טרערן צום פערטן בראך

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

טרערן צום פערטן בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

גאטטעניו!

אזויפיל טראגישע פאסירונגען
אונז אנגעטראפן
מענטשליכע פארלירונגען
משפחות אנע האפן

וואו ביסטו באהאלטן?

אידן דרייען זיך און וויינען
מצוות מען איז מקיים
נייע מציבות ליינען
צרורים בצרור החיים

פארוואס ביסטו באהאלטן?

טאטע וואס טוט דאס זיין
פיר טראגעדיעס עקסטער?
וואס איז דיין פארהוילענער פלאן
וועט חלילה זיין א נעקסטער?

ביז ווען ביסטו באהאלטן?

אדער איז דאס מעגליך
איין גרויסע חורבן
און די טויטע טעגליך
זענען ווי איין קרבן

ביסטו נאך באהאלטן?

מיר שרייען און בעטן
און זענען זיך מחזק
מלאך המוות טוט אונז צוטרעטן
שוין דאס פערטער נפש מזיק

זיי שוין נישט באהאלטן!

מיר גלויבן און ווייסן גוט
אז דו ביסט דאהי
יעדע מינוט
פון ביינאכט ביז צופרי

אבער באהאלטן!

טאטע קום ארויס שוין
און שרעק אונז מער נישט אן
טוה אן דיין קרוין
תשובה מיר וועלן טאן

מער נישט באהאלטן!

והיה ה' למלך ביום ההוא
און מיר וועלן נישט וויסן קיין געפאר
גאט וועט שוין מאכן צופרי
און אפטון דאס צער

אפן און נישט באהאלטן!

ביזדערווייל טרייסט
די צושאסענע משפחה
דערהייב זייער גייסט
רב להם לשבת בעמק הבכה

זיי נישט באהאלטן!

שטארק אונז אצינד
לא ע"י מלאך ושליח
נאר דו אליין העלף אונז געשווינד
זיי זיך מתגלה מיט משיח

מער נישט באהאלטן!

להתוודע ולהיגלות כי הוא מלך על כל הארץ...
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: טרערן צום פערטן בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Wow
דו הערסט נישט אויף צו האקען
פיינע סחורה ליידער אויף טראגישע אומשטאנדן
סטרייסלט אויף די הארץ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
ברוך ציג
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 4:04 pm

Re: טרערן צום פערטן בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ציג »

טישטוך האט געשריבן:גאטטעניו!

אזויפיל טראגישע פאסירונגען
אונז אנגעטראפן
מענטשליכע פארלירונגען
משפחות אנע האפן

וואו ביסטו באהאלטן?

אידן דרייען זיך און וויינען
מצוות מען איז מקיים
נייע מציבות ליינען
צרורים בצרור החיים

פארוואס ביסטו באהאלטן?

טאטע וואס טוט דאס זיין
פיר טראגעדיעס עקסטער?
וואס איז דיין פארהוילענער פלאן
וועט חלילה זיין א נעקסטער?

ביז ווען ביסטו באהאלטן?

אדער איז דאס מעגליך
איין גרויסע חורבן
און די טויטע טעגליך
זענען ווי איין קרבן


ביסטו נאך באהאלטן?

מיר שרייען און בעטן
און זענען זיך מחזק
מלאך המוות טוט אונז צוטרעטן
שוין דאס פערטער נפש מזיק

זיי שוין נישט באהאלטן!

מיר גלויבן און ווייסן גוט
אז דו ביסט דאהי
יעדע מינוט
פון ביינאכט ביז צופרי

אבער באהאלטן!

טאטע קום ארויס שוין
און שרעק אונז מער נישט אן
טוה אן דיין קרוין
תשובה מיר וועלן טאן

מער נישט באהאלטן!

והיה ה' למלך ביום ההוא
און מיר וועלן נישט וויסן קיין געפאר
גאט וועט שוין מאכן צופרי
און אפטון דאס צער

אפן און נישט באהאלטן!

ביזדערווייל טרייסט
די צושאסענע משפחה
דערהייב זייער גייסט
רב להם לשבת בעמק הבכה

זיי נישט באהאלטן!

שטארק אונז אצינד
לא ע"י מלאך ושליח
נאר דו אליין העלף אונז געשווינד
זיי זיך מתגלה מיט משיח

מער נישט באהאלטן!

להתוודע ולהיגלות כי הוא מלך על כל הארץ...

א גרויסן יש''כ
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: טרערן צום פערטן בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פארפאלען ער טויגט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”