בס"ד
אין א קליין געסעלע שטייט די הייזעלע
דארט וואוינען יענקעלע און רחל'ע צוזאם
און אויך די קלייניקע שוועסטערקע רייזעלע
און פאברענגען זארגפעלטיג מיט טעם
גייען אריבער טעג און וואכן חדשים און יארן
די קינדער זיי וואקסן אונטער גיך
און די צייט איז שוין רייף געווארן
מען ווערט שוין עלטער מען זארגט שוין פאר זיך
קומט א צייט ווען עס ווערט גאר אנגעצויגן
די מלחמה עס נעמט אוועק די פרייד
די גאנצע פאמיליע צעמישט און צעפלויגן
אן געבן א גריס מען גיבט זיך א שייד
פארברענטע נשמות פליען אין גן עדן
זעט יענקעלע אין די רויעך פון מענטשן וואס ברענען
ער ווייזט מיט די האנט צום טאטן און זיידן
זיי פליען אין הימל כאטש די גופים ער קען נישט דערקענען
דער חורבן איז גרויס קיינער נישט פארבליבן
יענקעלע אליין ער דרייט זיך ארום
קוים וואס ער האט זיך צונויפגעקליבן
און רעדט נישט פון די קריג ער מאכט זיך שטום
יארן שפעטער אין ארץ ישראל
די פאמיליע פון יענקעלע איז שוין גרויס
ער איז שוין א זיידע פון א משפחה נישט שמאל
ער האלט שוין אפילו אן אור אייניקל אין שויס
נישטא מער די הייזעלע נישטא מער דאס געסל
אלס מיטן רויעך אוועק אין די פלאמען
זיצט זיך ר' יענקל און ווארעמט זיך א קעסל
ער בענקט און וויינט נאך די טאטע און מאמען
כאטש עס איז שוין פאריבער די צייטן
פון די איינזאמקייט וואס ער האט געשפירט
און ער איז שוין אלט זיין בארד צו ווייס טוט זיך בייטן
טראץ דעם די ווייטאג אין אים עס פרירט
טראכט ער אריין טיף אין וואס ער געדענקט
פון די טאטע מאמע ברידער און שוועסטער
צו זיין אמאליגער היים אזוי זיך ער בענקט
צו די גלעצנדע תקופה אין לעבן דער בעסטער
***
אין ירושלים האט זיך געפינען דער היכל
די בית המקדש איז געווען גאר הייליג
און מען פלעגט עולה רגל זיין מיט א גרויסער שמייכל
יעדער האט געוואלט זיין א חלק
אידישע ברידער געוואוינט אינאיינעם
אין אונזער לאנד און אין אונזער טייל
עס איז דאן געווען אזא לעבן א שיינעם
וואס מען האט געשפירט אין דעם בית א-ל
געקומען א צייט מפני חטאינו
די צרות זענען געקומען אין שפאן
נאך אלע צרות גלינו מארצינו
און פארטריבן געווארן אין גלות אריין
צוקלאפטע נפשות צושויבערטע הערצער
אין גלות אליין זיך געטראפן פלוצלינג
מיט אזויפיל פראבלעמען וואס מאכן לעבנס קערצער
און אזויפיל יסורים ליידט יעדער אן באדינג
וויפיל אין גלות מען מאכט זיך באקוועם
אזש מען דערקענט שוין נישט די צרות געבער
מען הערט אויף צו שפירן די גרויסע פראבלעם
אז מיר זענען אלע מלחמה איבערלעבער
און אין גלות א שפע פלוצלינג עס קוועלט
אבער עס איז דא פאר איין סיבה
מיר זאלן נישט געדענקען די פארלאפענע וועלט
וואו גאט האט אונז געצערטלט מיט אזויפיל חיבה
אבער אין יעדנס הארץ די יסוד נישט מען פארלירט
און עס קומט א צייט אין יאר
ווען די ווייטאג וואס אינעוויניג אין הארצן שוין יארן פרירט
קומט ארויס און מען ווערט געוואר
אז שוין אפאר טויזענט יאר זענען מיר נישט אינדערהיים
מיר וואלגערן זיך ביי די קרובים ארום
אבער יעצט בעט מען און מען קלאגט אנא השם
נעם אונז צוזאם פון אומעטום
און דאן וועלן מיר טרעפן אונזערע פאמיליע מיטגלידער
אלע זיידעס פון אלע דורות ארויף
עס וועלן זיך פאראייניגן אלע אידן ווי ברידער
און מיר וועלן עס שוין נישט זען נאר פון אויבנאויף
ותחזינה עיננו בשובך לציון
ווען וועלן מיר דערלעבן
ווילאנג וועט דער גלות זיך נאך ציען
טאטע טוה אונז די מתנה פון גאולה געבן
ותחזינה עיננו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
אמן!!
שטארק געשריבן, און א דאנק פארן אויפוועקן אביסל דער געפיל.
שטארק געשריבן, און א דאנק פארן אויפוועקן אביסל דער געפיל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]