צום הארצרייסנדע ברית פון היתום חיים יעקב ב"ר יעקב (פארקאש)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

צום הארצרייסנדע ברית פון היתום חיים יעקב ב"ר יעקב (פארקאש)

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:08 pm

א פרימארגן א קילע
ס'קומט פאר א ברית מילה
א קינד אזא בא'חנ'טע
אבער יעדער מיט אויגן פארוויינטע

אליהו מלאך הברית איז דא
מ'רופט אויס ברוך הבא!
ער ברענגט א גאסט פון עולם העליון
דער אבי הילד המסתתר בשפריר חביון

רוב האבן דאס מיטגעהאלטן קיינמאל
ווי מ'זאגט ויקרא שמו בישראל
מיט א געפיל אזא שווערן
'חיים יעקב בן יעקב' צו הערן

מיט טרערן מען וואונטשט לחיים
ס'שטעכט דער 'ויעקבני זה פעמיים'
א מישעניש פון שמחה ותוגה
אונטערן שמייכל איז א בכייה מאין הפוגה

קיינעם אינטערעסירט גארנישט סיידן
די הארצרייסנדע רוף 'ישמח האב מגן עדן'
אוי! דער טאטע האט נישט זוכה געווען
מיט די פליישיגע אויגן דאס צו זען

מען הערט דאס געוויין פון קינד
מיט א טרייסל טראכט יעדער אצינד
אוי! נעבעך, דאס קינד מיינט
אז ער ווייסט פארוואס ער וויינט


===

די נשמה פון טאטן אינעם זעלבן צייט
קוקט זיך צו פון דער זייט
ער פארשטייט נישט דאס געוויין
וואס דארף דאס צו זיין?

ער שטראלט מיט א שמייכל
איך בין אין א הויכן היכל
אין עולם האמת איז מיר גוט
א תענוג רוחני יעדע מינוט

ער קלערט צומישט
אויף מיר וויינען זיי זיכער נישט
אויף א גוטע זאך געבט מען א דאנק
עס טוט אוודאי קיינעם נישט באנג

ער מאכט א חשבון א קלארע
ער ברענגט אויף א סברא
ס'מוז זיין אז דער עולם טוט קלאגן
אויף די אייגענע פלאגן

מה יתאונן אדם חי?
וואס טוט א מענטש וויי?
נאָר גבר על חטאיו!
דערויף איז פלגי מים ירדו עיניו!

מיר וויינען אויפן טאטן פונעם פיצל קינד
יעדער טראכט פון אים אצינד
אוי! נעבעך, מיר מיינען
אז מיר ווייסן אויף וואס מיר וויינען
לעצט פאראכטן דורך חוח בין השושנים אום מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6036
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:11 pm

הערליך! רירנד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:17 pm

זייער הארציג און שיין

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:30 pm

געקאסט א טרער

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:33 pm

הערליך!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:09 pm

גאר שטארק!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:23 pm

איך האב נישט קיין ווערטער.......... איך האב טרערן...........
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:33 pm

הערליך הערליך! סיי די גראמען אזוי צום פינטל עספעשעלי דער ויעקבני זה פעמיים, און נאכמער דער תוכן איז גאר גאר שטארק און אמת!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:10 pm

איך וויין, עס גיסט זיך.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:19 pm

בס"ד
באקסער בוים האט געשריבן:הערליך הערליך! סיי די גראמען אזוי צום פינטל עספעשעלי דער ויעקבני זה פעמיים, און נאכמער דער תוכן איז גאר גאר שטארק און אמת!

ווייס איך נישט וואס איז שענער, די אינהאלט אדער פאעזיע. אומבאשרייבליך, ספעציעל ווי די צוויי פזמון-אויספירן קומען אזוי בריליאנט צוזאמען.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:48 pm

דאנקע שעהן פאר די קאמפלימענטארן.

די מעשה האט מיר באנומען כאטש כהאב נישט געקענט דעם נפטר, און כקען נישט די משפחה ארום.

בשעת די הארץ האט געפלאטערט און זיינע סטרונעס האבן זיך צעשפילט, האט מען געכאפט א פעדער, וצלחה עלי רוח השיר, און עס איז ארויס א קינ"ת סופדי"ם...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:35 pm

שיין געשריבן

בארורט מיין הארץ סטרונעס, אפילו איך קען נישט די משפחה,
אבער די נקודה איז ריכטיג און שייך פאר יעדן איינעם יעדן טאג.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:19 pm

באקסער בוים האט געשריבן:הערליך הערליך! סיי די גראמען אזוי צום פינטל עספעשעלי דער ויעקבני זה פעמיים, און נאכמער דער תוכן איז גאר גאר שטארק און אמת!


הערליך!!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:43 pm

WOW

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:48 pm

לכאורה האט געשריבן:גאר שטארק!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:55 pm

הארצרייסענד.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 6:59 pm

לכאורה האט געשריבן:גאר שטארק!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 7:01 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:הארצרייסענד.

:-(

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 7:16 pm

Wow wow
דאס איז אן ארבעט, ארויסגעברענגט די געפילן!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

תמימות'דיגער איד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:36 pm

לעצטע געלעגנהייט!!

תגובהדורך תמימות'דיגער איד » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:34 pm


אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:36 pm

הערליך הערליך!! די פראזן, מליצות, תוכן, און אזוי צום פינטל!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:06 pm

שעהן!
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:30 pm

רירנד און פראפעסיאנעל!
אפוועזנד.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:29 am

זייער הארציג און גוט געשריבן

נאר חסרונות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:16 pm

תגובהדורך נאר חסרונות » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:53 pm

איינער קען דאס ביטע ארויף לייגן אויף א pdf


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט