גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

תגובהדורך ניין און יא » דינסטאג ינואר 07, 2020 11:59 am

[list=]מיין הארץ טוט שטעכן

ווען די גרויזאמע נייעס איך טו הערן

א פראגקאם טוט אויסברעכן

די אטעקעס טוט זיך מערן



ווי גרויס די שאק און ציטער

ווען מען האט זיך געטוען דערוויסען

אז בלויז פארן זיין א יוד און נישט מער

טוט מען שוין אויך אין אמריקע שיסן



יעדעמס הארץ האט א קלאפ פארפעלט

ווען דער מוח האט פארשטאנען

אז פאר א ציל האט מען אונז אויסגעוועלט

אין פארן ביקס זענען מיר געשטאנען



קיינער האט עס נישט פאראויס געזען

געמיינט אז מען איז פארזיכערט

ביז עס ליידער געשעהן

יעצט איז מען שוין דערציטערט



די אויגען הערט נישט אויף טרערען

אין איך הער נישט אויף וויינען

פון ווען איך האב דאס געטוען הערן

אוי זון ,ווי קענסטו נאך שיינען



ווער וואלט געקענט גלייבן

אין אמריקע די פרייען

צי אזא מדריגה זיך דארפן דערהייבן

אויף קידטש הד גייען



ווען די גוף האט נאך געצוטערט ווי אין פיבער

סאיז נאך אפען די לאך

פילט מען שוין ווידער

אין יעדעמס הארץ א שטאך



פארוואס האב איך געמיינט אז די קרייצוגלער

האבן שוין אוועגעלייגט די שווערד

אז איך זעה סשפילט זיך איבער

מאטאקירט אונז אויף יעדע חלק פון וועלטס ערד



ערד ערד נעם נישט אריין די בלוט סתם

סזאל זידן און קאכן

אוי נקום נקמת דם

און די וואס האבן אונז געשאסן און געשטאכן



די בראך איז געדאפלט אין געטריפלט

זיך באראיגן איז נישט מעגליך

אין א טרויער איינגעהילט

מען טוט אונז אטאקירן טעגליך



אבער ספרעגט זיך די שאלה

איך וויל פארשטיין

דאס קענען אלע זעהן

די ריכטונג וואס זאכן טוכן גייען



און די נישט לאנגע פארגאנגעהייט

זענען מיר דאך געשטאנען

פאר די וועלטס גרויזאמסטע איינהייט

עס,עס היטלערס אינטערטאנען



הייני ללעג וקלס לגוים

הפקר אוז געווען אינזער בלוט

א פחד נורא ואוים

ווען מיליאנען צום טויט געשיקט



יעצט ווען מען קיקט צוריק

טוט זיך די שאלה פרעגן

האבען זיי דען נישט געשמעקט די קריג

פארוואס נישט אנטלאפען פאר זייער לעבן



די תירוץ איז טרויער באקאנט

זיי האבען געטוען מיינען

די וועלט ווייזען וועט א ווידערשטאנד

און וועט דאס פארמיידן



אבער די שוידערליכע פאקטן

האבען אין פנים געשמיסען

אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף מענטשליכע אקטן

אין אפילו מיט די בעסטע גוי קען מען גארנישט וויסען



סאיז קוים פון דאן 80 יאר

וויאזוי טוט מען שוין פארגעסן

צי איז דען נישט די לימוד גענוג קלאר

פארוואס זוכט מען ווידערמאל שיץ ביי די מיט פאליטעשע אינטערעסן



יודן וועקטס ענק אויף זעהט,ס דעם ווארהייט

אז גאט פירט די וועלט

און די אטאקעס זענען זיינע רייד

מיר זאלן זיך פירן בעסער ווי עים געפעלט



מיר דארפן אנערקענען ווידער

אז אלעס האט א פשט

ווען נאר מיט די גוים געלעבט ווי ברידער

האבען זיי אונז פיינט געהאט



קוק צוריק די היסטריע פון אונזער עם

ווען מען האט דער גוי ליב געהאט און געשעצט

האט מען פארגאסן אונזער דם

און אויף אונז פיינטשאפט געהעצט



אין ווער עס קוקט מיט א בלוק א גראדען

קען עס זעהן אפען

אז ווי די יוד האט זיך פארגוישעט ,אויף סיי וועליכע באדען

האט אונז שטענדיג רציחות געטראפען



?צי איז די לאך נישט גענוג טיף אין ברייט

!אפשר זאלן מיר זיך אויפוועקען

פון די גויעשקייט שטיין ווייט

אין פון עבירות זיך שרעקן



אפשר זאלן מיר צוריק אנהייבן זיכן די גליק

דארט ווי עס טוט זיך געפונען

אין די תורה אינזער לעבנס שטריק

און חיות נאר פון אידשקייט באקומען



און אנערקענען אז שיין איז וואס די תורה זאגט סאיז שיין

און גוט איז וואס די תורה זאגט סאיז גוט

און אפשר וועלן מיר זוכה זיין צי ווערן ריין

און זוכה זיין צי די גליקליכע מינוט



די מינוט פון הד אחד ושמו אחד

ווען יעדער וועט זעהן און פארשטיין

אז סאיז נאר דא די מציאות פון גאט

און גארנישט אנדערשט טוט נישט זיין



און מיר וועלן זעהן און גוים די נקמה

און אין ווער סהאט אונז געהאט פיינט

און פאר אונז וועט זיין די נחמה

טרייסט זיך! ס"קען נאך זיין היינט[/list]

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:27 pm

נישט געליינט...
ווייל מיינע אויגן שווינדלען

זעה איך ביסט נאך א נייער סא צוויי טיפס צום לעבן (נישט מצד קריטיק נאר עצה טובה)

לאז די שורות רעכטס און איינס נאךכן צווייטן
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך ינואר 08, 2020 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

אזוי

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:27 pm

מיין הארץ טוט שטעכן
ווען די גרויזאמע נייעס איך טו הערן
א פראגקאם טוט אויסברעכן
די אטעקעס טוט זיך מערן

ווי גרויס די שאק און ציטער
ווען מען האט זיך געטוען דערוויסען
אז בלויז פארן זיין א יוד און נישט מער
טוט מען שוין אויך אין אמריקע שיסן

יעדעמס הארץ האט א קלאפ פארפעלט
ווען דער מוח האט פארשטאנען
אז פאר א ציל האט מען אונז אויסגעוועלט
אין פארן ביקס זענען מיר געשטאנען

קיינער האט עס נישט פאראויס געזען
געמיינט אז מען איז פארזיכערט
ביז עס ליידער געשעהן
יעצט איז מען שוין דערציטערט

די אויגען הערט נישט אויף טרערען
אין איך הער נישט אויף וויינען
פון ווען איך האב דאס געטוען הערן
אוי זון ,ווי קענסטו נאך שיינען

ווער וואלט געקענט גלייבן
אין אמריקע די פרייען
צי אזא מדריגה זיך דארפן דערהייבן
אויף קידטש הד גייען

ווען די גוף האט נאך געצוטערט ווי אין פיבער
סאיז נאך אפען די לאך
פילט מען שוין ווידער
אין יעדעמס הארץ א שטאך

פארוואס האב איך געמיינט אז די קרייצוגלער
האבן שוין אוועגעלייגט די שווערד
אז איך זעה סשפילט זיך איבער
מאטאקירט אונז אויף יעדע חלק פון וועלטס ערד

ערד ערד נעם נישט אריין די בלוט סתם
סזאל זידן און קאכן
אוי נקום נקמת דם
און די וואס האבן אונז געשאסן און געשטאכן

די בראך איז געדאפלט אין געטריפלט
זיך באראיגן איז נישט מעגליך
אין א טרויער איינגעהילט
מען טוט אונז אטאקירן טעגליך

אבער ספרעגט זיך די שאלה
איך וויל פארשטיין
דאס קענען אלע זעהן
די ריכטונג וואס זאכן טוכן גייען

און די נישט לאנגע פארגאנגעהייט
זענען מיר דאך געשטאנען
פאר די וועלטס גרויזאמסטע איינהייט
עס,עס היטלערס אינטערטאנען

הייני ללעג וקלס לגוים
הפקר אוז געווען אינזער בלוט
א פחד נורא ואוים
ווען מיליאנען צום טויט געשיקט

יעצט ווען מען קיקט צוריק
טוט זיך די שאלה פרעגן
האבן זיי דען נישט געשמעקט די קריג
פארוואס נישט אנטלאפען פאר זייער לעבן

די תירוץ איז טרויער באקאנט
זיי האבען געטוען מיינען
די וועלט ווייזען וועט א ווידערשטאנד
און וועט דאס פארמיידן

אבער די שוידערליכע פאקטן
האבען אין פנים געשמיסען
אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף מענטשליכע אקטן
אין אפילו מיט די בעסטע גוי קען מען גארנישט וויסען

סאיז קוים פון דאן 80 יאר
וויאזוי טוט מען שוין פארגעסן
צי איז דען נישט די לימוד גענוג קלאר
פארוואס זוכט מען ווידערמאל שיץ ביי די מיט פאליטעשע אינטערעסן

יודן וועקטס ענק אויף זעהט,ס דעם ווארהייט
אז גאט פירט די וועלט
און די אטאקעס זענען זיינע רייד
מיר זאלן זיך פירן בעסער ווי עים געפעלט

מיר דארפן אנערקענען ווידער
אז אלעס האט א פשט
ווען נאר מיט די גוים געלעבט ווי ברידער
האבען זיי אונז פיינט געהאט

קוק צוריק די היסטריע פון אונזער עם
ווען מען האט דער גוי ליב געהאט און געשעצט
האט מען פארגאסן אונזער דם
און אויף אונז פיינטשאפט געהעצט

אין ווער עס קוקט מיט א בלוק א גראדען
קען עס זעהן אפען
אז ווי די יוד האט זיך פארגוישעט ,אויף סיי וועליכע באדען
האט אונז שטענדיג רציחות געטראפען

צי איז די לאך נישט גענוג טיף אין ברייט?
אפשר זאלן מיר זיך אויפוועקען!
פון די גויעשקייט שטיין ווייט
אין פון עבירות זיך שרעקן

אפשר זאלן מיר צוריק אנהייבן זיכן די גליק
דארט ווי עס טוט זיך געפונען
אין די תורה אינזער לעבנס שטריק
און חיות נאר פון אידשקייט באקומען

און אנערקענען אז שיין איז וואס די תורה זאגט סאיז שיין
און גוט איז וואס די תורה זאגט סאיז גוט
און אפשר וועלן מיר זוכה זיין צי ווערן ריין
און זוכה זיין צי די גליקליכע מינוט

די מינוט פון הד אחד ושמו אחד
ווען יעדער וועט זעהן און פארשטיין
אז סאיז נאר דא די מציאות פון גאט
און גארנישט אנדערשט טוט נישט זיין

און מיר וועלן זעהן און גוים די נקמה
און אין ווער סהאט אונז געהאט פיינט
און פאר אונז וועט זיין די נחמה
טרייסט זיך! ס"קען נאך זיין היינט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

dinrap
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:42 pm

נישט "ניין און יא"
נאר יא און יא און נאכאמאל יא!

מורא'דיג

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג ינואר 26, 2020 2:39 am

ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. זייער הארציג און הערליך ארויסגעברענגט!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג ינואר 26, 2020 3:20 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. זייער הארציג און הערליך ארויסגעברענגט!
שויתי ה' לנגדי תמיד

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » זונטאג ינואר 26, 2020 7:45 am

dinrap האט געשריבן:נישט "ניין און יא"
נאר יא און יא און נאכאמאל יא!

מורא'דיג

אין יא
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט