פיסטריט.

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

פיסטריט.

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:59 pm

בס״ד


געשליפענע דיאמאנד
פון ווייסע געוואנט
מארשירן געשפאנט
האנט ביי האנט

נאטורן פארשיכור׳ט
האריזאנטן באצוקערט
ענדלאזע שטרעקעס
פון וואלענע דעקעס

מענטשליכע פיסטריטן
פארעמעס פון זוילן
ליניעס פון שליטן
אויף ווייסע קוילן

צוריבן, קוים גענוצט
ניי, צוקריצט
שנעל, שטייט
געיאגט, וועלטס צייט

שיך, רעדער
פלאסטיק, לעדער
האלץ, ראבער
שמעלער, גראבער

גרעסער, קלענער
אפגעשליסן, שענער
שטייטער, גיכער
פעסט, אומזיכער

טיף, אויבערפלעכליך
ליניעס, לעכעלעך
קורץ, לענגליך
ווייעך, שטרענג׳ליך

הארט, מילד
רואיג, ווילד
גראד, קרום
צום ציהל, סתם ארום

קערידזש, ווילטשעיר
קינדיש, רייף
גרינג, שווער
שוואך, שטייף

וועגן, נאטורן
סאהארא, אנטארטיקע
געפארעמט, געבארן
מיט כוחות אייגנארטיגע

גאנג, מהות׳ן
שטריכן, נטיות
מחשבות, געוויסן
מידות, נגיעות

יחיד, ציבור
פארשידענע זיטן
יעדער לאזט איבער
זיינע פיסטריטן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:05 pm

שיין
נאר אשאד, ס'איז נישטא אזא ווארט פיסטריטן

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:11 pm

זייער שיין באמת.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:12 pm

זעהר שיין!

הנאה געהאט.

@ביללער, וואס פאלט אייך ביי? ווי אזוי דעם שרייבט מען עטליכע פיסטריטן אויב נישט פיסטריטן?
הוי מחשב...

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:26 pm

מחשב האט געשריבן:זעהר שיין!

הנאה געהאט.

@ביללער, וואס פאלט אייך ביי? ווי אזוי דעם שרייבט מען עטליכע פיסטריטן אויב נישט פיסטריטן?

פיסטריט איז פלורעל, דאס איז עטליכע

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:40 pm

עטליכע פיסטריט
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:22 pm

FOOTSTEPS...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:01 am

זייער שיין. איך האב געכאפט אז דו מיינסט ארויסצוברענגען די שניי און די פיס טריט וואס מענטשן לאזן איבער דערין. ס'איז אזוי זיס וואס דו האסט געשריבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:02 am

מדארף זעהן סזאל שנייען נאך א טאג
וועט ענדע האבן אביסל מער צייט, און אונז וועלן מיר זיך מחיה זיין!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובהדורך ארחיקה נדד » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:53 am

הערליך! אינהאלטספול!

גא"מ לדברי הרב איינס

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:08 am

איך האב מיך קודם דערשראקען פונעם קעפל. און למעשה הנאה געהאט
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:42 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:גאנג, מהות׳ן
שטריכן, נטיות
מחשבות, געוויסן
מידות, נגיעות

יחיד, ציבור
פארשידענע זיטן
יעדער לאזט איבער
זיינע פיסטריטן!


פיסטריט.jpg
פיסטריט.jpg (125.88 KiB) געזעהן 501 מאל


ליינענדיג נאכאמאל!
זעה איך ווי שטארק די פוינט איז.

יעדער האט זיין אייגענע פיסטריט
יעדער האט זיין תפקיד וואס ער טוט

יעדער איז אייגנארטיג
יעדער איז פאר זיך פארטיג

טריי נישט נאכמאכן יענעמס טריט
ווייל אויף דיר נישט עס פיט

מאך נאר זיכער
דיינס זאל טאקע זיין א גוטער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:13 pm

העעעעעערליך.......
איך האב צוריק ארויסגעשלעפט אטע דעם שטיקל פון די ארכיוון.
https://endetzadick.wixsite.com/endetza ... 7%99%D7%98

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:49 pm

נייס, @איינס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:30 pm

פעיק נוז האט געשריבן:נייס, @איינס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט