איך ווארט און איך ווארט - פארוואס האסטו מיר פארלאזט?

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

איך ווארט און איך ווארט - פארוואס האסטו מיר פארלאזט?

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:52 am



איך האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט איינעם אין אימעיל (איינער פון חברינו וואס דריידט זיך דא) און געווארן איבערגעהאקט אינמיטן נישט האבן אויסגעקלארט מיין פוינט און ציל.
איך האב נישט זיין קאנטעקט יעצט און קען נישט קלאר מאכן מיין נקודה.

ס׳איז מיר ארויף געקומען א בילד ווי אזוי א מענטש האט געזינדיגט בזמן שבית המקדש היה קיים און ער גייט ארויף קיין ירושלים ברענגען א קרבן,
אבער אנקומענדיג דארט זעהט ער ווי אלעס איז שוין חרוב סאיז שוין נאכן חורבן.

שרייב איך דא דעם גראם אויך ווייל איך וויל יענער זאל דאס זעהן,
אבער ס׳איז אויך כשלעצמו א שיינעם געדאנק.


* * *

איך ווארט און איך ווארט, 
איך ווארט אין מיין ווינקל.
ס׳האט זיך איבערגהאקט,
נישט אויסגעקלארט מיין אקט.

דו האסט מיר געבלאקט,
מיין סקרין איז געווארן טינקל,
קום צוריק אויב שייך,
לאמיר זיך פארענטפערן פאר אייך.

איך האב געזיכט און געזיכט,
מיין אימעיל גייט נישט אריבער,
איך האב פראבירט און פראבירט,
סאיז נעלם נישט דא מער.

דאך וויל איך דיר זאגן,
און מיר אויסקלארן,
לטובה נאר געמיינט,
כאטש אפשר נישט געווען רייט.

* * *

אפגעמיטשעט שלעפט זיך צווישן די בערג א מאן,
צום מלך מלכי המלכים, אין ירושלים וויל ער זיין,
ער האט זיך פארזינדיגט און וויל ברענגען א קרבן,
אבער אוי טאטע ס׳איז חרוב ונחרב א חורבן.

די בית המקדש צובראכן, ס׳בערנט דארט א פייער,
פארוואס האב איך געקארכן, אנצוקומען צו א שלייער,
איך האב געטוען שלעכט, אבער תשובה וויל איך טוען,
טאטע איך דיין קנעכט, צו דיר וויל צוריק קומען.

איך ווארט און איך ווארט, 
איך ווארט זאלסט צוריק קומען,
מיין כבש׳ל שחט׳ן, 
סזאל ווערן אנגענומען.

איך זיך און איך זיך,
אזוי א גאנצע נאכט,
איך ווארט און איך ווארט,
און איך וועל אייביג ווארטן אלטס.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך דעצמבער 04, 2019 2:04 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:55 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

א ספין פון א געדאנק.

ריזיג.

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:04 am

אמיתי?? האט געשריבן:
אַ געשעפט האָב איך............

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:31 am

ימות המשיח האט געשריבן:
אמיתי?? האט געשריבן:

מיש נישט קיין יוצרות
קיין שייכות מיט די קעיס
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:34 am

לדעתי האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
א ספין פון א געדאנק.
ריזיג.

מיינסט צו זאגן א געדנאק פון א ספין :roll:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:12 pm

זייער זיסע געדאנק!

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:13 pm

הערליש!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:16 pm

ומה יעשה הבן
אז סהאט נישט אויפגעטון?

איך ווארט נאכאלטס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:31 pm

איינס האט געשריבן:ומה יעשה הבן
אז סהאט נישט אויפגעטון?

איך ווארט נאכאלטס

פיין האט עס אויפגעטוהן!
אפשר נישט אויף די נושא וואס דו האסט געוואלט אבער געמאכט א בענקעניש ביי מיר האט עס זיכער......

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:05 pm


נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג ינואר 05, 2020 6:55 am

זעה איך צוויי אשכולות, איינס העכערן אנדערן:
1. ניין איך וועל נישט ווארטן! נישט אפשטופן די צייט!
אין העכער דעם:
2. איך ווארט און איך ווארט... פארוואס האסטו מיר פארלאזט?

גאנץ גוט...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט