ס'מוז! מ'דארף!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
ס'מוז! מ'דארף!
מ'מוז מיט פינף אלפים די פירמע שטיצן
ס'דארף די שטריימל האבן זעלטענע שפיצן.
מ'מוז פארשרייבן ראש השנה
ס'זאל זיין געלט צו קויפן א דונא.
מ'מאכט א גרויסע ברוך הבא
ס'קומט א נייע באָגאַבאָ.
מ'מוז קענען שפירן אני ואפסי
ס'דארף זיין ווייניגסטנס א אַדעסי.
מ'איז אנגעפולט מיט תקוה
ס'זאל זיין מוזיק ביים בר מצוה.
מ'זאל מיר נישט אנקוקן פארוואונדערט
ס'וועט די חתונה מוזן קאסטן גאנצע 'הונדערט'.
מ'דארף צופרידן שטעלן די געסט
ס'מוז זיין א זעקס-מאן-בענד אויף בלעסט.
מ'זאל נישט ווערן פון געזעלשאפט אויסגעשפיגן
ס'מוז סערווירט ווערן בשר צלוי ומטוגן.
מ'דארף 'ארויסגיין' פאר א לאָנטש
ס'זאל נישט הייסן איך בין א יאָנטש.
מ'מוז די נייעסטע מאַדל פאון פארמאגן
ס'זאל זיין צו זינגען און צו זאגן.
מ'מוז אויף יעדע בלאג האבן א ניק
ס'איז דאך א מעכטיגע 'שטיק'.
מ'בויעט א הויז א פּיעס-אָוו-אַרט
ס'איז דאך דער נייער סטאנדארט.
מ'זאל מיטן ארום קיעפּן טעבס
ס'מוזן זיין ריזיגע מארבל סלעבס.
מ'זאל נישט זיין צוריקגעשטאנען
ס'דארף זיין די לעצטע מאָדע וואס פארהאנען.
מ'טאר דאך נישט הייסן א צולייגער
ס'דארף זיין א ראולעקס זייגער.
מ'דארף זיין א גראַנדיעזער
ס'מוז זיין די שענסטע גלעזער.
מ'קען נישט ארויסטרעטן מיט קראַקס
ס'וועט הייסן כ'בין אוט-אָוו-דע-באַקס.
מ'טאר נישט בלייבן אינדערהיים אויף שבת
ס'שוין א מנהג פון די זיידעס און באבעס.
מ'דארף אויף טייערע וואקאציעס פאָרן
ס'זאל נישט זיין א חשד אז כ'טו שפּאָרן.
===
עס ווערט געזאגט דערויף שארף
אז פון אלע "ס'מוז מ'דארף"
די ערשטע אות געב א נעם
ווערט דערפון סמך מם!
דאס ברענגט אויפן וועלט א קללה
ווען דער מלאך רע איז בכל מָשָׁלָה.
עס איז דא א מקום אַן ארט
צו צולייגן א רמז א ווארט,
ווען ס'איז מלאה הארץ חמ'ס'
קומט א מבול א גאָס,
אבער ווען ס'איז לא קס'ם' בישראל
קומען ברכות אן א צאל.
ס'דארף די שטריימל האבן זעלטענע שפיצן.
מ'מוז פארשרייבן ראש השנה
ס'זאל זיין געלט צו קויפן א דונא.
מ'מאכט א גרויסע ברוך הבא
ס'קומט א נייע באָגאַבאָ.
מ'מוז קענען שפירן אני ואפסי
ס'דארף זיין ווייניגסטנס א אַדעסי.
מ'איז אנגעפולט מיט תקוה
ס'זאל זיין מוזיק ביים בר מצוה.
מ'זאל מיר נישט אנקוקן פארוואונדערט
ס'וועט די חתונה מוזן קאסטן גאנצע 'הונדערט'.
מ'דארף צופרידן שטעלן די געסט
ס'מוז זיין א זעקס-מאן-בענד אויף בלעסט.
מ'זאל נישט ווערן פון געזעלשאפט אויסגעשפיגן
ס'מוז סערווירט ווערן בשר צלוי ומטוגן.
מ'דארף 'ארויסגיין' פאר א לאָנטש
ס'זאל נישט הייסן איך בין א יאָנטש.
מ'מוז די נייעסטע מאַדל פאון פארמאגן
ס'זאל זיין צו זינגען און צו זאגן.
מ'מוז אויף יעדע בלאג האבן א ניק
ס'איז דאך א מעכטיגע 'שטיק'.
מ'בויעט א הויז א פּיעס-אָוו-אַרט
ס'איז דאך דער נייער סטאנדארט.
מ'זאל מיטן ארום קיעפּן טעבס
ס'מוזן זיין ריזיגע מארבל סלעבס.
מ'זאל נישט זיין צוריקגעשטאנען
ס'דארף זיין די לעצטע מאָדע וואס פארהאנען.
מ'טאר דאך נישט הייסן א צולייגער
ס'דארף זיין א ראולעקס זייגער.
מ'דארף זיין א גראַנדיעזער
ס'מוז זיין די שענסטע גלעזער.
מ'קען נישט ארויסטרעטן מיט קראַקס
ס'וועט הייסן כ'בין אוט-אָוו-דע-באַקס.
מ'טאר נישט בלייבן אינדערהיים אויף שבת
ס'שוין א מנהג פון די זיידעס און באבעס.
מ'דארף אויף טייערע וואקאציעס פאָרן
ס'זאל נישט זיין א חשד אז כ'טו שפּאָרן.
===
עס ווערט געזאגט דערויף שארף
אז פון אלע "ס'מוז מ'דארף"
די ערשטע אות געב א נעם
ווערט דערפון סמך מם!
דאס ברענגט אויפן וועלט א קללה
ווען דער מלאך רע איז בכל מָשָׁלָה.
עס איז דא א מקום אַן ארט
צו צולייגן א רמז א ווארט,
ווען ס'איז מלאה הארץ חמ'ס'
קומט א מבול א גאָס,
אבער ווען ס'איז לא קס'ם' בישראל
קומען ברכות אן א צאל.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
וישם המלך אחשורוש מ'ס'
ווי מער מ'טוט ווי יעדן פון גאַס
מ'זינגט דעם "ס'מוז מ'דארף" געזאַנג
אלס מער שטייגט מען אין ראַנג
צו זיין פון די שרי מ'ס'ים
כאטש מ'איז צובראכן לרסיסים,
מ'ליידיגט אויס די טאשן אינגאנצן
ווייל מ'דארף יעדן נאכטאנצן,
קוים א דאלער געטון צאמקלויבן
און מ'קען זיך שוין אלעס ערלויבן,
מ'פארלירט אויף זיך די שליטה
אויסניצנדיג ביזן לעצטן פרוטה.
אלעס וואס איז א 'מאסט'
א טייערע פרייז קאסט,
די טאשן ס'טוט אויסלערן
מ'טוט אבער נישט 'קעירן',
מיין פארמעגן אוועק איך געב
כדי נישט צו זיין א 'נעב',
מ'גייט ארום באַרגענען
פאר פּיער פּרעשור זיך דער'הרג'ענען
כדרך שמ'ס' פלוני
ס'זאל נישט נתגלה ווערן קלוני,
אויב כ'קען זיך עס נישט ערלויבן
מוז איך טראכטן פון א באנק רויבן.
===
מ'לעבט פאר די קאמיוניטי
מ'לויפט נאך די סאסייעטי,
איך מוז זיך אהערשטעלן
יענעם צו געפעלן,
מ'מיינט מ'פילט זיך גרעיט
ווען מ'איז פולי-אפ-טו-דעיט,
מיט די שענסטע און בעסטע
טייערסטע און גרעסטע,
כ'וועל נאכטון יענעמ'ס גרייזן
אַבּי זיך צו באווייזן.
זיך פירן כפרד וכסוס
נאר צו האבן יעדע לוקסוס.
וואס קען נאך מער טויגן
ווי יענעם ארויסצונעמען די אויגן.
דער מה יאמרו הבריות
איז א ביטערע מציאות,
די גאנצע ראשית ואחרית
ווערט א שטיק תחרות,
דאס לעבן שלעכט מ'באהאנדלט
ביז ס'ווערט פארוואנדלט
אין איין גרויסע פארמעסט
דער עיקר מ'פארגעסט,
ויהי למ'ס' עובד
ואחריתו עדי אובד.
ווי מער מ'טוט ווי יעדן פון גאַס
מ'זינגט דעם "ס'מוז מ'דארף" געזאַנג
אלס מער שטייגט מען אין ראַנג
צו זיין פון די שרי מ'ס'ים
כאטש מ'איז צובראכן לרסיסים,
מ'ליידיגט אויס די טאשן אינגאנצן
ווייל מ'דארף יעדן נאכטאנצן,
קוים א דאלער געטון צאמקלויבן
און מ'קען זיך שוין אלעס ערלויבן,
מ'פארלירט אויף זיך די שליטה
אויסניצנדיג ביזן לעצטן פרוטה.
אלעס וואס איז א 'מאסט'
א טייערע פרייז קאסט,
די טאשן ס'טוט אויסלערן
מ'טוט אבער נישט 'קעירן',
מיין פארמעגן אוועק איך געב
כדי נישט צו זיין א 'נעב',
מ'גייט ארום באַרגענען
פאר פּיער פּרעשור זיך דער'הרג'ענען
כדרך שמ'ס' פלוני
ס'זאל נישט נתגלה ווערן קלוני,
אויב כ'קען זיך עס נישט ערלויבן
מוז איך טראכטן פון א באנק רויבן.
===
מ'לעבט פאר די קאמיוניטי
מ'לויפט נאך די סאסייעטי,
איך מוז זיך אהערשטעלן
יענעם צו געפעלן,
מ'מיינט מ'פילט זיך גרעיט
ווען מ'איז פולי-אפ-טו-דעיט,
מיט די שענסטע און בעסטע
טייערסטע און גרעסטע,
כ'וועל נאכטון יענעמ'ס גרייזן
אַבּי זיך צו באווייזן.
זיך פירן כפרד וכסוס
נאר צו האבן יעדע לוקסוס.
וואס קען נאך מער טויגן
ווי יענעם ארויסצונעמען די אויגן.
דער מה יאמרו הבריות
איז א ביטערע מציאות,
די גאנצע ראשית ואחרית
ווערט א שטיק תחרות,
דאס לעבן שלעכט מ'באהאנדלט
ביז ס'ווערט פארוואנדלט
אין איין גרויסע פארמעסט
דער עיקר מ'פארגעסט,
ויהי למ'ס' עובד
ואחריתו עדי אובד.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
אמאל איז אבער פארקערט
ווען מ'פארשטייט און דערהערט,
אז מ'דארף נאכטון א גוטע פעולה
עפעס וואס איז מעולה.
דער עול פון פּיער פּרעשור איז מותר
ביים נאכקאָפּירן א וועג א גוטער.
יענער האט א פארטאגס-שיעור
טראכט: מ'מיינט דאך אויך מיר!
יענער דאווענט מיט א ברען
מ'טראכט: אויך איך קען!
יענער מיט א תהלימ'ל טוט די הארץ אויסגיסן
טראכט: ס'וויל זיך אויך אנשליסן!
יענער טוט א חסד אפּאראט אנפירן
טראכט: ס'איז א 'מאסט' דאס צו פרובירן!
יענער האנדלט גאר ערליך
טראכט: ס'איז אזוי הערליך!
יענער איז בייגעשטאנען א נסיון א שווערן
טראכט: מ'מוז אין אזא געזעלשאפט געהערן!
ביים טראכטן נישט שטיין בלייבן
נאר זיך שנעל צורייבן,
נאכצוטון בפועל
די וואס פירן זיך וואויל,
צוליב פּיער פּרעשור איז נישטא א ברירה
נאר זיך שעמען צו טון אַן עבירה.
===
מם און סמך זענען נישט אייביג שלעכט
נאר אויב מ'נוצט זיי ווען ס'נישט רעכט.
מ'קען זיי צום גוטן נייגן
ווען מ'טוט זיך איבערצייגן,
מיר זענען דא אויף א שליחות
צו געדענקען דעם מם וסמך שבלוחות!
נאכטון יענעמ'ס מעשים טובים
געדענקען אשר לו אלקים קרובים.
כאטש ס'איז נישט גוט ביי גשמיות
איז עס גאר גוט בעניני רוחניות.
מ'דארף האלטן דעם שכל הישר
צו וויסן וועלכע וועג איז כשר,
ווען צו זאגן 'שלא שם חלקינו כהם'
און ווען 'יהי חלקינו עמהם'!
===
כ'וועל נישט מאריך זיין וועלכע שכר
א איד באקומט דערפאר
נאר זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים
אַז זכה נעשית לו ס'ם' חיים!
ווען מ'פארשטייט און דערהערט,
אז מ'דארף נאכטון א גוטע פעולה
עפעס וואס איז מעולה.
דער עול פון פּיער פּרעשור איז מותר
ביים נאכקאָפּירן א וועג א גוטער.
יענער האט א פארטאגס-שיעור
טראכט: מ'מיינט דאך אויך מיר!
יענער דאווענט מיט א ברען
מ'טראכט: אויך איך קען!
יענער מיט א תהלימ'ל טוט די הארץ אויסגיסן
טראכט: ס'וויל זיך אויך אנשליסן!
יענער טוט א חסד אפּאראט אנפירן
טראכט: ס'איז א 'מאסט' דאס צו פרובירן!
יענער האנדלט גאר ערליך
טראכט: ס'איז אזוי הערליך!
יענער איז בייגעשטאנען א נסיון א שווערן
טראכט: מ'מוז אין אזא געזעלשאפט געהערן!
ביים טראכטן נישט שטיין בלייבן
נאר זיך שנעל צורייבן,
נאכצוטון בפועל
די וואס פירן זיך וואויל,
צוליב פּיער פּרעשור איז נישטא א ברירה
נאר זיך שעמען צו טון אַן עבירה.
===
מם און סמך זענען נישט אייביג שלעכט
נאר אויב מ'נוצט זיי ווען ס'נישט רעכט.
מ'קען זיי צום גוטן נייגן
ווען מ'טוט זיך איבערצייגן,
מיר זענען דא אויף א שליחות
צו געדענקען דעם מם וסמך שבלוחות!
נאכטון יענעמ'ס מעשים טובים
געדענקען אשר לו אלקים קרובים.
כאטש ס'איז נישט גוט ביי גשמיות
איז עס גאר גוט בעניני רוחניות.
מ'דארף האלטן דעם שכל הישר
צו וויסן וועלכע וועג איז כשר,
ווען צו זאגן 'שלא שם חלקינו כהם'
און ווען 'יהי חלקינו עמהם'!
===
כ'וועל נישט מאריך זיין וועלכע שכר
א איד באקומט דערפאר
נאר זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים
אַז זכה נעשית לו ס'ם' חיים!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
אויסטערליש! איך בין זיך מחי׳ מיט יעדע פון דיינע שורות, קיפ איט אפ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
wow
איך רעד שוין נישט פון די גראמען וואס זענען ערליך
איך רעד פונעם געדאנק
אייזן שטארק!
א שטארקע געדאנק
אויסגעלייגט אין א שיינע געזאנג
אויפן ווייטאג א טרער געווישט
אבער מיט שיינע מליצות געמישט
ערנסט גערעדט פון סמך מ״ם
ווען ס׳איז לחיי׳ם בעזרת השם
ס׳האט מ׳יר געקאסט א לאך ביי:
כדרך שמ'ס' פלוני
און די צייכן אויף אזא ארבעט איז: סמך + מם (100)
איך רעד שוין נישט פון די גראמען וואס זענען ערליך
איך רעד פונעם געדאנק
אייזן שטארק!
א שטארקע געדאנק
אויסגעלייגט אין א שיינע געזאנג
אויפן ווייטאג א טרער געווישט
אבער מיט שיינע מליצות געמישט
ערנסט גערעדט פון סמך מ״ם
ווען ס׳איז לחיי׳ם בעזרת השם
ס׳האט מ׳יר געקאסט א לאך ביי:
כדרך שמ'ס' פלוני
און די צייכן אויף אזא ארבעט איז: סמך + מם (100)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
הערליך שיין די גראמען און די תוכן!!
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
הערליך אין מילים.
איך וואלט ווען צו גענדיגט ביי די שטיקעל וואס די שטעלסט פאר וואס מען דארף אלטס יא נאכמאכן, אויך צו נאכמאכן די וואס פירן זייער בודזשעט מיך אן אחריות (למשל לייגן אוועק צו קויפן א הויז און צו חתונה מאכן די קינדער וכדו׳) און שטעלן זיך אוועק א Financial future די בעסטע וואס זיי קענען, אן ספענדען ווי די היינטיגע נעבעך׳ס
איך וואלט ווען צו גענדיגט ביי די שטיקעל וואס די שטעלסט פאר וואס מען דארף אלטס יא נאכמאכן, אויך צו נאכמאכן די וואס פירן זייער בודזשעט מיך אן אחריות (למשל לייגן אוועק צו קויפן א הויז און צו חתונה מאכן די קינדער וכדו׳) און שטעלן זיך אוועק א Financial future די בעסטע וואס זיי קענען, אן ספענדען ווי די היינטיגע נעבעך׳ס
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3540
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
א ריזיגן דאנק (וואס מיינט דאס? אז מ'לייגט עס אריין אין א ריזיגע באקס? אדער אז די דאנק אליין איז געשוואלן?) פאר אלע וואס האבן גענומען די מי דורכצולייענען מיינע שמערצן.
און נאך מער (ס'פיט שוין באלד נישט דורך די טיר) פאר די וואס האבן זיך באמיט אריינצו-ווארפן א גוט ווארט.
גאלדי פעדער, האסט א ריכטיגע פוינט. וואלטעך געטראכט דערפון בעוד מועד, וואלסטו געבליבן אנע הערה...
און נאך מער (ס'פיט שוין באלד נישט דורך די טיר) פאר די וואס האבן זיך באמיט אריינצו-ווארפן א גוט ווארט.
גאלדי פעדער, האסט א ריכטיגע פוינט. וואלטעך געטראכט דערפון בעוד מועד, וואלסטו געבליבן אנע הערה...
- ארחיקה נדד
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5907
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
- לאקאציע: מ'וואנדערט
קוים אויפגעשטעלט מיין געצעלטל
געכאפט א שפאציר און וועלטל
פאעזיע און גראמען געצויגן מיין בליק
עס גייט זיך בשו"א צוריק
שפאנענדיג דא אזוי אינטערסאנט
באמערקט א ניק מלא טאלאנט
גיסט זיך שעפערישקייט געדאנקן מלא טעם
תוכנדיג אינהאלטפול אויפן גראם
דעם בן ששה שמות'ס געפילן אזוי גוט צולייגט
ווען און די זעלבע צייט דאס סארקאזם שטייגט
אין יעצט מיטן באגאבו דונא שמחות אין אלע נעמען
גייט קאסטן לכאורה אסאך שלום בית פראבלעמען
א שטיקל פסק מעגסטו אויך כאפן
דיין נאמען מאכט די זאך פלאפן
זיי ממשיך ווייטער בדשנים ורענענים
טויש נאר ביטע דיין ניק אויף שושנה בין שושנים
געכאפט א שפאציר און וועלטל
פאעזיע און גראמען געצויגן מיין בליק
עס גייט זיך בשו"א צוריק
שפאנענדיג דא אזוי אינטערסאנט
באמערקט א ניק מלא טאלאנט
גיסט זיך שעפערישקייט געדאנקן מלא טעם
תוכנדיג אינהאלטפול אויפן גראם
דעם בן ששה שמות'ס געפילן אזוי גוט צולייגט
ווען און די זעלבע צייט דאס סארקאזם שטייגט
אין יעצט מיטן באגאבו דונא שמחות אין אלע נעמען
גייט קאסטן לכאורה אסאך שלום בית פראבלעמען
א שטיקל פסק מעגסטו אויך כאפן
דיין נאמען מאכט די זאך פלאפן
זיי ממשיך ווייטער בדשנים ורענענים
טויש נאר ביטע דיין ניק אויף שושנה בין שושנים
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
- פעטער יעקל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am
געהערט אמאל פון א גוטן איד, מ"ם וסמ"ך שבלוחות בנס היו עומדין, אז די יארן צווישן די פערציג און זעכציג וואס דעמאלטס מאכט מען חתונה די קינדער איז בנס ווייל בדרך הטבע קען מען עס נישט דורך מאכן
נאך דיין זאפטיגן ארטיקל האט עס באקומען אן אנדער משמעות אז טאקע צוליב דעם מ' און דעם ס' דערפאר האט מען די פרעשור און סאיז א נס,
ווען נישט די סדאף און ממוז וואלט נישט אויסגעפעלט קיינע ניסים.
א יישר כח
נאך דיין זאפטיגן ארטיקל האט עס באקומען אן אנדער משמעות אז טאקע צוליב דעם מ' און דעם ס' דערפאר האט מען די פרעשור און סאיז א נס,
ווען נישט די סדאף און ממוז וואלט נישט אויסגעפעלט קיינע ניסים.
א יישר כח
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
פעטער יעקל האט געשריבן:געהערט אמאל פון א גוטן איד, מ"ם וסמ"ך שבלוחות בנס היו עומדין, אז די יארן צווישן די פערציג און זעכציג וואס דעמאלטס מאכט מען חתונה די קינדער איז בנס ווייל בדרך הטבע קען מען עס נישט דורך מאכן
נאך דיין זאפטיגן ארטיקל האט עס באקומען אן אנדער משמעות אז טאקע צוליב דעם מ' און דעם ס' דערפאר האט מען די פרעשור און סאיז א נס,
ווען נישט די סדאף און ממוז וואלט נישט אויסגעפעלט קיינע ניסים.
א יישר כח
דאס איז זיס!
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 751
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am