בלאט 1 פון 1

קרא עלי מועד?!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:03 pm
דורך ענדע צדיק!
בס"ד.

מענטשן זיי פירן
שניי'יגע סטאדעס
שאף, רינדער, שטירן
אין זינגענדיגע טשאראדעס

ארויף ארויף
צום בארג פון שכינה
העכער העכער
אויף שטיינדלעך אמונה

ווען אראפ זיי גייען
פון זינען גערירט
פארבינדן אין ווייען
זיי ווערן גאר געפירט

ביי בהמישע פאסטוך
אין סטאדעס פאריאגט
דער בייטש שמייסט-דיך
דער מאגן נאגט

-

לעפלעך אין א בליץ
פון האנט צו האנט
געשווינד א שפריץ
אויפן מזבח וואנט

א געזאנג-ריח געמיש
אלס שארפער און קלארער
געבראטן פלייש פריש
אויף מצה און מרור

טייכן פון רויט
סצענעס מיאוסע
די שמעק פון טויט
און געשריי פון גסיסה

אויסגעהויכט אין געוויין
אין שאטן פון ארור
אויפגעלעקט מיטן ביין
דאס לעצט ביסל מרור

-

געשניטן מיט געזאנגן
און געברעגנט מיט פראכט
די גאלד רייפע זאנגען
געשניטן איבערנאכט

צום טויער באגלייט
טרואמפירט און שאלט
תבואה באפרייט
פון ניי צו אלט

פרעמעדע געשרייען
קוויטשען רציחה
יונג און אלט גייען
לטביחה

ווי זענען פארשניטן
די זאנגען געצייטיגט
געווייקט אין בלוטן
דער פרילינג באזייטיגט

-

מיט עבודה בשעת
א קשר פארבינדן
פון רויט צו ווייס
רוגזה פארשוואונדן

א קניפ פון צוטרוי
סלחתי, מיין קינד
צוריק גענוי
באפעסטיגט דעם בונד

צו איברים צוריבן
אויף א גרויליגן פארנעם
טראץ אין גורל פארשריבן
בנים אתם לה'

קרבנות ציבור
צופיצלט לעזאזל
צוריסן דעם חיבור
אויסגעפליקט דעם גראזל

-

געשפרינגען אין די נעכט
געשלאפן בלויז אין חלום
מיט פאקל און ליכט
צווישן עולי רגלים

א וואסער שטראם
פון יין משומר
פון קופער צום תהום
השפעה פאר ווען אימער

דעם טעפל אויסגעגאסן
דער יין התרעלה
נפש צושאסן
א שבר כלי

אפגעבריעט פון שלעכט
די הויט איינגעשרומפן
געראנגעלט אין די נעכט
אין בלאטיגע זומפן

-

הבט משמים, טאטע
די אומענדליכע וויי
די אומשטענדן ווייטע
א חילוק פון די צוויי

איז דען מער נחת רוח
אונזער יעצטיגע צושטאנד
ווי אינאיינעם מיט משיח
אין הייליג לאנד?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:36 pm
דורך קלאָצקאָפּ
טאלאנט איט איז!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:38 pm
דורך חושב מחשבות...
Wow

הייסע שטיקער הארץ.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:06 pm
דורך פרידן
מעסטער פיס
WOW
;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:00 pm
דורך שמואל אלצווייסער
WOW!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:11 pm
דורך באגלייבט
געוואלדיג געוואלדיג. אווי נאר ענדע קען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:30 pm
דורך יידישע קהילות
אללי לי!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:48 am
דורך שטומפיג
העעעעעעעעעערליך!!!
כ'אבעם איבערגעליינט עטליכע מאל צו כאפן ווי טיף ס'איז.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:03 am
דורך הלשון
וואונדערבאר!!
קונץ-שטיק!!
זעלטן תוכנ'פול!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:15 am
דורך אוראייניקל
הערליך!
בצאתי ממצרים, בצאתי מירושלים!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:31 am
דורך farshlufen
וואונדערבאר!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:10 pm
דורך ענדע צדיק!
ייש"כ.