ווען זיי זעצן זיך שמועסן.
עפעס וויכטיג אצינד,
וויל דער טאטע אויסלערנען זיין קינד:
קום וועל איך דיר אויסזאגן,
וואס אונזער וועלט טוט פארמאגן.
וועסט זיך לערנען פיל,
איבער אונזער פליכט און ציל.
ס'איז דא א סארט חיה איום ונורא,
א מאנסטער וואס ווארפט א מורא.
ווען מ'טוט זיך מיט אים באגעגענען,
קען מען זיך פונעם וועלט געזעגענען.
עס האט נישט קיין פלייש און ביין,
אמאל איז עס ריזיג און אמאל גאנץ קליין.
זיינע קאלירן פארשידנארטיג,
זיין אויסקוק מאדנע און אייגנארטיג.
זיינע אויגן שיינען אין דער טונקל,
ווארפן ליכט אין יעדע ווינקל.
געווענליך איז ער שיינענדיג און ציכטיג,
אויך טיילווייז דורכזיכטיג.
ווען רעגן טוט זיין זע-קראפט צומישן,
טוט ער עס מיט זיינע הערנער פארווישן.
ווען ער וויל קען ער הויך שרייען,
זיינע פיס קענען זיך... דרייען!
באשאפן געווארן מיט א מאדנע נאטור,
ער שלאפט שטייענדיג אויף אלע פיר!
ווען ער שלאפט קענסטו אים אנשמייסן,
ער פילט נישט ווי מ'טוט בייסן און רייסן.
ער האט אפאר מיילער צו יעדע צייט,
פון פארנט פון הינטן און פון דער זייט.
ווען ער וויל עסן א סעודה'ניו,
האט ער א ספעשל מעניו...
מענטשן עסט ער אויף לעבעדיגערהייט!
כאטש זיי ווערן אין אים נישט פארדייעט.
ווען ער שלינגט איין א מענטש אדער צוויי,
זעט אויס אז ער באקומט מאגן-וויי...
ער לאזט זיך דאן ארויס אין געיעג,
ווי גלייך ער וואלט פארשלינגען א זעג.
ארויס ער לויפט פון זיין ביידל,
אזש ס'גייט א רויך פון זיין וויידל.
ווילד וואנדערט ער ארום,
דא-דארט געבט ער א ברום.
ער לויפט אין שנעלסטן גאלאפ,
אן ווערן מיד א טראפ.
יעדער טוט פון אים ליידן,
ס'איז שווער אים אויסצומיידן.
וואו מען גייט נאר אינדרויסן,
טוט מען זיך אין אים אנשטויסן.
ער טוט אנפולן ארץ ותבל,
ממש א שותף מיטן טייוול.
ער זייעט אן חרבנות,
שוין איבערגעלאזט אזויפיל קרבנות.
מיר זענען אבער איבערצייגט,
אז די מערסטע האט ער זיך פארלייגט,
אונזער פאלק צו פארניכטן,
ער טוט קיינעם פון אונז נישט פארציכטן.
דעריבער כדי אונטערצוברענגען דעם ברוטאלן נעסט,
דארף מען אויסדרוקן פראטעסט.
מען דארף פארפירן,
זיי זאלן אויפהערן צו צירקולירן.
ביי די עלטערן א טייערע מנהג געזען,
פון דורי דורות מקבל געווען,
וויאזוי זיך מיט אים אומצוגיין,
נישט מיט נעגל און נישט מיט ציין.
נישט בדורון נישט בתפילה אדער מלחמה,
נאר זיך פיזיש מקריב זיין אויפן במה.
ווען מ'איז גרייט זיך אריינצולייגן אין פראבלעמען,
דארף מען נויטיגע קוראזש נעמען...
ווען מ'זעט דעם חיה כמלוא עיניו ווייט,
'אללא-אכבאר' אין הארץ מען שרייט.
ווי נאר דער חיה דערנענטערט זיך אביסל,
לויפט מען אונטער זיין פיסל.
מען געבט זיך ארונטער א ווארף,
אונטער די ברוטאלע פיסן-שארף.
מען האט אינזין כוונות נשגבות,
ווי מיר ווייסן במסורת אבות.
א שטילע תפילה טוט מען בעטן,
מ'זאל זיך לאזן צעטרעטן.
נישט קיין סאך צעגערן,
נאר זיך לאזן גרינג אויסוועלגערן...
מ'רייסט זיך אויף אין יענע מינוט,
מ'ווערט פארוואנדלט אין א קאלוזשע בלוט.
מען שטארבט אלס מארטירער,
ווי א טעראריסטישער רינג-פירער.
אזוי טוט מען סאלידאריטעט ווייזן,
פאר אלע קרבנות פון אונזערע קרייזן.
וואס דער חיה דער סאדיסט,
האט שוין פארשניטן פון אונז אומזיסט.
געשריבן לעילוי נו-שמייס דאס מאקאשל וואס איז נארוואס צוריבן געווארן אונטער מיינע ברוטאלע רעדער. געווען א היט-ענד-ראן.