בלאט 1 פון 1

א שבת אין סקולען

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:33 pm
דורך טישטוך
בס"ד

איך האב זיך אין א בענקעדיגע מאמענט אראפגעזעצט שרייבן גראמען איבער די סקולענע טישן, איך האב עס נישט געוואלט ארויפלייגן דא וויבאלד איך האב עס נישט געהעריג מגיה געווען ווי עס ברויך צו זיין, למעשה וויל איך עס יא לייגן ווייל איך האלט אז עס ענטהאלט מער ווי בלויז גראמען.

ביטע נישט מבינ'ען אויף די גראמען חלק ווייל עס איז נישט די עיקר...

ווען אין זכרון ארויף עס שווימט
די שבתים ווען צום רבי'ן מ'קומט
די פרייליכע הכנות אן א צאל
עס בלייבט אין מח אויף אלעמאל

מען גרייט זיך א גאנצע וואך
מען וויל אריינכאפן נאך און נאך
און ערב שבת מען איז גרייט
יעדער אין ביהמ"ד שטייט

דער לערנט א חסידישע ווארט
און דער שמועסט אויפגעלייגט דארט
און מיטאמאל ווערט מען שטיל
דער רבי קומט אריין די שול איז פיל

מיט א זיסער און הייליגער שמייכל
שפרייזט דער רבי אריין אין היכל
און שפאצירט גאר שנעל
ביז צו זיין ארט ער גיבט זיך א שטעל

מען הייבט אן דאווענען די גאנצע קהילה
און מען דאווענט פון מנחה די תפילה
א שבת'דיגע גייסט נעמט אזוי ארום
אין יעדע ווינקל אומעטום

דער רבי זיצט דארט אויף זיין פלאץ
מען האלט ביי חזרת הש"ץ
און ווען מען ענדיגט צו דער רבי שטעלט זיך אויף
און גייט צו צום ארון קודש די טרעפ ער גייט ארויף

מען זעט אז עס קאסט אים פילע כוחות
אבער פלינק ווי א קינד גייט צום פרוכת
און א קוש מיט אזויפיל דביקות גיבט ער איר
און צום עמוד ער גיבט א מארשיר

ער הייבט אן דאווענען מיט א קול גאר אנגענעם
לכו נרננה להשם
מען הערט זיין קול טראץ די שוואכקייט
עס הערט זיך דאך פון אינעווייניג אין הארץ א לייכטקייט

דער גאנצער עולם פאלגט נאך ווי א כאר
מען דאווענט אויפן נוסח אזוי הערליך גאר
הוא ישפוט תבל בצדק
אלע שלעכטע מקטריגים פאלן אוועק

אין אזא הייליגע אטמאספער
א כח דער צדיק האט ער
מיט א נעימות און דביקות אין אזא דערהויבן שעה
מען הייבט אן די ניגון פון לכה דודי לקראת כלה

מען שטעלט זיך אויף מיט א גלאנץ
צו דעם דערהויבענעם טאנץ
יעדער וויל כאפן א בליק
אויף דעם גרויסן צדיק

אונטערן טלית ווערט גוט דערקענט
די הייליגע צורה אוי עס ברענט
ער טאנצט און פרייט זיך אזוי זיס
און לכבוד שבת ער הייבט די פיס

לכה דודי לקראת כלה
א דערהויבנקייט נעמט ארום אונז אלע
לכה דודי לקראת כלה
הרהורי תשובה יעדער שפירט אן קיין שאלה

ימין ושמאל דער רבי ער דרייט זיך
מיט א דביקות און אהבה מיטן שבת פרייט זיך
דער רבי טאנצט מיט א דערהויבן חיות
און מיט זיינע הייליגע הענט ער מאכט זיינע תנועות

בואי בשלום דער רבי דעם שבת לאדנט איין
און מיט פארמאכטע אויגן אין דעם שבת גייט אריין
ער שאקלט זיך רעכטס און לינקס בואי כלה
בואי כלה בואי כלה פני שבת נקבלה

נאכן דאווענען מען שורה'ט זיך אויס
פאר די סעודה פאר מען גייט פון שול ארויס
דער רבי זיצט ביי זיין ארט מיט זיין לעכטיג צורה
און וואונטש א גוט שבת פאר די חבורה

נישט קיין חילוק א זיידע צו א קינד
נישט קיין חילוק צו דער רבי איז שטארק אדער נישט געזונט
צו יעדן ער פרייט זיך און שאקלט צו מיט פרייד
די שמייכל מיט די צוויי מלאכים יעדן אהיים באגלייט

יעדער גייט אהיים די שול ווערט לער
דער ציבור מיט די יארן וואקסט און ווערט מער
מען עסט אפ די סעודה און מען קומט צוריק
אויפן רבי'ן מען ווארט אויפן זייגער מען כאפט נישט קיין בליק

די הייליגע טיש איז גרייט און ווערט דערקענט
די שבת ליכט אין צענטער פון טיש ברענט
מען זיצט און מען ווארט איינער מיט א ספר איינער אין א שמועס
מען ווארט דער רבי זאל אריינקומען געוויס

עס ווערט שטיל די טיר עפנט זיך ברייט
דער רבי מיט א שמייכל דארט שטייט
ער קומט אריין אין שול און גייט צו זיין ארט
און הייבט אן זינגען זמירות ער דרוקט יעדן ווארט

די לעכטיגע לידער מען זינגט פאר איבער א שעה
קמו בניה, אנא ה', ועתה יגדל נא
דער רבי מיט די פינגער ער דרייט און ווייזט
מיט א פלאמפייערדיגן געזיכט די אויגן פארגלייזט

דאן צו קידוש מיט ציטער גייט ער צו מיט חיות
ווישט זיך דעם שטערן און די הייליגע פאות
ער הייבט אויף דעם בעכער און זאגט די ווערטער
זאגט עדות אויף די בריאה אין אלע ערטער

און ארום דעם טיש שטייען מיר אלע
קוקן ווי דער רבי וואשט זיך און שניידט אויף די חלה
ער יאגט זיך נישט אלס ווערט הייליג גענומען אין באטראכט
אזא הייליגע עבודה פון פרייטאג צונאכט

שירו לו זמרו לו
מען זינגט די ניגונים אזוי
בעת וואס דער רבי עסט די פיש
זינגט מען זיינע לידער ביים טיש

אויב לאזט מען אויס א קנייטשל אינדערמיט
דער רבי האלט אלעס מיט גוט
און מיט א זיסקייט שטעלט ער אפ
און לערנט אויס צו פארבעסערן דעם טראפ

ווייל יעדע תנועה וואס ער האט געהאט אינזין
מיינט פיל מער ווי וואס מיר הערן דערפון
אבער מיט אזא געדולד
דער רבי קלערט אונז אויף מילד

כל מקדש די לאנגע יצירה
באגלייט מיט מלאכימ'ס שירה
אינמיטן די תורה אזוי
זאגט דער רבי די מעשה אויף איש על דגלו

(דעם רבי'נס זין זיצן אויך
הרב דוד לייב קלוגהויפט א חומש ברויך
הרב שמואל מרדכי ווי א געטרייער קנעכט
באדינט דעם פאטער מיט רעכט)

ביי וביום השבת קודש ווען מען האלט
די הייליגע טאנץ דעם הימל שפאלט
דער רבי שטעלט זיך אויף בקומה זקופה
און זינגט דעם ניגון די טיפע

און ביים סוף באהבת תמים
ווען מען זינגט כאור שבעת הימים
אזא געטליכער אטמאספער
ווער קען באשרייבן ווער

מען זינגט אתיא ותמהיא
נאך קה רבון עלם ועלמיא
עס געדענקען אלע מענטשן
ווי דער רבי האט מכבד געווען ביים בענטשן

שויתי ה' לנגדי תמיד
האט מען געזינגען די ווערטער וואס שטייען אויפן עמוד
און אלס איז געווען אזוי הייליג און ריין
די סקולענע טישן זענען אלס געווען אזוי שיין

רבי מען בענקט
די גוטע צייטן מען געדענקט
און צו דיר דאס נפש קרענקט
שוין פארענדיגט דיינע יארן וואס מען האט דיר געשענקט

די ליכטיגע צייט
ווען דו ביסט געשטאנען צו די זייט
און מיט ליבשאפט שטענדיג באגלייט
יעדער וואס האט זיך ביי דיר געדרייט

צו דיר זען נאכאמאל דאס הארץ עס וויינט
כאטש שוין אריבער א תקופה מען געדענקט ווי היינט
די הייליגע עבודה אין מח איז דא
די ליכטיגע טישן בלייבן יעדע שעה

רבי עס איז שווער
מען קען דאך נישט מער
אן דיר צו זיין איז אזוי געפערליך
ווען מען געדענקט נאר די צייטן אוי ווי הערליך

חדש ששוני קל נא והביא
את אליהו הנביא
ביי תחיית המתים זיך נאכאמאל זען
מיטן הייליגן רבי'ן פון סקולען

המשך יבוא בעז"ה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:36 am
דורך שטומפיג
איך וואלט נישט קאמענטירט אויף דעם ווען נישט דו זאגסט אליין אז דו האסט נישט געלייגט קיין דרוק אויף די גראמען. אבער הודאת טישטוך כמאה עדים דמי.
נו אם כן שטעלט זיך די שאלה: פארוואס טאקע?
אונז ווייסמערדעך יא אז טישטוך קען צושטעלן אזא גוטס, אז די גראמען זאלן זיין סאאאאאאאאאאאאאאך בעסער און די תוכן זאל אויך נישט פארלירן איר גלאנץ!

איין זאך גיי איך יא קאמענטירן אז נשתנה הפאראגראף הזה מכל הפאראגראפן:
אונטערן טלית ווערט גוט דערקענט
ער טאנצט און פרייט זיך אזוי זיס
די הייליגע צורה אוי עס ברענט
און לכבוד שבת ער הייבט די פיס

שבכל הפאראגראפן ביסטו געגאנגען אויף א מהלך פון 1-1-2-2 אבער דעי פאראגראף גייט אויפן דרך פון 1-2-1-2

איך לייג גרויס האפענונג אז די "המשך יבוא" פון וואס דו רעדסט גייט ברענגען א גוטס וואס מ'גייט יא מעגן מבינ'ען אויף די גראמען חלק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:29 am
דורך חושב מחשבות...
אהההה א שטיק נאסטאלגיע, האסט מיך אריינגעפירט אין א לויטערע וועלט מלא דביקות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:29 pm
דורך סארקאזי
Wow שכח

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:51 pm
דורך טישטוך
בס"ד

המשך פון פריערדיגן... (דאסמאל אביסל מער מקפיד געווען אויף די גראמען,אבער ווען די געפילן רוישן איז זייער שווער).

שבת אינדערפרי אין סקולען
מען שטעלט זיך דאווענען מיט א ברען
תפילת שחרית און קריאת התורה
יעדער מערקט אן זייער גוט
אז בין גברא לגברא יעדע פאר מינוט
דער רבי איז מעביר סדרה מיט דביקות הבורא

און ווען עס קומט נאר סיי וועלכער אורח
בענטשן ברכו את ה' המבורך
דער רבי במלא קומתו זיך אויפשטעלט
ווייל ביי דעם גרויסן מנהיג
איז נישט דא קיין גרעסערע תענוג
ווי באשיינען גאטס תורה אויף די גאנצע וועלט

שבת ראש חודש מען שטופט זיך צאם
דער רבי ביים עמוד בנוסח מלא טעם
בענטשט דעם חודש ווען די תורה אין די הענט ער האלט
ער זינגט אשר בחר בנו
און בעט זיך אויף חיים שתהא בנו
עס זעט אויס ווי א מלאך זיין געשטאלט

נאכן מוסף דאווענען
דעם קידוש גייט מען פראווענען
דער רבי מיט א שמייכל נעמט דעם כוס
און ער מאכט קידוש אויפן קול
מאכט זיכער יעדער יוצא זיין מען זאל
כל שומר שבת קודש כדת

די פיש און דעם קוגל דעם ברענעדיגן טאפ
יעדער שטופט זיך און וויל כאפן א טראפ
פון דעם צדיק'ס הייליגע שיריים
דער רבי עסט געלאסן
קיין ריר קיינער וויל פארפאסן
פון די עבודה וואס ברעכט שערי שמים

ישמחו במלכותך מען הייבט אן
ר' מאיר'ל ער גיבט דעם טאן
און כי מציון מען נעמט זיך טאנצן א רקידה
אויב איז דא א שמחה דער רבי גיבט א ברכה
דעם בעל שמחה און זיין גאנצן משפחה
ווי גלייך ער איז א מיטגליד אין די סעודה

און בעפאר מען ענדיגט דער רבי נעמט אפיר
אויב מען האט נישט געגעסן גענוג א שיעור
געשטעלט אויף דעם ער האט דעם 'על המחיה איד'
מיט א הויעכן קול האט ער יעדן אינזינען
מען מוז דאך בענטשן אינמיטן דערינען
דער רבי הייליגט זיך און יעדן גליד

די סעודה איז געווענליך פריוואט
אבער מערערע מאל כ'האב די זכי' געהאט
מיטצוהאלטן דעם טיש אויבן אין צימער
נישט נאר אין די נייע איך געדענק
נאר נאך צו די אלטע דיינונג רום איך זיך בענק
און סיי וואו דער רבי איז געווען אויף שבת אימער

אויך דארט אזא עבודה
באגלייט מיט ניגונים פון תודה
הייליג און ליכטיג ווי נעמט מען דאס נאך היינט
דעם רבינ'ס צורה און זיין פערזענליכקייט
די ליבשאפט צו יעדן מיט אן ענליכקייט
נאר פון טראכטן ווי דעם רבינ'ס פנים שיינט.

המשך יבוא...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:49 am
דורך נו גוט נו שוין
יבוא יבוא במהרה....
הערליך בענקענדיג

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:02 pm
דורך abeg
טישטוך האט געשריבן:בס"ד

איך האב זיך אין א בענקעדיגע מאמענט אראפגעזעצט שרייבן גראמען איבער די סקולענע טישן, איך האב עס נישט געוואלט ארויפלייגן דא וויבאלד איך האב עס נישט געהעריג מגיה געווען ווי עס ברויך צו זיין, למעשה וויל איך עס יא לייגן ווייל איך האלט אז עס ענטהאלט מער ווי בלויז גראמען.

ביטע נישט מבינ'ען אויף די גראמען חלק ווייל עס איז נישט די עיקר...

ווען אין זכרון ארויף עס שווימט
די שבתים ווען צום רבי'ן מ'קומט
די פרייליכע הכנות אן א צאל
עס בלייבט אין מח אויף אלעמאל

מען גרייט זיך א גאנצע וואך
מען וויל אריינכאפן נאך און נאך
און ערב שבת מען איז גרייט
יעדער אין ביהמ"ד שטייט

דער לערנט א חסידישע ווארט
און דער שמועסט אויפגעלייגט דארט
און מיטאמאל ווערט מען שטיל
דער רבי קומט אריין די שול איז פיל

מיט א זיסער און הייליגער שמייכל
שפרייזט דער רבי אריין אין היכל
און שפאצירט גאר שנעל
ביז צו זיין ארט ער גיבט זיך א שטעל

מען הייבט אן דאווענען די גאנצע קהילה
און מען דאווענט פון מנחה די תפילה
א שבת'דיגע גייסט נעמט אזוי ארום
אין יעדע ווינקל אומעטום

דער רבי זיצט דארט אויף זיין פלאץ
מען האלט ביי חזרת הש"ץ
און ווען מען ענדיגט צו דער רבי שטעלט זיך אויף
און גייט צו צום ארון קודש די טרעפ ער גייט ארויף

מען זעט אז עס קאסט אים פילע כוחות
אבער פלינק ווי א קינד גייט צום פרוכת
און א קוש מיט אזויפיל דביקות גיבט ער איר
און צום עמוד ער גיבט א מארשיר

ער הייבט אן דאווענען מיט א קול גאר אנגענעם
לכו נרננה להשם
מען הערט זיין קול טראץ די שוואכקייט
עס הערט זיך דאך פון אינעווייניג אין הארץ א לייכטקייט

דער גאנצער עולם פאלגט נאך ווי א כאר
מען דאווענט אויפן נוסח אזוי הערליך גאר
הוא ישפוט תבל בצדק
אלע שלעכטע מקטריגים פאלן אוועק

אין אזא הייליגע אטמאספער
א כח דער צדיק האט ער
מיט א נעימות און דביקות אין אזא דערהויבן שעה
מען הייבט אן די ניגון פון לכה דודי לקראת כלה

מען שטעלט זיך אויף מיט א גלאנץ
צו דעם דערהויבענעם טאנץ
יעדער וויל כאפן א בליק
אויף דעם גרויסן צדיק

אונטערן טלית ווערט גוט דערקענט
די הייליגע צורה אוי עס ברענט
ער טאנצט און פרייט זיך אזוי זיס
און לכבוד שבת ער הייבט די פיס

לכה דודי לקראת כלה
א דערהויבנקייט נעמט ארום אונז אלע
לכה דודי לקראת כלה
הרהורי תשובה יעדער שפירט אן קיין שאלה

ימין ושמאל דער רבי ער דרייט זיך
מיט א דביקות און אהבה מיטן שבת פרייט זיך
דער רבי טאנצט מיט א דערהויבן חיות
און מיט זיינע הייליגע הענט ער מאכט זיינע תנועות

בואי בשלום דער רבי דעם שבת לאדנט איין
און מיט פארמאכטע אויגן אין דעם שבת גייט אריין
ער שאקלט זיך רעכטס און לינקס בואי כלה
בואי כלה בואי כלה פני שבת נקבלה

נאכן דאווענען מען שורה'ט זיך אויס
פאר די סעודה פאר מען גייט פון שול ארויס
דער רבי זיצט ביי זיין ארט מיט זיין לעכטיג צורה
און וואונטש א גוט שבת פאר די חבורה

נישט קיין חילוק א זיידע צו א קינד
נישט קיין חילוק צו דער רבי איז שטארק אדער נישט געזונט
צו יעדן ער פרייט זיך און שאקלט צו מיט פרייד
די שמייכל מיט די צוויי מלאכים יעדן אהיים באגלייט

יעדער גייט אהיים די שול ווערט לער
דער ציבור מיט די יארן וואקסט און ווערט מער
מען עסט אפ די סעודה און מען קומט צוריק
אויפן רבי'ן מען ווארט אויפן זייגער מען כאפט נישט קיין בליק

די הייליגע טיש איז גרייט און ווערט דערקענט
די שבת ליכט אין צענטער פון טיש ברענט
מען זיצט און מען ווארט איינער מיט א ספר איינער אין א שמועס
מען ווארט דער רבי זאל אריינקומען געוויס

עס ווערט שטיל די טיר עפנט זיך ברייט
דער רבי מיט א שמייכל דארט שטייט
ער קומט אריין אין שול און גייט צו זיין ארט
און הייבט אן זינגען זמירות ער דרוקט יעדן ווארט

די לעכטיגע לידער מען זינגט פאר איבער א שעה
קמו בניה, אנא ה', ועתה יגדל נא
דער רבי מיט די פינגער ער דרייט און ווייזט
מיט א פלאמפייערדיגן געזיכט די אויגן פארגלייזט

דאן צו קידוש מיט ציטער גייט ער צו מיט חיות
ווישט זיך דעם שטערן און די הייליגע פאות
ער הייבט אויף דעם בעכער און זאגט די ווערטער
זאגט עדות אויף די בריאה אין אלע ערטער

און ארום דעם טיש שטייען מיר אלע
קוקן ווי דער רבי וואשט זיך און שניידט אויף די חלה
ער יאגט זיך נישט אלס ווערט הייליג גענומען אין באטראכט
אזא הייליגע עבודה פון פרייטאג צונאכט

שירו לו זמרו לו
מען זינגט די ניגונים אזוי
בעת וואס דער רבי עסט די פיש
זינגט מען זיינע לידער ביים טיש

אויב לאזט מען אויס א קנייטשל אינדערמיט
דער רבי האלט אלעס מיט גוט
און מיט א זיסקייט שטעלט ער אפ
און לערנט אויס צו פארבעסערן דעם טראפ

ווייל יעדע תנועה וואס ער האט געהאט אינזין
מיינט פיל מער ווי וואס מיר הערן דערפון
אבער מיט אזא געדולד
דער רבי קלערט אונז אויף מילד

כל מקדש די לאנגע יצירה
באגלייט מיט מלאכימ'ס שירה
אינמיטן די תורה אזוי
זאגט דער רבי די מעשה אויף איש על דגלו

(דעם רבי'נס זין זיצן אויך
הרב דוד לייב קלוגהויפט א חומש ברויך
הרב שמואל מרדכי ווי א געטרייער קנעכט
באדינט דעם פאטער מיט רעכט)

ביי וביום השבת קודש ווען מען האלט
די הייליגע טאנץ דעם הימל שפאלט
דער רבי שטעלט זיך אויף בקומה זקופה
און זינגט דעם ניגון די טיפע

און ביים סוף באהבת תמים
ווען מען זינגט כאור שבעת הימים
אזא געטליכער אטמאספער
ווער קען באשרייבן ווער

מען זינגט אתיא ותמהיא
נאך קה רבון עלם ועלמיא
עס געדענקען אלע מענטשן
ווי דער רבי האט מכבד געווען ביים בענטשן

שויתי ה' לנגדי תמיד
האט מען געזינגען די ווערטער וואס שטייען אויפן עמוד
און אלס איז געווען אזוי הייליג און ריין
די סקולענע טישן זענען אלס געווען אזוי שיין

רבי מען בענקט
די גוטע צייטן מען געדענקט
און צו דיר דאס נפש קרענקט
שוין פארענדיגט דיינע יארן וואס מען האט דיר געשענקט

די ליכטיגע צייט
ווען דו ביסט געשטאנען צו די זייט
און מיט ליבשאפט שטענדיג באגלייט
יעדער וואס האט זיך ביי דיר געדרייט

צו דיר זען נאכאמאל דאס הארץ עס וויינט
כאטש שוין אריבער א תקופה מען געדענקט ווי היינט
די הייליגע עבודה אין מח איז דא
די ליכטיגע טישן בלייבן יעדע שעה

רבי עס איז שווער
מען קען דאך נישט מער
אן דיר צו זיין איז אזוי געפערליך
ווען מען געדענקט נאר די צייטן אוי ווי הערליך

חדש ששוני קל נא והביא
את אליהו הנביא
ביי תחיית המתים זיך נאכאמאל זען
מיטן הייליגן רבי'ן פון סקולען

המשך יבוא בעז"ה

די שטיקל גראם איז מיר אביסל אינטערסאנט
און גייט צו צום ארון קודש "די טרעפ ער גייט ארויף"
װעלכע סקולענע שול האט טרעפ בײ די ארון הקודש?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:07 pm
דורך טישטוך
עס דארף שטיין דארטן טרעפל, א דאנק פארן אנמערקן, גראדע איז דא טרעפ אין סקולען בני ברק, לעיקוואוד, און אין מאנסי קומט בעז"ה...