה צום באשפער
דיך פארשטיין קען נאר ער

א תפילה צו הקב"ה טו מיר זאגן
מיר ווילן נישט הערן אונזער חבר קלאגן
עס איז זייער שווער דורכצוטראגן
עס טוט דאך די כוחות הנפש אויסנאגן
אלע רפואות טוסטו דאך פארמאגן
ער האט זיך שוין גענוג געטון פלאגן
זע עס זאל שוין ביי אים אנהייבן צו טאגן

(אויב מעגליך לייג ארויף דיין קינדס נאמען, זאל עס אידן אינזין האבן בשעת'ן דאווענען)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שוין! ער האצעך געטוישט די נאמען, און....... ער ווארפט סחורה,

פוילישער, אז כ'וועל ערלעידיגן ביי יאנאש נאך 2 יודעלעך, העסטעדעך פארנעמען צו שרייבן מער אפט?

פוילישער, טענקס, קיפ אפ דע גוד ווארק,

וויכי.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאפ-שטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ-שטיק »

מ'זאגט נאך א ווארט פון פריערדיגע
אז ווען יעדער זאל ווען אויפהענגן אויפן וואנט זיין פעקל צרות, וואלט זיך יעדער צוריקגעכאפט דאס אייגענע - איינזע'ענדיג אז יענעמ'ס איז גארנישט זיסער..
האט דערויף געזאגט א רעבעצין, 'יעך וואלט מיינס געלאזט דארט הענגען..'
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”